☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אידישקייט אויסגאבע

אידישקייט אויסגאבע

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15705

אייגענארטיג » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 11:30 pm

· #513604
אידישקייט אויסגאבע
איך ווייס נישט ווילאנג דעי אויסגאבע גייט שוין אן, אבער איך האב עס לעצטענס אנגעהויבן צו זען.

ער טרעפט עולות ביי כלל ישראל און לייגט עס ארויף אויף פאפיר און צישמירט עס גוט און מאכט א גאר פיינע זשאב דערמיט אויך.

איז אזוי, איך גלייך זיין פעדער זייער שטארק עס גוסט זיך זייער סמאאד אלע עבירות געמאלטעד און געפאקט פינקטליך וויזוי ער וויל דאס האבן.
די שאלה וואס איך האב צו הרב הכותב איז דאס, אויב ער האט יא א געלונגענע פענע קען ער מזכה זיין דעם ציבור דא אונעם שטיבל אדער ערגעץ אנדערש. וואס פעלט אויס צו גיסן פעך אויף כלל ישראל...

אדרבה ילמדינו חבירינו וואס ער וויל דא אקאמפליזשען ?

קאצקע ציקער » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 11:37 pm

· #513605
זייער סימפל ער איז א גיטע שרייבער וואס באקימט באצאלט וואס צו שרייבן פרעג נישט אויפן שרייבער פרעג פון די צאלער וואס ער וויל!

אייגענארטיג » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 11:50 pm

· #513606
קאצקע ציקער
זייער סימפל ער איז א גיטע שרייבער וואס באקימט באצאלט וואס צו שרייבן פרעג נישט אויפן שרייבער פרעג פון די צאלער וואס ער וויל!
די שאלה איז פאר ביידע פון זיי...

צום צאלער: וואס ווילסטו ? די גייסט נישט טוישן די וועלט, גרעסער פון דיר האבן געטרייט. אלע תקנות וואס ממאכט האבן אן עקספיירעישאן דעיט- גיוואנדן לויט די לחץ וואס מלייגט דערויף.
סאטמער-ארונים - ווילאמסבורג האבן 'געהאט' די שטערקסטע בר מצוה תקנות. ממש יעדער ארעם צו רייך, שלעפער אדער נגיד, יא הנהלה פון עפעס אדער נישט הנהלה. יעדער יעדער האט בר מצוה געמאכט ווען זיי האבן געהייסן און אין די זאל ווי זיי האבן באשטעלט. נאך 5-6 יאר איז דעס אויך און די rear view mirror.
לאז אפ!

צום שרייבער: יא יא געלט איז פיין, אבער ווילסטו זיין דער שרייבער פון א פלענע פארשקעוויל ?!?!? וואס גייט ממילא אינערגעץ נישט ?

צוזאמגעדרייט » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 3:54 am

· #513610
Re: אידישקייט אויסגאבע
קיינמאל געהערט פון דעם, איינער האט א לינק אדער פּ.ד.פ.?

מרדכי מרדכי » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 2:07 pm

· #513624
ראשית כל איז עס נישט אן אויסגאבע נאר א פאשקעוויל, אדער אין בעסטן פאל א שיינע גליון.
איך האב געליינט אלע פון זיי.
אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324

מתבודד » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 6:14 pm

· #513633
מרדכי מרדכי
אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324
אינטרעסאנט די ערשטע מגיב דארט איז פון א ניק ''אייגנארטיג''.
@אייגענארטיג, האט עפעס מיט דיר? אפשר א קאזין? אדער א פלעינע קא-אינסידענס?

מרדכי מרדכי » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 12:12 pm

· #513684
מתבודד
מרדכי מרדכי
אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324
אינטרעסאנט די ערשטע מגיב דארט איז פון א ניק ''אייגנארטיג''.
@אייגענארטיג, האט עפעס מיט דיר? אפשר א קאזין? אדער א פלעינע קא-אינסידענס?
פארוואס זאל ער עפעס האבן מיט מיר?
סיי איך און סיי ער באהאלטן זיך אינטער ניקס סאו ער קען אפילו זיין מיין ברודער אבער איך קען נישט וויסן.

אייגענארטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:11 am

· #513901
מתבודד
מרדכי מרדכי
אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324
אינטרעסאנט די ערשטע מגיב דארט איז פון א ניק ''אייגנארטיג''.
@אייגענארטיג, האט עפעס מיט דיר? אפשר א קאזין? אדער א פלעינע קא-אינסידענס?
נישט איך... איך האב נישט דארט קיין ניק 🙄

אייגענארטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:14 am

· #513902
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב נישט קיין פראבלעם אז ער געט ארויס פאפירן/פאשקאווילן אא"וו. פארוואס אבער זיכן סתם אזוי אינטערצוהאקן כלל ישראל ?

צוקיקער » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 12:02 am

· #514078
האט עס עפעס מיט קעפעטש פין מאנסי?

אלבערט איינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 7:00 am

· #514093
Re: אידישקייט אויסגאבע
צוקיקער
האט עס עפעס מיט קעפעטש פין מאנסי?
אויף אייוועלט שפעקעלירט מען אז עס איז קעפעטש.

אפילו עס איז נישט קעפעשט איז די שרייבער זיכער א פיגור וואס פארופט זיך אלץ געשמאקע מענטש מיט א ברייטע בארד פירט קופקעס אין די קאווע שטיבל פאר צוויי שעה און דאווענט מיט די צוועלף אזייגער מנין, און קומט אייביג אן צו יעדע חתונה ביי די מצוה טאנץ שפעט ביינאכט צו געבן מזל טוב פאר די מחותן
ווען ער גיבט א היטש פאר א בחור פארהערט ער איהם די תוספות פאר א זשאוק

משה זעקעל » פרייטאג מאי 5, 2023 4:08 pm

· #523886
זיי דארפן פלען טוישן זייער נאמען פון אידישקייט גיליון צו טאליבאן גיליון אין אלעס שטימט

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש מאי 6, 2023 11:21 pm

· #523901
[ציטאט אראפגענומען]
להוי ידוע אז די באבע פונעם שרייבער פון דעם גליון האט ניטאמאל געקענט אידיש זי האט קומיונעקירט אויף ריין אונגאריש, און צומאל אויף ענגליש מיטן אונגארישען אקצענט...

הקטן » מוצ"ש מאי 6, 2023 11:29 pm

· #523902
[ציטאט אראפגענומען]
איך געדענק נישט זעהן דאס דאס זאל זיין זיין מען אישא. דו יא?
בכלל לאכט ער מער וואו ער וויינט

הקטן » זונטאג מאי 7, 2023 12:19 am

· #523909
[ציטאט אראפגענומען]
סארי, איך האב געמיסט די אויסגאבע-

איך האב געמיינט די שרייבסט דאס דאס איז זייער עגענדע און דזענערעל. און איך האב בכלל נישט געדענקט זיי זאלן מאכן פין דעם אן עסק