פייער צווישען וויזניץ מרכז און סערט וויזניץ
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15708
פייער צווישען וויזניץ מרכז און סערט וויזניץ
עפעס האט אויסגעבראכן א גרויסע מחלוקת,
ווייס איך נישט פונקטליך פארוואס, אויב איינער קען אויסקלארן
א שארפע דרשה פון אדמו''ר מ'סערט וויזניץ
https://t.me/YiddishlechPolitics/4631פון טעלעגראם... (ס'העלפט נישט קיין סאך , עס זאגט נישט פונקטליך וואס גייט דארט פאר, און פארוואס)
ס'איז יו"ט אינדערוואכן...
די נאענטסטע מענטשן צו אדמו"ר מסערט וויזיץ באקומען טעלעפאן קאלס איינס נאכן אנדערן אז מ'גייט זיי אנשלאגן. צווישן אנדערע האבן זיי גערופן די הויז פונעם רבי'נס זוהן און ווען זיין קליינע טאכטער האט געענטפערט האבן זיי געשיקט דורך איר א מעסידזש צו איר טאטע אז מ'גייט איהם היינט הרג'ענען.
דאנערשטאג ויצא פארטאגס האבן זיי גערופן פייערלעשער, פאליציי און הצלה צום אדרעס פון ר' ברוך בן הדמו"ר מסערט וויזניץ, אז די הויז איז ארויף אין פלאמען מיט מענטשן פארכאפט אינעווייניג - ער האט זיי אפגעהאלטן די לעצטע רגע, היות ער איז פונקט צוריקגעקומען פון די לעצטע שבע ברכות. לויט זיינע שכנים איז יעדע נאכט פון די שבע ברכות אנגעקומען צענדליגער פיצא דעליוועריס.
די וויזשניצער טענה'ען אז ס'האט גארנישט מיט זיי, נאר ס'איז איינע פון די סערעט'ע קינדער, חיליש, וועלכע איז צוקריגט, און ער שרייט אלעס אונטער...
wtf
אויפן ווידאו הערט מען ווי זיי זינגען אפ די גאנצע ניגון.
וואס איז יעצט געשעהן?
מען הערט נישט קיין דרשה פון האדמו"ר מסערעט וויזניץ, מען זעט נאר ווי ער הייבט אן די ברכות ביים חופה. ווי קען מען הערן די דרשה?
די מענדעליסטן האבן געזונגען די שוואנצונעת ניגונים בײ די סערט וויניץ-ויזניץ חופה פארגאנגענע וואך און די סערעטער האט אנגעהויבן סידור קידושין אינמיטן זינגען. והבערה ללהב יוצאת.
סתם מחרחרי ריב זיכן אנצודרייען א קאשע.
וואס פעלט אויס צו רעדן פון א נישט געשטויגענע מחלוקה ווען ס'איז דא גענוג און נאך אמת'דיגע?
איז לאמיר פארשטיין, זיי האבן זיך משדך געוועהן, און האט נישט געגלייבט די אלע מעשיות ווען זיי טוהן עס צו אנדערע. יעצט ווען זיי טוהן עס צו אים שרייט ער פוי. זיי דיך נישט משדך מיט קיין שקצים.
היסטאריעאיז לאמיר פארשטיין, זיי האבן זיך משדך געוועהן, און האט נישט געגלייבט די אלע מעשיות ווען זיי טוהן עס צו אנדערע. יעצט ווען זיי טוהן עס צו אים שרייט ער פוי. זיי דיך נישט משדך מיט קיין שקצים.
די שידוך איז צווישן די מאמע און טאטע פון כלה, פון צוואנציג יאר צוריק.
כלבאשבוע
מי הדובר?
אינטרעסאנט ער האקט פיין אויף די שוואנצאנישע טעראריסטן אבעל האלט זיך שטארק איין נישט צו דערמאנען דעם ראש השוואנצאנים/אחי"ם אליינס.
בני מר ומתוק היסטאריעאיז לאמיר פארשטיין, זיי האבן זיך משדך געוועהן, און האט נישט געגלייבט די אלע מעשיות ווען זיי טוהן עס צו אנדערע. יעצט ווען זיי טוהן עס צו אים שרייט ער פוי. זיי דיך נישט משדך מיט קיין שקצים.
די שידוך איז צווישן די מאמע און טאטע פון כלה, פון צוואנציג יאר צוריק.
ר' מענדעלע איז שוין באקאנט מיט זיין טפשות און רשעות פאר 35-40 יאהר. דרייסיג יאהר צוריק האט יעדער געוויסט וואס ער האט געטוהן מיט ר' ישראל, און יעדער געדענקט נאך זיינע וואנזיניגע דרשות 25 יאהר צוריק ("טאטי איך געב צוריק די שליסלעך!!"). אלע רבי'ס וואס האבן מחפה געוועהן אויף אים די אלע יאהרן און האבן זיך אפילו משדך געוועהן מיט אים האבן אים enabled. נאר יעצט האט דער סערעטע רבי געכאפט א קיצל אז ער האט אים פערזענדליך באליידיגט.
און אפילו יעצט רעדט ער נאר פון וואס מ'האט געטוהן צו אים און צו זיינע חסידים, און זאגט נישט קיין ווארט וועגן די שוואנצאנעס וכו'.
אינטערסאנטערמען הערט נישט קיין דרשה פון האדמו"ר מסערעט וויזניץ, מען זעט נאר ווי ער הייבט אן די ברכות ביים חופה. ווי קען מען הערן די דרשה?
https://www.dropbox.com/s/irkyrxu0jwpqdtm/4_5814369430737522743.mp3?dl=0ששון ושמחה, כ'מיין וואס זענען זיינע איינקלעך שולדיג? האלסט זיי דארפן בלייבן סינגל?
ששון ושמחה בני מר ומתוק היסטאריעאיז לאמיר פארשטיין, זיי האבן זיך משדך געוועהן, און האט נישט געגלייבט די אלע מעשיות ווען זיי טוהן עס צו אנדערע. יעצט ווען זיי טוהן עס צו אים שרייט ער פוי. זיי דיך נישט משדך מיט קיין שקצים.
די שידוך איז צווישן די מאמע און טאטע פון כלה, פון צוואנציג יאר צוריק.
ר' מענדעלע איז שוין באקאנט מיט זיין טפשות און רשעות פאר 35-40 יאהר. דרייסיג יאהר צוריק האט יעדער געוויסט וואס ער האט געטוהן מיט ר' ישראל, און יעדער געדענקט נאך זיינע וואנזיניגע דרשות 25 יאהר צוריק ("טאטי איך געב צוריק די שליסלעך!!"). אלע רבי'ס וואס האבן מחפה געוועהן אויף אים די אלע יאהרן און האבן זיך אפילו משדך געוועהן מיט אים האבן אים enabled. נאר יעצט האט דער סערעטע רבי געכאפט א קיצל אז ער האט אים פערזענדליך באליידיגט.
און אפילו יעצט רעדט ער נאר פון וואס מ'האט געטוהן צו אים און צו זיינע חסידים, און זאגט נישט קיין ווארט וועגן די שוואנצאנעס וכו'.
אויב האט ער א געלונגענע קינד וואס איז פאסיג פאר א שידוך טאר מען זיך נישט משדך זיין צוליב די טאטענ'ס חטאים? כ'האלט נישט אזוי.
מיליאנער
אויב האט ער א געלונגענע קינד וואס איז פאסיג פאר א שידוך טאר מען זיך נישט משדך זיין צוליב די טאטענ'ס חטאים? כ'האלט נישט אזוי.
פליצלינג איז די "קינד" די מדובר? 😂
רבי'ס זענען זיך משדך "מיט רבי'ס", נישט ווייל ער האט געהאט א קינד וואס איז פונקט געוועהן פאסיג פאר זיין טאכטער...
יעצט גערעדט מיט א ויז'ניצער, וואס האט מיך אביסל געזאגט וואס דא טוט זיך, איך וועל זאגן אין אפאר פוינטס:
1. ויז'ניצע רבי איז נישט עכט אינוואלווד. אין די חסידות איז דא א וועד החתונות, וואס זיי מאכן אלע פלענער און שמועסן דורך אלע ענינים מיט די אנדערע זייט. דער רבי אליין איז נישט פארמישט און ווייסט נישט וואס מען האט אפגעשמועסט.
2. די ניגון איז נישט קיין נייע ניגון, ס'איז א אלטע ויז'ניצע ניגון, נאר מען האט ארויפגעלייגט שוואנצונית ווערטער אויף דעם. ווען ויז'ניץ מאכט חתונה אין די פרעמד, זינגט מען דעם ניגון אן די ווערטער, אבער די חסידים אליין (און אויך דער רבי שטילערהייט), זינגען אליין די ווערטער, בשעת די קווייער זינגט אן די ווערטער. אויך דא אין סערט האט די קווייער געזינגען די אלטע ויז'ניצע ניגון, אן די שוואנצונית ווערטער. ביי די וועי, די ניגון אן די ווערטער זינגט מען ביי אלע מאנסי'ער חופות, ס'איז א אלטע ניגון.
3. די גאנצע צייט ביי די חופה, האט דער רבי נישט געוואוסט אז ס'איז דא א פראבלעם, ער האט געמיינט אז אלעס טוט מען לויט ווי אזוי מען האט אפגעשמועסט, אזוי ווי ס'איז אלעמאל ווען מען מאכט א חופה אין די פרעמד. הערשט ווען דער סערעטער רבי האט אנגעהויבן זאגן די ברכה, האט ער עפעס געכאפט און געוויזן אז מען זאל אויפהערן זינגען.
4. אין סערט איז דא א פאליטיק צווישן די צוויי קינדער פונעם רבי'ן, דער עלסטער איז אן איידעם אין ויז'ניץ און ער האט געבעטן אז מען זאל זינגען דעם ניגון (אן די ווערטער), אבער זיין יונגערער ברודער - זיין קאמפאטישן, האט אנגעזאגט אז מען זאל נישט זינגען די ניגון. ווען מען האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון און אנדערע האבן שטיל געמאכט, האבן די ויז'ניצע חסידים ווייטער געזינגען, ווייל מ'האט עס אנגעקוקט אז ס'איז פאליטיק און איין ברודער וויל נישט אז מען זאל זינגען דעם ניגון. הערשט שפעטער האט מען געזען אז דאס איז דער רבי אליין וואס וויל נישט.
5. נעכטן האט ויז'ניצע רבי ארויסגעשיקט א בקשה צו זיינע חסידים, אז קיינער זאל נישט ענטפערן און קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר זיין כבוד.
דאס איז בעיסעקלי אין קורצן.
וואס איז מיט די אלע פאוני קאולס וואס סערעט זאגט אז וויזניץ האט געמאכט?
מאכט סענס וואס צפת זאגט, ווייל ביי די פאריגע חתונה ווען מ'האט אנגעהויבן זינגען האט הרב מענדעלע שטיל געמאכט מיט כעס דקדושה.
זעט אויס אז די פיצא דעליוועריס איז אויך א טעסק פון די וועד החתונות...
צפת
5. נעכטן האט ויז'ניצע רבי ארויסגעשיקט א בקשה צו זיינע חסידים, אז קיינער זאל נישט ענטפערן און קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר זיין כבוד.
פאלגענד איז די בקשה
https://www.dropbox.com/s/9b4bg1v0686ifia/AUD-20221212-WA0006.opus?dl=0[ציטאט אראפגענומען]
אפשר האט ער אמאל געהייסן א נארמאלע מענטש,
נישט נאך די פרישע דרשה.
אויב איינער קען געהעריג מסביר זיין וואס גייט דארט פאר?
ווער שלאגט זיך מיט וועם און פארוואס?
און וואס האט דאס צוטוהן מיט די קינדער פון סערט וויזניץ?
פשוט איך בין אינגאנצען צעמישט...
[ציטאט אראפגענומען]
ווען די יעצטיגע מחותן (ר' ברוך האגער) האט חתונה געמאכט אין מאנסי (מיט זוועהיל) איז דער זיידע (אדמו"ר מ'סערט) נישט געקומען.
ביי די יעצטיגע חתונה זאגט מען פון ווייבער שול אז די רעביצין איז בכלל נישט געווען, ביים מצוה טאנץ פון סערט איז אחי"ם ארויסגעלאפן, און ביים לעצטע שבע ברכות (אין מרכז) איז סערט נישט געקומען.
הכלל, יעדער ווייסט פיין וואס גייט פאר, דער שוואנצי קומט זיך הייסע פעטש, אבער דער סערט'ער איז נישט דער גרויסע חכם/אוהב שלום, פאר א סבה זענען זיי מחותנים, נאך וואס קיינער האט נישט געוואלט זיך משדך זיין מיט אחי"ם שוין 25 יאר צוריק, עס איז די איינציגסטע מאל וואס די חכמת אליעזר איז א מחותן מיט די ישועות משה, זיין אנדערע איידעם (פרימישלאן) איז שוין אפגע'גט, נאר דער וויענער איידעם שטייט ווייט, אבער נישט געזארגט, זיין טאג וועט נאך קומען, מארק מיי ווארדס.
דאס איז נישט מיךאויב איינער קען געהעריג מסביר זיין וואס גייט דארט פאר?
ווער שלאגט זיך מיט וועם און פארוואס?
און וואס האט דאס צוטוהן מיט די קינדער פון סערט וויזניץ?
פשוט איך בין אינגאנצען צעמישט...
סערט האט פיינט מרכז צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל, און יעדע מאל עס קומט צו א שמחה משותפת איז דא ווארע, די מרכז חסידים פרובירן עס אראפ צו מאלן כאילו עס איז סה״כ די אינגערע זון פון סערט (חיליש-חיליק-יחיאל יהושע) אז ער איז סה״כ צוקריגט מיט זיין עלטערע ברודער (ברוך) און ער וויל אים אפטון, ממילא טוען זיי אפּ כל מיני טעראר, און ווארפן עס אויף חיליק, ביז זיין טאטע האט געפלאצט, און געשריגן בקול רעש גדול, לאזט אפּ מיין זון, איך האב אייך פיינט, און עס האט גארנישט מיט אים.
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס טראכסטי אז די קאפל מאכט מיט?
די כלה איז אן אייניקל פון סערט וויזניץ און פון וויזניץ אחי"ם. די חתן האט גארנישט מיט ביידע
אביסל אויסצוקלארן דער מצב:
1. דער סערעטער רבי איז א צובראכענער מענטש. ער איז נישט קיין מענטש מיט קיין אייגענע מיינונג און מען קען אים אנדרייען און פארדרייען א קאפ.
2. די רביצין איז א שווערע מענטש און איז א ריכטיגער 'אשתו שולטת עליו'. זי האט שוין באוויזן זיך צו צוקריגן מיט א האלבן שטעטל. איינע פון אירע זאכן: ערב-שבועות איז געווארן א מנהג, אז די פרויען קויפן בלומען פאר די רביצין, עס איז געווארן א גאנצע קאמפעטישן ווער עס קויפט שענערע בלומען, זי מאכט חשבונות און שטעלט די בלומען דא און יענע דארט, ווייזט פאר דעם און יענעם וועמענ'ס בלומען עס איז שענער... עס איז געווארן א משוגעת אז פרויען אינוועסטירן שווערע געלטער פאר די בלומען פון די רביצין... דאס איז בלויז איינע פון אירע זאכן. אלע מחלוקת אין סערט אין די לעצטע תקופה, קומט זיך איר קרעדיט דערפאר.
3. די רביצין שטייט מיט חיליש. אסאך מענטשן האבן פיינט חיליש, ווייל ער האט באוויזן איבערצוקערן דאס חסידות אין די לעצטע יארן און ער מאכט פראבלעמען.
4. די עלטערע ברודער איז נישט צופיל הונטערשטעליג, און איז זיך אויך ווערד זיין געלט.
5. די פרומשלאנער איידעם איז דא סיבות פארוואס זיי זענען גע'גט.
והעושה שלום במרומיו וכו'.
אויב איינער קען מיך מסביר'ן פארוואס די סערעטער האט איבערגעדרייט א חופה? מילא מ'זינגט א שוואנצנות ניגון, פארשטייט מען, אבער דאס איז דאך א וויזניצע ניגון אן ווערטער וואס מ'זינגט אויך אין אנדערע וויזניצע הויפן ביי די חופות. יא, כ'פארשטיי מ'האט אפגעשמועסט אז מ'גייט נישט זינגען אבער וועגן דעם גיין אנהייבן די ברכה אינמיטן? אלעס דארף גיין מיט פראפארציע.
רעדאגירט אויפן פארלאנג פון איינע פון די סערעט וויזניצע חסידים בתוכינו.
והשם הטוב יכפר.
איך פרוביר באמת צו פארשטיין וואס דער סערעטער האט דא געוואלט אויפטון מיט די דרשה. ארויסצוקומען אזוי שארף, בפרט ברבים, דארף דאך דינען א מטרה, עס דארף זיין סטראטעגיש, סתם צו וויינען ווייל ער איז באליידיגט אדער צוריק צו טשעפענען ווייל מען האט אים געטשעפעט איז קינדעריש, און סתם זוכן רחמנות איז נער׳יש.
במושכל ראשון וואלט מען געזאגט אז אזעלכע דברים חוצבים להבות אש איז געווידמעט אויפהייטערן די חסידים אז זיי זאלן זיך אננעמען פאר אים און פאר זיין כבוד, אזא סארט מלחמה דעקלעראציע, אבער עס שיינט דא ווי ער האט מורא עס צו נעמען אזוי ווייט און וויל נישט עס זאל גיין עד כדי כך.
מעגליך, אז האט ער פשוט מורא פון די מענדעליסטן און נישט געטראפען קיין אנדערע וועג וויאזוי אפצושטעלן די אזויגערופענע טעראר נאר ארויסצוקומען ברבים. אויב איז דאס טאקע געווען זיין מטרה, קומט ער פאר ווי א שוואכלינג.
ביי וועמען איז די פרעמעשלאנער געווען א איידעם?
כזעה די מענדעליסטן זענען פעסט דא אין קאווע
ווייל דער רבי האט געזאגט נישט פארענטפערן.
וואס זאגט דער חכם פין וויזניץ?
קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר מיין כבוד!!!
ווען ער זאל האבן שכל, זאגט ער, קיינער זאל מיר נישט מבזה זיין מיין כבוד.
אלא מאי, פארשטייט דער רבי אויך, אז מיט די מעשים מגונים, גיבט מען אים כבוד.
גיי פארשטיי דער שכל פין א מאמאראשע באטשי.
כ'בין נייגעריג וואס סיי וועלכע אנדערע חסידות וואלט געטון ווען זיי האלטן אינמיטן זינגען א ניגון וואס זיי פירן זיך צו זינגען ביי חופות און א צווייטע רבי נעמט זיך מסדר קידושין זיין אינמיטן...
עס מאכט נישט אויס עכט, עס קען זיין אז ער האט זיך נישט גערעכענט צו די פילינגס פין וויזניץ. וואס איז דער חשבון פין חסידים וואס פירן זיך אויף ווי כילוגיאנעס? זיי ווייסן אז דער כבוד פין זייער רבי ווערט נישט גרעסער. בפרט מיט ר' מענדל וואס מען ווייסט אז דער דפוק האט נאך הנאה פין דעם. זיי טוהן עס, ווייל ליידער איז חסידות א עבודה זרה, און מיט יעדעס זאך וואס זיי קענען דינען דער עבודה זרה גיבט עס זיי סיפוק.
וואס איך זאג איז, אז אויב איינער וויל אראפרייסן די עצם מושג פון חסידות דאן איז איין זאך, אבער קיין איין אנדערע חסידות וואלט נישט רעאגירט אנדערש צו אזא חוצפה. הרב מענדעלע איז טאקע א טויטע משוגענער אבער די סערעטער האט דא געטון א עקסטרעם זינלאזע זאך.
מען דארף פארשטיין די פערסענעלטי פון דעם סערעטער, כדאי צו פארשטיין וואס דא איז געשען.
מענטשן פרעגן, על מה יצא הקצף, וואס פלוצלינג האט ער זיך אזוי אויפגערעגט? - זיי זענען דאך אזעלכע גוטע מחותנים, מען זעט זיי שטענדיג ביי די שמחות צוזאמען און זיי זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן אזוי שיין. נאך די וואך ביי שלש-סעודות האט דער מרכז רבי אזוי שיין אויסגעלויבט זיין מחותן און גאנץ סערעט, ער האט ארויסגעברענגט אז מען זעט נישט אויף די גאנצע וועלט, אז צוויי חסידות'ן קענען זיך צוזאמענקומען א שבת און עס זאל אריבערגיין אזוי שיין און זיך אזוי שטארק מכבד זיין (ער האט געזאגט נאכמער, אז מען רעדט נישט פון צוויי פרעמדע רבי'ס, נאר פון רבי'ס פון איין גזע - ויז'ניץ, און דאס זעט מען נישט אויף די גאנצע וועלט, אז מען זאל זיך אזוי שיין דורכקומען...)
אויב אזוי, וואס איז פלוצלינג געשען? - ווייל מען האט געזינגען עפעס א נארישע ניגון?
מען דארף פאר דעם קענען דעם סערעטער רבי'ן. דא איז געשען עפעס, נישט פון יעצט, נאר ס'איז א בילד-אפ פון א לאנגע צייט.
דער סערעטע רבי איז אן ענוותן און שפל-ברך, ער איז אן איידעלער איד און א גרויסער מוותר. ס'זענען דא מצבים וואס ער פארקוקט און איז מוותר, אבער אין זיין הארץ טוט עס אים וויי און ס'שטערט אים, דאס בויט זיך אויף אלס מער און מער. דער מצב צווישן אים מיט דער מרכז רבי איז א מצב וואס האט זיך אויפגעבויט יארן. די מרכז חסידים האבן פארלאנגען, זיי זענען שווערע מענטשן וואס זענען נישט עכט מכבד אנדערע, נאר מן השפה לחוץ. דער סערעטער, אלס וואוילער מחותן האט אלס געשוויגן און ביי זיך אין הארץ אוועקגעמאכט, אז ער דארף גארנישט און ס'איז גוט אזוי... מצד שני האט די מרכז רבי מיט די חסידים פארשטאנען אז סערט איז נישט מקפיד און ס'איז טאקע גוט אזוי. זיי האבן זיך אפילו איינגערעדט, אז זיי קוקן מיט אהדה אויף מרכז און זיי האבן דאס גאר ליב. אין הארץ האט זיך אבער אויפגעבויט א ווייטאג, וואס איז געוואקסן מיט יעדע שמחה וואס איז פארבייגעגאנגען. דער סערעטער האט געשפירט אז מען רעכנט זיך נישט עכט מיט זיי און מען איז נישט באמת מעריך און מחשיב סערט. גוט, ער איז דאך איידל און ער גייט נישט פארלאנגען אנערקענונג, אבער ס'האט אים וויי געטון.
יעצט דא האט עס געפלאצט, און ווען עס האט געפלאצט איז שוין אלעס ארויסגעקומען.
דער מרכז רבי מאידך, איז א ספק צי ער האט געכאפט וואס דא איז געשען. ער קוקט עס אן ווי עפעס אן אומפארשטענדליכע אויפברויז אטאקע און ער האלט אז דער סערעטער אליין שעמט זיך מיט זיין דרשה און א מינוט נאך וואס ער האט עס געזאגט האט ער שוין חרטה געהאט אויף דעם. ער טראכט צו זיך 'נעבעך, ער האט זיך פארלוירן אין א שווערע מינוט און ער מיינט דאס אפילו נישט'. דעריבער זאגט ער פאר די חסידים, 'פארגעסט דערפון און קיינער זאל גארנישט טון'. ער מיינט נעבעך אז אזוי וועט ער אפשטילן די מחלוקת און ער כאפט נישט אז דאס האט זיך שוין אויפגעבויט פון יארן און דאס דארף שווערע ארבעט צוריקצושטעלן דעם שלום כימי קדם.
ונחיה ונזכה ונראה.
אינטרסאנט אז קיינער דערמאנט עס נישט, די שוואנצאנעם האבן בכלל נישט געזינגען זייער (וכולם מקבלים) ניגון "מיט די שוואנצונעס ווערטער" נאר אן די ווערטער, בלויז די תנועה, ס'מאכט א גרויסע חילוק אין די מעשה
ס'איז נישט ממש אזוי.
די קווייער זינגט עס אן די ווערטער, אבער דער עולם (און אויך די רבי) זינגט די ווערטער. דארט וואו זיי שטייען, קען מען גוט הערן און זיי זינגען עס צוזאמען הויך. אויף די חופה האט מען עס מסתמא נישט געקענט הערן, אבער ער ווייסט און הערט גריסן אז מען זינגט עס אונטן הויך און ווער ס'שטייט דארט קען הערן.
מיט די ווערטער אהן די ווערטער,
א הונט בילט אהן ווערטער אויך.
בכל אופן, איז א שאד נאך א מחלוקת. דום לה' והתחולל לו, אל תתחר באיש מצליח דרכו.
דער מרכז רבי איז נאר א התחלה פין א נייער סארט רבי. אלע רבי'ס קוקען ארויס און ווילען אים נאכמאכען, עס איז נאר א שאלה פין זמן ביז אלע רבי'ס זעהן אויס ווי אים.
והא ראי' אז קיינער האט נישט געזאגט א ווארט ווען ער האט דערקלערט אפציעל די שוואנצאנעס
און אלע נעמען אים אויף געהעריג
דאס איז נישט מיךוהא ראי' אז קיינער האט נישט געזאגט א ווארט ווען ער האט דערקלערט אפציעל די שוואנצאנעס
און אלע נעמען אים אויף געהעריג
אי משום הא איז נישט קיין ראיה. רוב רבי׳ס האבן נישט קיין backbone און וועלן קיינמאל אין די ווועלט נישט רעדן קיין פאליטיק וועגן אנדערע רבי׳ס ברבים אדער מאכן פאליטיק דורך נישט אויפנעמען
׳
.
צפת
דער סערעטע רבי איז אן ענוותן און שפל-ברך, ער איז אן איידעלער איד און א גרויסער מוותר. ס'זענען דא מצבים וואס ער פארקוקט און איז מוותר, אבער אין זיין הארץ טוט עס אים וויי און ס'שטערט אים, דאס בויט זיך אויף אלס מער און מער. דער מצב צווישן אים מיט דער מרכז רבי איז א מצב וואס האט זיך אויפגעבויט יארן. די מרכז חסידים האבן פארלאנגען, זיי זענען שווערע מענטשן וואס זענען נישט עכט מכבד אנדערע, נאר מן השפה לחוץ. דער סערעטער, אלס וואוילער מחותן האט אלס געשוויגן און ביי זיך אין הארץ אוועקגעמאכט, אז ער דארף גארנישט און ס'איז גוט אזוי...
ונחיה ונזכה ונראה.
איך פארשטיי נישט איין זאך, מרכז ויזניץ האט פארלאנגען?
זיי זענען דאך ביידע די זעלבע זיידע, 2 אייניקלעך'ס חופה חתונה שבת שבע ברכות און חיפה... ביידע מאהל סערטער רבי סידור קידושין. פארוואס ווייל מרכז ויזניץ איז מוותר אלעס אבי ער זאל זיין צופרידען אבער ווי מען קען פרעגען אלע מחתונים וואס האבן חתונה גמאכט מיט סערעט אז קיינמאל וועט סערט נישט זיין צופרידען און פארגינען עפעס אז א צווייטע זאל עפעס באקומען.
ביי חילי'שס חתונה איז גאגנגען מכות מיט מודזיץ סערט האט אויסגלאשען די לעקטער ווען מודזיצער רבי איז גאטנצען מצוה טאנץ. וכ"ו וכ"ו
ס'איז בכלל נישט פאני אז מ'מאכט חוזק פון סערעט וויזשניצער רבי. אויב הערט מען אויס די קליפ בלייבט מען איבער אמת'דיג sad. ער רעדט ווי א adult חולה נפש אדער ווי א קינד. די נקמה איז אויף די שוואנץ פון מרכז, הגה"ק שליטא, אז ער דארף זיך מטפל זיין מיט אים. דהינו אז די גאס זעט זיי אלץַ equals.
ס'איז נישט שיין צו שפילן הויז ברבים מיט א adult child (פארשטייט זיך נישט מיט א חולה נפש) כאילו אז ער איז איינעמס בר פלוגתא. ויפה הורה השוואנץ שאמר שלא להגיב עליו.
[ציטאט אראפגענומען]
שוין צייט אויפצוהערן די משוגעת פון צאמברענגן צוויי חסידותן, כאילו דאס קען ארבעטן. ס'איז קאמפעטישאן, און יעדער צד וועט ארויסקוקן פאר זייער הצלחה און וועט קריצן ווען די אנדערע צד באקומט צו פיל אטענשאן אדער כבוד. וואס פעלט עס אויס?
צוויי רבי'ס זענען מחותנים, זאל מען זיך איינטיילן. איין שמחה וועט זיין ביי די זיידע און די נעקסטע וועט זיין ביים צווייטן זיידן. די אנדערע צד זאל קומען בלויז מיט די נאנטע משפחה און איין גבאי.