דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #15717
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15717
מ'זאגט אז ביי חסידים איז נישט פארהאן קיין סתירות, שטענדיג וועט מען געפונען ע' פנים צו פארענטפערן יעדע סתירה. עלה נעלה מיט לא נעלה קען מען שרייען בנשימה אחת און אפילו נישט שטאלפערן איינמאל אינדערמיט.
וואס איז אבער יא א חידוש, דעם בילד וואס די מהר"א פראקציע האט ארויסגעשטעלט אלץ א גורל ווער עס גיבט פינף הונדערט דאללער גייט אריין גיין אין א גורל און וועט געווינען, צו וואו?! צו מקומות הקדושים! אה אוואו זענען די מקומות הקדושים? פארשידענע קברים פארווארפן אין פארשידענע גלות שטעט אין לענדער. שינאווע, סיגוט, קאלוב, ליזענסק, צאנז, קערעסטיר, מירון אוהעל. אויסגערעכנט נעמען פון די צדיקים וואס ליגן באהאלטן דארט אין די הייליגע יוראפעישע ערד. די ניינטע אויף די ליסטע איז דעם ציון פון דעם אור החיים הקדוש. און ס'שטייט ניטאמאל אין דעם שטאט וואו ער ליגט, נאר ט"ו תמוז אוה"ח הק' וזהו. סארא חוצפה דאס איז! ס'טייטש זיי טוען ניטאמאל אנערקענען דעם שטאט ירושלים! ירושלים איז נישט אויף די סאטמערע/סאקמערע מאפע!!!
הערט א מעשה?! די חשוב'סטע שטאט אין דער וועלט, און די עלה נעלה/לא נעלה חברה זענען נישט גורס ירושלים, א חרפה און א בושה! כ'מיין אז ירושלים פארדינט נאך צו זיין פון די מקומות הקדושים טאקע אפשר נישט אזוי הייליג ווי שינאווע, סיגוט, צאנז, ליזענסק, קאלוב, קערעסטיר, מירון, אוהעל, קרית יואל און וויליאמסבורג, אבער פארט אז דער אוה"ח הק' ליגט דארט, מוז עס פארמאגן עפעס א קדושה. דאס אז די ערשטע און צווייטע בית המקדש זענען דארט געווען און די דריטע גייט אויך דארט געבויעט ווערן בקרוב דאס מיינט גארנישט דאס מאכט עס נאכנישט פאר קיין הייליג פלאץ. א הייליג פלאץ איז נאר וואו די גרויסע דינאסטיעס האבן מקדש געווען און אויך נאר אין די גלות לענדער פון וואו אידן זענען פארטריבן געווארן. נעבעך!
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221215/cf1cd2f204d87d1b97690b49e3231dae.jpg
Sent from my SM-G991U using Tapatalk

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221215/cf1cd2f204d87d1b97690b49e3231dae.jpgSent from my SM-G991U using Tapatalk
נו
סאיז דאך דא א באקאנטע מעשה מיטן בית ישראל ווען זיי האבען זיך איינמאל געטראפען פליצלינג ביים שיף אין ארץ ישראל
ווען דער סאטמער רבי זי״ע האט עם געפרעיגט פארוואס ער גייט צי אלע מקומות ווי מערת המכפילה אין קבר רחל ווען ס׳שטייט אז אוירא דארץ ישראל האט זיך געריקט פיר הינדערט פרסה ( איך דענק נישט דעים לשון)
האט דער בית ישראל אים גענטפערט
א מעטער ארויף א מעטער אראפּ אויף לי עווניא ליגען זיי זיכער נישט
קען זיין זיי האבען באשלאסען צי פראפעגאנדירן יענעם מהלך