☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לייביש טריפט אויפן עולם

לייביש טריפט אויפן עולם

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15697

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 12:47 am

· #513414
לייביש טריפט אויפן עולם
איינער ארויסגעשטעלט אז ער איז מגלה לייביש מיט זיין בילד אלץ שטראף פארן שרייבן שמיץ, למעשה שטעלט זיך ארויס אז סאיז א בילד פון שאטערסטאק, והעיר טעלעגראם נבוכה.


ואומר אני אז דער איינער איז לכאורה לייביש און ער טריפט פיין אויפן עולם.

סגערינען אישיס דא מאך איך דא א חתן כל הנערים (כאן צריך לזרוק קענדיס)
📎 Screenshot_20221206_004324.jpg 📎 Screenshot_20221206-004418_Chrome.jpg

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 10:38 am

· #513420
יאפ.

פאר זיין דמיון באקומט ער אן א פלוס.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 11:51 am

· #513424
[ציטאט אראפגענומען]
שמעקט פון שנאת חינם.

ספינקא » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 2:36 pm

· #513427
פאר מיר קוקט אויס ווי ער איז א 21 יאריגע סקווערע'ר בחור

נעקסט לעוועל » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 2:37 pm

· #513428
Re: לייביש טריפט אויפן עולם
ספינקא
פאר מיר קוקט אויס ווי ער איז א 21 יאריגע סקווערע'ר בחור
בעיסד אויף …?

דערהויבענע איד » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 2:43 pm

· #513429
פארוואס זענען מענטשן אזוי מעטשיור? מ'פעיקט עס אדער זענען דא טאקע ניקס אזוי סיריעס?

עניוועי ער איז פיינע נייעס, שרייבט מורא'דיג לעיבעדיג, קריעיטיוו, און פאן לאווינג. איך בין א פען.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 3:37 pm

· #513434
Re: לייביש טריפט אויפן עולם
דער לייביש פארשעמט דאס ווארט -שריפטשטעלער-

אחוץ פון מאכן א מצב און שרייבן אביסל חזיר'ישע מעשיות איז דארט גארנישט דא. זיין כח הדמיון איז סתם האוקעס פאוקעס אן קיין שום ארט, עס קומט נישט אנקעגען ווי עכט, און צום אלעם לעצט [ערשט] שוואַכע דעליווערי און אָרעמע וועקאַבולאַר.

yn.NY » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 4:06 pm

· #513436
כ'דארף נישט זעהן די פיקטשער אויף שאטערסטאק צו וויסן אז סאיז א פאלטשע בילד, די קאפל איז זייער שלעכט ארויפגעפעיסט
📎 Screenshot 2022-12-06 160449.png

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 5:08 pm

· #513438
yn.NY
כ'דארף נישט זעהן די פיקטשער אויף שאטערסטאק צו וויסן אז סאיז א פאלטשע בילד, די קאפל איז זייער שלעכט ארויפגעפעיסט
📎 Screenshot 2022-12-06 160449.pngScreenshot 2022-12-06 160449.png
יא יא, ווי זאגט דער וועלט "הינזיכט איז 2020".

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 7:39 pm

· #513452
ספינקא
פאר מיר קוקט אויס ווי ער איז א 21 יאריגע סקווערע'ר בחור
ס'קען נישט זיין, ס'פעהלט איהם 2 זאכן. דער בולעט פרוף טלית קטן, און די קורצע, געקרייזלטע פיאה'לעך...!

נעקסט לעוועל » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 7:54 pm

· #513455
@בערל דו עלטערסט דיר, דו מישט שוין אביסל…
די "געקרייזעלטע" צוקנייטשטע ציצית און די "בולעטס" אויפן קאפ…
[emoji12]

מרדכי מרדכי » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 3:09 am

· #513970
שוין, זעהט אויס די לחץ אויף עם האט געהאלפן, און ער אפדעיט מער נישט אויף זיין מעין טשענעל.
ער האט ארויפגעלייגט די פאלגענדע מעסעדזש:
וויזוי ווערט מען אנגענימען אויפן אגרוף גרופע

ציליב וואס די גרופע איז געמאכט בלויז פאר פארהייראטע מענטשן, פארלאנג איך א ״סעלפי ווידיאו מעסידזש״ מיט א ״חתן כלה-קאפעל פיקטשער״ צו קענען פראווען אז איר זענט טאקע פארהיירעט.

שיקען א מערידזש לייסענס אדער ענטפערן פראגעס צו פראווען אז מען איז חתונה געהאט, איז נישט קיין אפציע.

אויב שעמסטו זיך מיט דיין אידענטעטעיט, ביטע שיק מיר נישט קיין מעסידזשעס.

-אגרוף-
📎 IMG_20221216_030625_139.jpg

ספינקא » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 1:53 am

· #514015
נעקסט לעוועל
ספינקא
פאר מיר קוקט אויס ווי ער איז א 21 יאריגע סקווערע'ר בחור
בעיסד אויף …?
אויף די וועג וויאזוי ער שרייבט ווען ער רעד פון רבי׳ס און פון הנהלה ועוד…

שפילער » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:50 am

· #516161
קיקט נישט אויס ווי א בחור נאר ווי א יונגערמאן

דוד שריפטליך » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:59 am

· #516163
דאס ווייס איך נישט אבער דא קען מען זען ווי די סיסטעם האט געזיגט ווייל אנהייב האט געשריבן געהעריג און יעצט האט ער אנגעהויבן מיט די מעשיות אז ברויך זיין פארהייראט אדער כאטש אין רילעישנשיפ מיט א בוי/גירל פרענד וכ'ו......

אונטער חכם » דינסטאג יאנואר 24, 2023 3:24 am

· #516170
Re: לייביש טריפט אויפן עולם
ס''ה איז ער באורד געווארן פון שרייבן, עס איז נישט גרינג אזויפיל צו שרייבן און ער באקומט גארנישט דערפאר, סאו יעצט פרובירט ער פשוט חושן מיטן עולם, און ווי עס זעהט אויס דא אויף קאווע שטיבל גייט אים עס גוט...

שפילער » מיטוואך יאנואר 25, 2023 1:24 am

· #516215
📎 IMG_20230125_012350_989.jpg איינער איז דארט ?

אלבערט איינשטיין » מיטוואך יאנואר 25, 2023 3:32 am

· #516218
Re: לייביש טריפט אויפן עולם
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230125/a4251327e8610865d3857db417993036.jpg
ער פרובירט צו באהאלטן וויפיל חברה עס זענען דארטן אבער מיט אביסל ארום שפילן מיט די ליכטיגקייט פונעם בילד קען מען זעהן אז עס איז בלויז ארום 25 חברה.
מן הסתם זיינע נאנטט חברים פון דאמעטערי אין ישיבה וואס זעהן אויך זיינע סטאטוס…

פרנס החודש » מיטוואך יאנואר 25, 2023 5:47 am

· #516219
Re: לייביש טריפט אויפן עולם
📎 IMG_0536.jpg דריי חדשים צוריק… קאווע שטיבל טשעט אויף טעלעגראם האט שוין דאפלט.

קידוש » זונטאג יאנואר 29, 2023 8:36 am

· #516376
מיין שאצונג,
דער בחור קומט פון א גאר היימישע חסידישע שטוב,
וואטשט אסאך סיי-פיקשען אין דראמע מאוויס, האט א פליסיגע פעדער, זיין מוח קען אבער שווער מאכען א חילוק פון רעיל לייף אין דמיון,
הלוי ער קומט אהער און פאנגט אן צו שרייבען נארמאלע ארטיקלען

דוד שריפטליך » מאנטאג יאנואר 30, 2023 1:17 am

· #516429
קידוש
מיין שאצונג,
דער בחור קומט פון א גאר היימישע חסידישע שטוב,
וואטשט אסאך סיי-פיקשען אין דראמע מאוויס, האט א פליסיגע פעדער, זיין מוח קען אבער שווער מאכען א חילוק פון רעיל לייף אין דמיון,
הלוי ער קומט אהער און פאנגט אן צו שרייבען נארמאלע ארטיקלען
איין זאך פארשטיי איך נישט פון אים ער איז געווען ביזי פאר חדשים לאנג אראפצורייסן די סיסטעם ביז ער זעלבסט האט באשלאסן צו טוען וואס די סיסטעם וויל....

ליב צו וויסן » מאנטאג יאנואר 30, 2023 7:06 am

· #516433
דוד שריפטליך
קידוש
מיין שאצונג,
דער בחור קומט פון א גאר היימישע חסידישע שטוב,
וואטשט אסאך סיי-פיקשען אין דראמע מאוויס, האט א פליסיגע פעדער, זיין מוח קען אבער שווער מאכען א חילוק פון רעיל לייף אין דמיון,
הלוי ער קומט אהער און פאנגט אן צו שרייבען נארמאלע ארטיקלען
איין זאך פארשטיי איך נישט פון אים ער איז געווען ביזי פאר חדשים לאנג אראפצורייסן די סיסטעם ביז ער זעלבסט האט באשלאסן צו טוען וואס די סיסטעם וויל....
איך קען דעם איד (ניין, נישט איך בין עס..), און די לעצטע דעסיזשן זיינע (צו טוישן צו נאר געהייראטע קאפלס) האט "גארנישט" צוטוהן מיט דעם סיסטעם..!

די סיסטעם האט נישט קיין השגה ווער דאס איז.. 😂