☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » מָאל מיט AI

מָאל מיט AI

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15709

שאלתיאל » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 1:05 pm

· #513687
מָאל מיט AI
OPEN AI איז אַן אמעריקאנער פירמע וועלכע פארנעמט זיך מיטן דעוועלאפן AI טעכנאלאגיע, זי איז געגרונדעט געווארן צווישן אנדערע דורך אונזער באקאנטן אילאן מאסק. לעצטנס, אום סעפטעמבער האבן זיי פארעפנטליכט פאר די ברייטע גאס אַן עמעיזינג מאדעל מיטן נאמען ''DALL- E 2'' וועלכע פאבריצירט בילדער און ריאליסטישע ארט פון איינפאכע טעקסט באפעלן. אלעס וואס דו דארפסט טון איז בלויז אריינשרייבן וואס דו ווילסט, זאל עס זיין א קאמפליצירטע אויל פעינטינג אדער א מאדערנע פיקטשער און דער מאדעל וועט דיר עס דעליווערן אין בלויז עטליכע סעקונדען. די געוועב שטוינט פון די פאנטאסטישע פעאיגקייטן און פון די רעזולטאטן וואס זי געבט ארויס.

צום ביישפיל, ברוח הימים האלה האב איך אריינגעטייפט די פאלגענדע באפעל: ''Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football''. נאך עטליכע סעקונדען האט עס מיר אהער-דעליווערט די פאלגענדע ארטיסטישע שטיקלען, קענסט זיך שווערן אז דאס האט געמאלעוועט א בארימטע מעלער:
📎 DALL·E 2022-12-12 19.55.37 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football.png 📎 DALL·E 2022-12-12 19.55.33 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football.png 📎 DALL·E 2022-12-12 19.45.16 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing soccer.png 📎 DALL·E 2022-12-12 19.45.24 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing soccer.png די אנווייזונגען וואס דו טייפסט אריין קען זיין גאר איינפאך און קען זיין קאמפליצרט און דעטאלירט, אלעס שטעלט זי אהער ביז 10-15 סעקונדען. ווי כ'פארשטיי קען מען טון נאך פארשידענארטיגע זאכן ווי צולייגן, עדיטן און פארשידענע מאניפולאציעס אויף א שטאפל וואס איז נאכנישט געזען געווארן. עיין שם ותמצא נחת גדול.

זייט 2000 האבן אסאך קאמפיוטער מאדעלן מצליח געווען צו אהערשטעלן מאלערייען, די ספעציאליטעט אבער פון די דאזיגע מאדעל איז אז זי טוט דאס באזירט אויף נאטורליכע שפראך אנווייזונגען. די ערשטע ווערסיע איז ארויסגעקומען שוין אין JAN 2021 אבער דעמאלט איז עס נישט געווען אזוי פארגעשריטן, קלאר און אקוראט ווי די איצטיגע.

https://openai.com/dall-e-2/

צוזאמגעדרייט » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 3:47 am

· #513737
Re: מָאל מיט AI
ביז היינט האבן אסאך געטענהט אז דער מענטש האט עפעס מער ווי קאמפיוטערס, ווארים דער מענטש האט קריעטיוועטי און קען אראפברענגען נייע איידיעס. מענטשן פלעגן זאגן אז די מושג פון אַרט איז א מתנה וואס בלויז דער מענטש האט, ס'איז עפעס וואס א קאמפיוטער קען נישט.

דער טאג איז אנגעקומען און עס שטעלט זיך ארויס אז אַרט איז בלויז א קאמבינאציע פון חשבונות.

הגם מ'קען דרייען אהער מ'קען דרייען אהין, ס'איז לדעתי נאך אלץ אפען פאר דעבאטע.

איך בין אויף דער זייט וועלכע האלט אז ארט און געפילן וכדו' זענען בלויז קאמבינאציעס פון חשבונות. איינער וויל זיך דינגען?

(קאנשעסנעס איז א דעבאטע פאר זיך)

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:10 am

· #513741
נניח אז ארט איז א קאמבינאציע פון חשבונות איז עס חשבונות וואס ארטיסטן האבן אויפגעטראפן.

ווען קיינער זאל ווען נישט מאלן ביז היינט וואלט דער קאמפיוטער נישט געקענט גארנישט טוהן, בסך הכל האט ער גענומען די ארטיסטישע חשבונות וואס ארטיסטן האבן ערפינדן דורך די היסטאריע און עס איבערגעמאכט אין אנדערע פארמאטן, די שאלה איז צו דער מענטשהייט קען שוין נישט אויפקומען מיט פרישע חשבונות צו געבן נייע דימענציעס פארן קאמפיוטער, מעגליך אז ארט איז נאכנישט געמעקסד און אויף וויפיל דער קאמפיוטער ווייסט איז נאכאלס דא עפעס וואס קיינער ווייסט נישט און ווען מען וועט דאס ערפונדן וועט דער קאמפיוטער האבן א פרישע חשבון צו בויען אויף.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 2:04 pm

· #513766
Re: מָאל מיט AI
דער לאקאלער ארטיסט וואלט אויך נישט געקענט מאלען אויב ער וואלט גארנישט געוויסט פון פריער, ער וואלט נישט געהאט קיין פענע, נישט קיין טינט, נישט קיין השגות, יעדער לייגט צו א קליינע שטיקל צום פאזעל. אלס איז א לאנגע קייט פון אינפארמאציע איבער אינפארמאציע.

יעצט איז געקומען די צייט אז קאמפיוטערס זאלן ווייטער קייקלען דעם גאלדענעם קייט וואס וועט זיך ווייטער ציען מעתא ועד עולם.ַ..

אחוץ אויב איר ווילט זאגן אז דער מענטש איז א יש מאין. איך וויל דאס נישט זאגן.

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 2:48 pm

· #513769
דער וועבזייטל איז אויך געוואלדיג צו שרייבן קאנטענט.

עס איז בחנם אנצוהייבן, גייט צו דער playground
און שרייבט אריין,
Give me an idea for .....

און ער וועט דיר געבן
בקיצור, א באט וואס איז געוואלדיג.

פישל » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:42 pm

· #513787
מָאל מיט AI
איך האב נעכטן געהאט א שמועה מיט ChatGPT לגבי טאקט דעם עניין צו ראבאטס קענען האבן עכטע געפיהלן. ליינטס און האטס הנאה! 📎 IMG_0775.jpg

שאלתיאל » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:51 pm

· #513788
איך האב אויך געפראווט כאפן א שמועס מיט ר' ChatGPT איבער דער נושא ער איז גראדע זייער קאנסערוואטיוו און ''באשיידן'' און האלט זיך ביי זיינס אז זיי זענען סך הכל לערנונג מאדעלן. אנדערע AI מאדעלן פראבירן דווקא יא איבערצייגן די מענטשהייט אז זיי האבן געפילן און זענען באוויסטזיניג. גוגל האט אפי' לעצטנס געפייערט אַן אינדזעשעניר וואס האט זיך געשוואורן אז LAMDA - א געוויסע גוגל מאדעל פארמאגט consciousness. ער האט ארויסגעליעקט טיפזיניגע שמועסן מיט ראבאט ווי יענער פראווט אים איבערצייגן אז ער האט געפילן.

https://www.washingtonpost.com/technology/2022/06/11/google-ai-lamda-blake-lemoine/

פישל » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:54 pm

· #513789
גערעכט.
איך האב אבער דוקא הנאה געהאט אויף די וועג וויאזוי ער האלט מיט דעם שמועס ווי כאילו ער איז א מענשט, ער געדענקט וואס איך האב געשריבן פארדעם און ענפערט בעיסד אויף דעם. ווען איך וויל זיך דינגען מיט איהם איז ער מודה אויף וואס איך זאג, אבער ער האלט זיך ביי זיינס אז ראבאטן זענען פריפראגראם'ד און קענען נאר ווייזן ווי כאילו זיי האבן געפיהלן

בת קול » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 8:38 am

· #513912
ארטיסטן רעדן זיך שוין אפ, נאך איינער האט ארויסגעגעבן א בוך געמאלן דורך AI, און די גאנצע פראצעס האט גענומען ווייניגער ווי 3 טעג.

https://www.buzzfeednews.com/amphtml/chrisstokelwalker/tech-worker-ai-childrens-book-angers-illustrators

שאלתיאל » דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 12:45 pm

· #514163
דמות דיוקנו פון שאלתיאל בימיו אלץ חשמונאי קעמפער

קריעטעד דורך https://www.midjourney.com/
📎 grid_0.png

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 6:13 am

· #536966
עטליכע בילדער וואס כ'האב דזשענעריעטעיד מיט די נייע וואונדעבארע ווערסיע Dall-e 3 פון OpenAi וואס איז ארויס די וואך.
די מעלה דערפון איז אז ס'פארלאנגט נישט פון דיר קיין קאמפליצירטע פראמפטס אזוי ווי Midjourny נאר קענסט פשוט שילדערן וואס דו ווילסט און ס'גיבט דיך ארויס שטארקע רעזולטס. נאך א מעלה איז אז ס'איז עוועילעבל צוזאמען מיט ChatGPT און מיט Bing chat. און ס'איז בחינם.

https://www.bing.com/create

I'm a woman! 📎 _cfae7050-276b-451c-934c-9b1a610dfc99.jpeg.jpg משיח ווייזט מיט די פינגער 📎 _d675a05b-fba7-4128-973b-2cb75f77afe5.jpeg.jpg מ'ביקט זיך צום סיסטעם 📎 _a331812b-e0b6-4e21-9dd6-bf8b8e96811a.jpeg.jpg ביבי שלאגט כפרות מיט די מידיע 📎 _a962f402-cb0e-45fd-b703-7bc8889d7009.jpeg.jpg

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 6:21 am

· #536967
צוקערבערג דער מאנ*** זעהט אלעס
📎 _fad9a2de-a002-4965-80f1-a007fc046aa8.jpeg.jpg 📎 _773150e2-0340-405b-8750-82c9098bfa07.jpeg.jpg און אילאן מאכט משוגע דער וועלט
📎 _189af6cb-d337-4d03-afd4-c34af435463d.jpeg

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 4:35 pm

· #536979
ניטשע גייט אריבער א פסיכאנאליז ביי פרויד
📎 _c255d733-e0b5-4a81-a167-8828ae35cbfe.jpeg

אלפא » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 4:41 pm

· #536980
👍
די איינציגסטע טעות איז נאר אז פרויד פלעגט זיצן צו'קאפ'נס פונעם קליענט, בכונה זיך נישט צו זען.

אלפא » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 4:48 pm

· #536981
מענין לענין, עס איז דא עפעס א מימרא און באצוג צו דעם וואס הערצל און פרויד האבן געוואוינט גאר נאנט איינער צום צווייטן אין ווין, אז ווען זיי וואלטן זיך נאר געטראפן וואלט ער פותר געווען הערצל'ס חלומות איבער א מדינה און דאס וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען...

כ'גלייב אויף דעם האט די רבי זי"ע געוויינט...

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 4:49 pm

· #536982
אלפא
👍
די איינציגסטע טעות איז נאר אז פרויד פלעגט זיצן צו'קאפ'נס פונעם קליענט, בכונה זיך נישט צו זען.
ריכטיג! כ'האב עס פראבירט טאקע טוישן אבער דער מאדעל ארבעט יעצט שווערליך צוליב די פרעשור

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 4:52 pm

· #536983
@אלפא לעצטנס האט מען געטראפן א בריוו וואס פרויד האט געשריבן צו הערצל ווי ער לאדענט אים איין צו ליינען זיין בוך Interpretation of Dreams

אלפא » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 4:54 pm

· #536984
זע איך טאקע יעצט דא

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 4:55 pm

· #536985

שאלתיאל » דינסטאג אקטאבער 3, 2023 9:17 am

· #537005
ווער וואלט געגלייבט? ניטשע מאכט שלום מיט סאקראטעס נאך תחיית המתים
📎 _10d9c1f5-0bf7-4077-ba95-37b152cd1a01.jpeg איך האב גענדיגט מיט דער מאדעל פאר חול המועד, גענוג שעה'ן געשפענד...
(דער עולם איז מכובד אריינקומען מיט מוח-שטורעמענדע קריאטיוו ווערק)