☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מהר''א מסאטמאר וועט זיך באטייליגן ביי מהרי''י כ''א כסליו?

מהר''א מסאטמאר וועט זיך באטייליגן ביי מהרי''י כ''א כסליו?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15716

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 10:21 am

· #513830
מהר''א מסאטמאר וועט זיך באטייליגן ביי מהרי''י כ''א כסליו?
אין א צייכן אז די לאנגיעריגע סאטמארע מחלוקת קומט צו א ענדע וועט זיך כ''ק אדמו''ר מהר''א שליטא באטייליגן ביי די כ''א כסליו מעמד פון מהרי''י שליט''א.

אט איז די העדליין פון דער איד:
📎 b3d29237b1af4815bc79879bace757d4.jpg

signout » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 4:51 pm

· #513843
דער איד פלעגט שרייבן אויף מהרז''ל מגן חינוך הטהור און ראש גולת אריאל, אין דער בלאט פלעגט שרייבן אויף מהר''א הגה''ק אזווי מ'פלעגט שרייבן אויפן ברך משה, זעהט אויס אז די מערכת בצל תומר האט אפגעמאכט אז די סוקסעס פין מהר''א איז ווייל מ'שרייבט אויף אים הגה''ק.... ווער ווייסט

מר. קלונימוס » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:18 pm

· #513846
נישט זיכער מהאט געשריבן אויפן ב''מ הגה''ק אין די יארגאנג

signout » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:57 pm

· #513854
מר. קלונימוס
נישט זיכער מהאט געשריבן אויפן ב''מ הגה''ק אין די יארגאנג
ס'האט מיט די עיזש? ווען מ'האט אנגעהויבן צו שרייבן אויף מהר''א איז ער נישט געווען קיין סאך אינגער ווי מהרז''ל איז יעצט,
אגב, ביי וועלכע עיזש ווערט מען ראש גולת אריאל?

דאס איז נישט מיך » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 6:19 pm

· #513857
פאסט נישט פאר די ארוינים זיך ארויף צי כאפן אויף אזא נארישקייט
אויב איז דאס די פראבלעם פון די זאליס שטייען זיי זייער שיין

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:15 pm

· #513862
קיינער כאפט זיך נישט ארויף, פאר א סיבה איז עס אין 'א שמייכל' פארום. די ארוינים לאכן פשוט א גוטס.

חב''ד הויזן » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:23 pm

· #513863
זאגט מיר איינער אז די מצב ביי מהרי''י איז געווען גאר קריטיש, האט מען געדארפט צולייגן א נאמען כנהוג.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:52 pm

· #513864
ווער זאגט אז ס'איז נאר דא איין הגה"ק?! אפילו ווען מ'זאלל פאר אונזערע צדיקים געבן א נאמען חד בדרא, וואלט מען אויך געקענט זאגן אז ס'איז דא מער ווי איין חד בדרא...!