☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אויפדעקונג: די טוויטער פיילס

אויפדעקונג: די טוויטער פיילס

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15694

כלבאשבוע » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 7:22 pm

· #513301
אויפדעקונג: די טוויטער פיילס
שוין א לאנגע צייט וואס מטענהט אז טוויטער האט דערשטיקט רעפובליקאנער שטימעס אין דינסט פון פאליטישע אינטערעסן

נאכדעם וואס אילאן מאסק האט איבערגענומען טוויטער, האט ער פארשפראכען צו דערגיין וואס איז פארגעקומען אינטער די קוליסן, יעצט הייבט אן ארויסקומען דיטעילס וואס קאנפירמט די באשולדיגונגען

מאסק האט געגעבן צוטריט צו די טוויטער פיילס פארן זשורנאליסט Matt Taibbi און ער האט נעכטן אנגעהויבן מפרסם זיין זיינע געפינסן

זיין ערשטע גרעסטע אויפדעקונג דרייט זיך ארום די ניו יארק פאוסט מעשה וועגן האנטער ביידעןס לעפטאפ וואס איז ארויסגעקומען נאנט צו די עלעקשאנס, אין א לענגערע טוויט פארציילט ער וואס איז פארגעקומען אינעווייניג אין טוויטער ווען זיי האבן אלץ רעזולטאט אויסגעשפארט די ניו יארק פאוסט און שפעטער אויך Kaleigh McEnany טראמפס פרעסע סעקרעטערי, אלעס אנעם וויסן פון דזשעק דארסי טוויטערס CEO וואס האט טאקע שפעטער געלייקענט די באשולדיגונגען אין פארנט פון סענאט

ער ווייזט אויך אן וויאזוי ביידעןס טיעם און די דעמאקראטישע פארטיי האבן געמאכט דירעקטע פארלאנגען פון טוויטער אויסצומעקן טוויטס וואס האט זיי נישט געשמעקט, הגם אז טוויטער האט באקומען און באהאנדעלט אזעלכע פארלאנגען אויך פון די רעפובליקאנער זייט איז עס פארשטייט זיך געווען מער גענויגט אויף לינקס ווי אויף רעכטס
📎 E3BDDAF4-0FB2-4353-828B-87B93F5184D7.jpeg 📎 805B7F93-0396-41B8-9460-5BE1CAD4776A.jpeg

היסטאריע » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 8:01 pm

· #513303
What a surprise

גבור חיל » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 6:22 pm

· #513340
טו בי האנעסט, כ'כאפ נישט גענוי וואס די מאסיווע אויפדעקונג איז דא. נישט פאר דעם האמיר געפאַפט פאפקארן.

דאס אז טוויטער איז געווען אן ארעם פון די דעמאקראטישע פארטיי איז גארנישט קיין נייעס, אויב עפעס איז א גרעסערע נייעס אז די טראמפ ווייסע הויז האט זיי אויך געבעטן צו פארמעקן טוויטס, כ'בין נאר נייגעריג וועלכע טוויטס דאס איז געווען און אויב זיי האבן געפאלגט.

אויכעט זעהט מען לויט די דאקומענטן אז די צענזור אויף די גהינום לעפטאפ איז נישט געקומען פון קיין רעגירונג אגענטורן נאר פון טוויטער פירער אליינס, מיט'ן אויסנאם פונעם באבערדלטן רעב יענקל. נו? דאס אז יואל ראטה איז א ליבעראלע אפעראטור איז קיינעם קיין נייעס, זיינע טוויטס פון די פארגאנגענע יארן זאגט עס.

וואס איז די באמבשעל?

צפוני » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 8:05 pm

· #513347
ווי ס'זעהט מיר אויס, איז דער באריכט נאר די שפיץ פון די אייז בארג, איך גלייב אז דאס איז נאר דער אנהויב פון א רייע באריכטן וואס טוויטער האט געטוהן צו העלפן די דעמאקראטן, און אמת אז דעס אלס אן אויפדעקונג איז נישט ממש א חידוש, איז עס אבער מער צו באשטעטיגן אז דאס וואס די רעפובליקאנער פארטיי זאגט שוין לאנג האט טאקע פאסירט און יעצט מיט הארטע באווייזן, און נישט מ'זאל ווייטער קענען זינגען דעם דעמאקראטישע ניגון פון there's no real evidence that this accuse has taken place!!!

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 9:25 pm

· #513352
למעשה זעהט מען ווי די דעמאקראטען זענען זייער צובראכן אז זיי האבן פארלוירן טוויטער

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 7, 2022 9:38 am

· #513482
מ’דארף זיך לאזן שפייען, און נישט טון די זעלבע זאך אלעס וועגן די שיטה? ווען די רעפאבליקענס זעען אז זייער וויזיע ווערט צוטרעטן זאלן זיי זיך נישט באנוצן מיט די זעלבע כלים צו ראטעווען די מערסטע וואס זיי קענען?

ביי מעיל אין און ערלי וואוטינג שרייעט יעדער אז די רעפאבליקאנער זענען אידיאטן פארן זיך נישט מיטכאפן אויפן וואגן, וואס וואלט געווען ווען זיי שטופן ווען יא די מעיל אין און ערלי וואוטינג וואלט מען געשריגן אויף זיי אז זיי ווארפן אוועק זייערע ווירדן ווען ס’לוינט זיך, ס’קומט צו א פוינט וואס מ’מוז זיך באנוצן מיט די קאמפעטישאן’ס פלעי בוק צו בלייבן אין ביזנעס.

אלע צוזאמען » מיטוואך דעצעמבער 7, 2022 10:18 am

· #513483
5 מאל האט 'עריק שמידט' פון 'מיזורי', געדארפט פרעגן פון 'ענטאני פאטשי' צו ער קען איינעם וואס ארבייט פאר א סאציעל מידיע פירמע, ביז ער האט זיך ענדליך דערמאנט אז יא, זיין טאכטער האט געארבעט פאר טוויטער, בשעת די פענדעמיק.

און נאך נייעס, 'עלאן מאסק' האט נעכטן ארויסגעווארפן טוויטער'ס דעפיוטי דזשענערעל קאנסיל 'דזשים בעיקער', דער 'בעיקער' איז געווען די דזשענערעל קאנסיל ביי די FBI נישט צו לאנג צוריק!, און ער איז געווארן ארויסגעווארפן ווייל ער האט זיך קעגנגעשטעלט די פובליצירן די טוויטער בעיקער'

אבער וויאזוי האב איך געשריבן אין אן אנדערע אשכול, 'אלעס איז קאנספיראציעס'.

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 7, 2022 6:01 pm

· #513496
@אנאנים, די סיבה פארוואס טראמפיסטן זענען אזוי בייז מיט די מעשה איז ווייל די ביידען לעפטאפ האט געדארפט זיין זייער אקטאבער סורפרייז, זשוליאני און קאמפאני האבן דאס געהאלטן אלץ אפיקומן און געהאפט אז דאס וועט העלפן באגראבן ביידען אזויווי די וויקיליעקס פאדעסטע אימעילס און דזשעימס קאומיס אינוועסטיגעשאן אנאנסמענט אין 2016, ווען טוויטער האט דערשטיקט די מעשה האט די מידיע געהאט א תירוץ עס אוועקצומאכן און איגנארירן, דאס האט שטארק צונישט געמאכט דעם פלאן

למעשה האט די מידיע די וואך פרובירט צו טון די זעלבע מיט די מעשה דא דורך אוועקמאכן די גאנצע פרשה אלץ א נאטינג בורגער, מהאט געווארט מיט שפאנונג אויפן נעקסטען חלק, ביז טאיבבי האט געשריבן אויף טוויטער אז די דילעי איז וועגן די פרישע אנטדעקונג מיט דזשים בעיקער ווי @אלע צוזאמען האט שוין דערמאנט און אז ער האט מעגליך אויסגעמעקט וויכטיגע חלקים פונעם רעקארד

די טוויסט מיט דזשים בעיקער איז אויך געקומען מיט פרישע קאנספיראציעס אז היתכן מאסק האט נישט געוויסט ביז יעצט אז בעיקער ארבעט אין טוויטער? איז דא וואס ווילן זאגן אז ער האט טאקע יא געוויסט נאר ער האט בכוונה געווארט אז בעיקער זאל זיך אינקרימינעטן, א שטיקל טעאריע אויב מנעמט אן די קשיא טאקע אלץ א שטארקע קשיא

נאך א אינטערעסאנטע אנטוויקלונג די לעצטע פאר טעג איז געווען די דיבעיט אויסצומעקן די ארטיקל וועגן די פרשה פון וויקיפידיע, די טענה פון די לינקע איז סאיז מינדערוויכטיג און פארדינט נישט קיין ערנסטע אנערקענונג, אלץ א חלק פון דעם קאמפיין איז טאיבבי אליין אויך געקומען אונטער אטאקע פון אנדערע מידיע פערזענליכקייטן און מפרובירט אים צו דערנידריגן, למשל, מבאטיטולט אים בלויז אלץ א סאבסטעק שרייבער אנשטאט צו דערמאנען זיין פולן זשורנאליסטישן רעקארד

ביזדערווייל איז דזשעק דארסי ארויס אין דער עפנטליכקייט היינט מיט א פארלאנג צו מאסק אז ער זאל ארויסגעבן אלע טוויטער פיילס כמות שהיא, מאסק האט עלעגאנטיש צוגעזאגט טאקע אזוי צו טון, כזאג עלעגאנטיש ווייל ער איז זיך נישט מתייחס דירעקט צו דארסיס ריקוועסט און רוקט אריין נאכאמאל דעם פאקט אז וואס מהאט געטון אין דארסיס צייטן איז געווען אונטער זיין רוקן און אן זיין וויסן

יעצט ווארט מען אויף חלק ב׳ וואס גייט נתפרסם ווערן דורך Bari Weiss
📎 IMG_1613.jpg

אלע צוזאמען » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 12:10 pm

· #513526
[ציטאט אראפגענומען]
איז די פארשטייסט די אומגערעכגטיגקייט און עוולה, אבער ווייל 'טראמפ' האט עס אויך געטון, אפילו אויף היבש א קלענערע לעוול, יעצט איז די קארופציע שוין בארעכטיגט.

און איך גיי נישט אראפרייסן 'טראמפ', ווייל די לינקע און דעמאקראטן טוען עס גענוג, ס'פעלט נישט אויס נאך קאנסערוואטיוון זאלן אים אונטערהאקן, אפילו אויף זאכן וואס קומט זיך אים קריטיק.
און ווען גיי איך יא טראכטן פון קריטיקירן אין פובליק א קאנסערוואטיווע פירער, ווען ס'גייט זיין עטליכע דעמאקראטן וואס גייען אראפרייסן זייער פירער'ס, דעמאלט קען מען רעדן.

כלבאשבוע » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 11:34 pm

· #513561
חלק ב׳

בארי ווייס האט היינט באריכטעט נאך דיטעלס וויאזוי אין טוויטער אינטערנעלי האט מען געניצט געהיימע קאמיטעס און ספעציעלע מיטלען שטיל צו מאכן אקאונטס בעיסט אויף פאליטישע מיינונגען, א זאך וואס טוויטער האט אפיציעל געהאלטן אין איין זאגן אז מטוט דוקא נישט

למשל, די אקאונט פון א סטענפארד פראפעסאר וואס איז געווען קעגן קאוויד לאקדייןס פאר קינדער איז ארויף אויף א ספעציעלע ״טרענדס בלעקליסט״ צו פארזיכערן אז ער טרענד נישט און אז זיין מיינונג גרייכט נישט ווייט

די אקאונט פון א פאפולערער רעכטער טאלק שאו האוסט, איז ארויף אויף א ספעציעלע ״סוירטש בלעקליסט״ אז מזאל אים נישט קענען טרעפן

די פאפולערע libsoftiktok אקאונט וואס ווערט געפירט דורך א היימישע פרוי איז אויך ארויף אויפן ״טרענדס בלעקליסט״ און באקומען דעם ספעציעלן כבוד אז נאר די געהיימע קאמיטי וואס האט זיך גערופן Site Integrity Policy, Policy Escalation Support ובקיצור SIP-PES און איז געווען צאמגעשטעלט פון די גרעסטע חברה אין טוויטער, האבן געמעגט מאכן דיסיזשענס אויף דעם אקאונט, מהאט טאקע צוגעשפארט איר אקאונט זעקס מאל מיטן תירוץ אז זי האט פארלעצט טוויטערס פאליסיס אבער אינערליכע מעמאוס ווייזן אז דער תירוץ איז געווען פאלש און מהאט דאס אינטערנעלי אנערקענט ובמילא זיך געדראפעוועט אויף טעכנישע תירוצים כדי איר אויסצושפארן

זי ברענגט נאך פארשידענע פרטים און שרייבט אז סקומט נאך סחורה בקרוב
📎 C67D4E89-F5D2-4515-9B0F-EBCE672CBF79.png 📎 1E8A73DF-9942-4F0A-8ADD-E8F28A56D5D7.jpeg 📎 D5E6284D-BBAB-446A-85C5-40A9CA841518.jpeg 📎 7ED82319-3531-408B-805B-20A4A0BC3E1B.jpeg

טאמבל סאס » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 2:36 am

· #513579
Re: אויפדעקונג: די טוויטער פיילס
In an interview with MIT Technology Review in November 2020, when asked about freedom of speech regarding Twitter, Agrawal said: "Our role is not to be bound by the First Amendment, but our role is to serve a healthy public conversation ... [and to] focus less on thinking about free speech, but thinking about how the times have changed."

WTF..

https://en.wikipedia.org/wiki/Parag_Agrawal?wprov=sfla1

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

כלבאשבוע » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 12:22 pm

· #513619
חלק ג׳

הייבט אן אריינצוגיין אין די אינעליכע דיטעילס וואס איז פארגעקומען ווען טוויטער האט מחליט געווען אויסצושפארן טראמפס אקאונט און ווייזט אויך וויאזוי זיי האבן געארבעט צוזאמען מיט גאווערמענט אינסטאנצן ווי די FBI, די DHS און די DNI
📎 ECFF19AF-202F-43BD-8C0F-6428392E1A92.jpeg 📎 9764D63F-AAB2-4BC9-BF35-D1B637D6DE25.jpeg

כלבאשבוע » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 12:54 pm

· #513622
חלק ד׳

גייט אריין אביסל מער אינערליך וויאזוי אויסשפארן טראמפס אקאונט איז צושטאנד געקומען, מזעט די צומישעניש וואס האט געהערשט ווייל טוויטער האט ביז דעמאלטס געהאט א פאליסי אז ממעקט נישט אויס טוויטס פון וועלטליכע לידערס אפילו אויב זיי פארלעצן די טוויטער רולס וויבאלד סאיז אין ״פובליק אינטערעסט״, אויך זעט מען וויאזוי זיי האבן געוויסט אז זיי האבן נישט קיין אמתע סיבה אויסצושפארן Matt Gaetz
📎 FA445823-72E0-4874-92DC-F9B39F3C7EA8.jpeg 📎 C3E13FC8-DA76-4E40-A8F4-2AD7D046FF7F.png

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 7:25 pm

· #513709
חלק ה׳

די לעצטע חלק פאקוסט אויף January 8 די טאג ווען מהאט פיינעלי אויסגעשפארט טראמפ, טראמפ האט יענעם טאג געטוויט צוויי מאל, אין די ערשטע האט ער זיך אנגענומען פאר זיינע מיליאנען וואוטערס וועמען ער האט אנגערופען patriots, אין די צווייטע האט ער אנאונסט אז ער גייט נישט גיין צו ביידןס איינשווערונג, טוויטער האט באקומען אסאך פרעשור פונדרויסן און פון אינעווייניג אז מען זאל אים שוין אויסשפארן אבער די רעקארדס דעקן אויף אז אינעווייניג אין טוויטער האט מען נישט געקענט טרעפן א אמתע סיבה נאר פארקערט די סעיפטי טיעמס האבן געפאסקענט אז סאיז גארנישט ראנג מיט זיינע טוויטס און אז ער האט נישט פארלעצט די רולס

נישט נאר דאס, טוויטער האט דאך געהאט א פאליסי אז מצענזירט נישט וועלטליכע פירערס אפילו ווען זיי פארלעצן די רולס ווי אויבנדערמאנט אין חלק ד׳, פארדעם האט מען קיינמאל נישט אויסגעשפארט כומעני פון איראן וואס האט געטוויט אז מדארף אויסמעקן מדינת ישראל, וואס די טוויט איז נאך אלץ לייוו אגב, און אויך אנדערע, ווי למשל די פרעמיער מיניסטער פון מאלעזיע וואס האט געשריבן אז מוסלעמענער האבן א רעכט צו הארגענען מיליאנען פראנצויזן און מהאט אים נאך עד היום נישט אויסגעשפארט

ביז מאיז אויפגעקומען מיט א סברא אז היות טראמפ האט זיך אנגענומען פאר די ראיטערס און זיי אנגערופען patriots קומט אויס אז ער איז די פירער פון די טעראריסטן און אז ער שיקט דא רמזים כדי אנרייצן זיינע חברה, נאך אפאר מיטינגס און עטליכע שעה שפעטער האט מען אויסגעשפארט טראמפ צוליב ״די חשש אז ער גייט העצן אז מזאל ניצן ווייעלענס״

די רעסט ווי מזאגט איז היסטארי
📎 89FjzFp1zUAAAt31D.jpg 📎 7FjzFb5QVUAA-JxQ.jpeg 📎 56FjzCAYyUoAA_TIR.jpg 📎 34FjzBhwiVQAAZb8t.jpg 📎 12FjzAeZgUoAA8o7j.jpg

פישל » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:57 pm

· #513719
Re: אויפדעקונג: די טוויטער פיילס
האסטו געליינט דאס? זיי גלייכן צו א געוועזינע פרעזידענט פון אמעריקא צו א טעראר פירער און צו היטלער ימ״ש וואס האט גע׳הרג׳ט זעקס מיליאן אידן!
כ׳מיין אז צו דעם קען יעדער בר דעת מודה זיין אז ס׳איז ארויס פון קאנטאקסט און איבערגעצויגן די שטריק.
האר אויפשטעלנד.

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221213/0821110d00ade4e4b4b2743450168208.jpg


Sent from my iPad using Tapatalk

אלע צוזאמען » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 3:04 pm

· #513770
טוויטער= FBI
און אנדערע נייעס ארויס פון די טוויטער פייל'ס האט 'פאקס נייעס' באמערקט די נאנטע קשר וואס די שפיאנאזש אגענטור'ן האבן אנגעקניפט מיט די אינטערנעט מידיע וועלט, א גאנצע רייע פון געוועזענע FBI לויער'ס, אנאליסט'ן, און ראטגעבער'ס, האבן געארבעט אין די קאמפעני'ס הויפט קווארטיר.

'ווידזשאיא געיד' פון די הויפט צענזורירער, האט געארבעט פאר די ביורא, 'טוויטער סיניער פאליסי ראטגעבער מייקל סקאט', איז געווען א אינפארמאציע אנאליסט ביי די FBI און CIA!, אן אנדערע פראגראם מענעדזשער ביי טוויטער 'דזשעף סי.' איז אויך אנגעקומען אהין, נאכן ארבייטן ביי ביידע שפיאנאזש אגענטור'ן, און די ליסטע ענדיגט זיך נישט אזוי שנעל, 'דווען מ.ב.' (די נעמען קומען פון 'לינקד אין' דעריבער איז נאר דא האלבע נעמען) אויכ'עט פון סיניאר העלפער צום FBI דירעקטאר, צו 'דירעקטאר פאר סטראטעגיע און אפעראציע'ס ביי טוויטער, 'מעטיוו וו.' 'פעטריק דזשי.' און 'ברוס עי.' זענען נאך עטליכע וואס האבן געארבעט פאר די FBI פאר'ן גיין צו טוויטער.

ס'איז נישט גענדיגט ביי דעם, 'פאקס ניוס' האט אויך ארויס געלייגט נאך א דאזען נעמען פון הויכראנגיקע אגענטן פון די FBI און CIA וואס ארבייטן יעצט ביי אן אנדערע ריזן שפילער אין די אינטערנעט נייעס וועלט, 'פעיסבוק'.
די געהיים פאליציי און 'סאוויעט רוסלאנד' קען זיך פארשטעקן פאר הצלחה פון די געהיים אגענטור'ן דא אין אמעריקע.

כלבאשבוע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 8:33 pm

· #513801
דזשעק דארסי, טוויטערס געוועזענע CEO ריספאנדט פובליקלי צו די גאנצע פרשה און איז מודה ווי שטארק פראבלאמאטיש סאיז

אין א לענגערע פאוסט קלאפט ער על חטא און טענהט אז א קאמפאני מעג נישט האבן אזויפיל פאוער און טאר אינגאנצן נישט נעמען א חלק אין צענזור
📎 7CACD113-B7B5-43F3-AA89-0C408D1AA2D7.jpeg

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:27 pm

· #513847
דער איז דאך אזא צולייגער, יעצט אז אילן מאסק האט טוויטער דערמאנט ער זיך… און ער גיבט נאך מאסק'ן פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו פירן טוויטער 😂 😂 😂 נעקסט קומט בערלאנד ארויס מיט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו היטן פרויען פון רעיפיסטס 😂 😂 😂

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:29 pm

· #513848
רביה''ק זי''ע
דער איז דאך אזא צולייגער, יעצט אז אילן מאסק האט טוויטער דערמאנט ער זיך…
ער מוז אויך ווייזן זיינע כשר'ע חזיר פיסלעך.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:59 pm

· #513855
אויפדעקונג: די טוויטער פיילס
יויש די קאממענטארן דארט זענען איינס זיסער פונעם צווייטן, איינער שלאגט פאר א פערטע סעיף 😂
📎 photo_2022-12-14_17-58-08.jpg

קידוש » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 10:30 am

· #514027
איך בין שוין אביסל צימישט וועגען אילאן מאסק, קודם שרייעט ער חיי וקיים מען טאר "קיינעם" נישט צענזורירען,
דערנאך נעמט ער זיך בלאקען ליבעראלע אקאונטס רעכטס אין לינקס,
קודם מיט'ן אויסרייד פון סעפטי יעצט סתם אזוי...

פישל » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 5:48 pm

· #514049
זייער גוט! [emoji108]א נקמה אין די ליבעראלן [emoji16]

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 6:09 pm

· #514052
קידוש
איך בין שוין אביסל צימישט וועגען אילאן מאסק
און וואס דשעק דארסי האלט ביזטו שוין קלאר? אלעס די זעלבע גארבידש.

אלע צוזאמען » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:20 am

· #514103
קידוש
איך בין שוין אביסל צימישט וועגען אילאן מאסק, קודם שרייעט ער חי וקיים מען טאר "קיינעם" נישט צענזורירן,
דערנאך נעמט ער זיך בלאקען ליבעראלע אקאונטס רעכטס אין לינקס,
קודם מיט'ן אויסרייד פון סעפטי, יעצט סתם אזוי...
מאסק האט נישט אראפגעווארפן סתם אזוי מענטשן, יעדער וואס איז געווארן סוספענדירט האט געטון עפעס אקעגן זיין זיכערהייט, נישט אז איך נעם עס אן, אבער אזוי זאגט ער, מ'האט פארעפענטליכט זיין לאקאציע, - וואס דאס איז פובליק אינפארמאציע, יעדער קען עס געוואר ווערן - און זיין זון'ס קאר איז געווארן נאכגעפאלגט דורך א פארמאסקירטע פארשוין, וואס איז נאכדעם ארויף געטאנצן אויף די קאר ווי זיין קליין קינד איז געזיצן, דאס האט געטוישט 'מאסק'ס בליק אויף 'פרייהייט פון אויסדריק'.

נאך איין זאך, ביי אים גייט נישט אן די כלל אז א רעפארטער מעג טון וואס ער וויל, ער האלט נישט פון דעם. אויף א טוויטער קאול מיט דזשורנאליסט'ן האט ער זיי געווארענט, אז אויב א רעפארטער גייט אים דאקס'ן, גייט ער ווערן סוספענדירט.

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:41 am

· #514106
עט דיס פוינט, וואס מאסק טוט מיט טוויטער איז געהעריג צודרייט

סאיז אויך שטיקל משמע אז ער זוכט שוין א וועג ארויס
📎 em.png

אלע צוזאמען » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:50 am

· #514109
כלבאשבוע
עט דיס פוינט, וואס מאסק טוט מיט טוויטער איז געהעריג צודרייט

סאיז אויך שטיקל משמע אז ער זוכט שוין א וועג ארויס
פון איין פלאץ האב איך געהערט אז די פאול קומט נאך פרעשור פון זיינע 'סאודי' און 'קאטארי'שע אינוועסטירער

היסטאריע » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 11:32 am

· #514116
עס איז פשוט אז ער באלאנגט נישט דארט לאנג טורם, ער איז געוועהן גוט אריינצוקומען און מאכען סדר, פארשיקן די ליידיג גייערס. יעצט קען ער עס קאנטראלירן פין דער זייט, און צוריק גיין מאכען געלט פון זיין טעסלא.

די ליבעראלען האלטן נאך אינמיטן די שלשים פין דער פארלוסט פון טוויטער, און האלטען אין איין האקן אויף אים כנוסחתם אויף טראמפ, ער קען אבער נישט זיין א טראמפ, ווייל סוף כל סוף דארף ער מאכן אסאך מער געלט ווי טראמפ, און ער קען בלייבן א עני ואביון אויב ער בלייבט מיט דער משוגעת.

אלע צוזאמען » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 12:17 pm

· #514119
גערעכט, אויב דענק איך גוט, האט ער גלייך פון אנהייב געזאגט אז ער פלאנט נישט צו פארבלייבן CEO פערמענאנט, נאר אפצוטרעטן נאכ'ן מאכן סדר.

פישל » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 12:19 pm

· #514120
די שאלה איז צו די סדר וועט בלייבן נאך וואס ער טרעט אפ....

אלע צוזאמען » דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 6:41 pm

· #514174
די חורבן ארום די אלטע טוויטער ווערט ערגער און ערגער, און ניין די 'מעין סטריעם מידיע' רעדט נישט פון עס, פארוואס יא, ס'שעדיגט נאר זייערע פריינט אינערהאלב די -שוין יעצט אפיציעל באשטעטיגטע- דיפ סטעיט, ס'שוין קאנפירמ'ד לעיני כל אז די FBI איז א טיף קארופטירטע אגענטור, וואס האט געארבעט האנט ביי האנט מיט די לינקע ראטן אין טוויטער צו שעדיגן און אינטערמינעווען 'דאנעלד טראמפ' און זיינע שאנסן צו ווערן ווידער ערוועלט.

זיי האבן אפילו געצאלט פאר עס! דריי און אהאלב מיליאן דאלער, פון 'אקטאבער 19' ביז אנהייב 21', אלע שפיאנאזש אגענטור'ן האבן געוויסט פונקטליך וואס טוט זיך אפ אין די טוויטער אפיסעס, און זיי האבן באקומען וואס זיי האבן געוואלט, און ממש א מיעוט שבמיעוט האבן טוויטער עקזעקיוטיווס זיך קעגן געשטעלט זייערע פארלאנגן.

און די חוצפה און קארופציע האט זיך נישט דא אפגעשטעלט, היינט האט 'לי פאנג' א שרייבער פאר 'די אינטערסעפט' ארויסגעלייגט 'טוויטער פייל'ס נומבער אכט, ווי ער ווייזט אז די 'דיפענס דעפארטמענט' האט גע'ראנט פאלשע אקאנט'ס וואס האבן געשטיפט פראפעגאנדע לטובת אמעריקע בעיקר אין די מיטל מזרח ראיאן, יעצט אלץ א פאריאטישע אמעריקאנער איז די שריט מצד די מיליטער א גוטער, געווין די מוחות, און האסט געווינען האלב פון די קאמפיין, די עוולה דא איז מצד טוויטער, א פריוואטע קאמפעני, אפיציעל די שטאט'ס פארזאמלונג'ס פלאץ, א סקווער ווי יעדער קען זאגן און רעדן וואס ער וויל, איז מיט וועלכע רעכט ריקסטו פאראויס איינעמ'ס אינפארמאציע איבער די אנדערנ'ס.

איז, ווען דאס וואלט ווען געווען די איינציגסטע עבירה וואס די טוויטער פירער זענען באגאנגען, וואלט איך מיך צוגעמאכט דאס מויל, ווייל ווי געזאגט, האלט איך נישט פון קריטיקירן איינער וואס טוט מיך גוטס, אבער ווען דאס קומט שוין נאך די לעצטע זיבן דאמפ'ס, מיט פעקלעך שמוץ און באווייזן פון זייערע שענדליכע מעשים אקעגן יעדער וואס האט גע'האלטן אנדערש פון זיי, איז דאס מוסיף חטא על פשע.

אלע צוזאמען » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:09 am

· #514201
אלע צוזאמען
די חורבן ארום די אלטע טוויטער ווערט ערגער און ערגער, און ניין די 'מעין סטריעם מידיע' רעדט נישט פון עס, פארוואס יא, ס'שעדיגט נאר זייערע פריינט אינערהאלב די -שוין יעצט אפיציעל באשטעטיגטע- דיפ סטעיט, ס'שוין קאנפירמ'ד לעיני כל אז די FBI איז א טיף קארופטירטע אגענטור, וואס האט געארבעט האנט ביי האנט מיט די לינקע ראטן אין טוויטער צו שעדיגן און אינטערמינעווען 'דאנעלד טראמפ' און זיינע שאנסן צו ווערן ווידער ערוועלט.

זיי האבן אפילו געצאלט פאר עס! דריי און אהאלב מיליאן דאלער, פון 'אקטאבער 19' ביז אנהייב 21', אלע שפיאנאזש אגענטור'ן האבן געוויסט פונקטליך וואס טוט זיך אפ אין די טוויטער אפיסעס, און זיי האבן באקומען וואס זיי האבן געוואלט, און ממש א מיעוט שבמיעוט האבן טוויטער עקזעקיוטיווס זיך קעגן געשטעלט זייערע פארלאנגן.

און די חוצפה און קארופציע האט זיך נישט דא אפגעשטעלט, היינט האט 'לי פאנג' א שרייבער פאר 'די אינטערסעפט' ארויסגעלייגט 'טוויטער פייל'ס נומבער אכט, ווי ער ווייזט אז די 'דיפענס דעפארטמענט' האט גע'ראנט פאלשע אקאנט'ס וואס האבן געשטיפט פראפעגאנדע לטובת אמעריקע בעיקר אין די מיטל מזרח ראיאן, יעצט אלץ א פאריאטישע אמעריקאנער איז די שריט מצד די מיליטער א גוטער, געווין די מוחות, און האסט געווינען האלב פון די קאמפיין, די עוולה דא איז מצד טוויטער, א פריוואטע קאמפעני, אפיציעל די שטאט'ס פארזאמלונג'ס פלאץ, א סקווער ווי יעדער קען זאגן און רעדן וואס ער וויל, איז מיט וועלכע רעכט ריקסטו פאראויס איינעמ'ס אינפארמאציע איבער די אנדערנ'ס.

איז, ווען דאס וואלט ווען געווען די איינציגסטע עבירה וואס די טוויטער פירער זענען באגאנגען, וואלט איך מיך צוגעמאכט דאס מויל, ווייל ווי געזאגט, האלט איך נישט פון קריטיקירן איינער וואס טוט מיך גוטס, אבער ווען דאס קומט שוין נאך די לעצטע זיבן דאמפ'ס, מיט פעקלעך שמוץ און באווייזן פון זייערע שענדליכע מעשים אקעגן יעדער וואס האט גע'האלטן אנדערש פון זיי, איז דאס מוסיף חטא על פשע.
און א נקודה ארויס פון די 'טוויטער פייל'ס, קען מען זעהן ווי שטארק די מעין סטריעם מידיע איז אין אמעריקע, ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן די דאמפ'ס געווען סענזעציאנאלע נייעס מיט א קראפט וואס וואלט רואינירט דאס לעבן פון אסאך פאוערפולע חברה אין די פאליטישע גאס, רעזיגנאצעס וואלט געווען דאס מינימום, מענטשן ווי יואל ראטה וואלטן זיך געשעמט צו גיין אין גאס, ווער רעדט נאך פון געבן פובליק דרשות.

אינערהאלב די שפיאנאזש געמיינדע, וואלטן קעפ געפלויגן, אבער, נישט אין די היינטיגע עולם הפוך, די לינקע מידיע זייענדיג די פערטע צווייג פון די גאווערמענט, היינט שוין ליטערלי, זייענדיג אנגעפילט מיט געוועזענע גאווערמענט איינגעשטעלטע איבעראל, האט כולם פה אחד אפגעמאכט מ'רעדט נישט פון עס, און פערטיג, עולם כמנהגו נוהג, אפילו 'פאקס ניוס' וואס איז שוין אפיציעל רעכט גענויגט, גייט אויך נאך די ווינט אויפן גאס, אז קיינער רעדט נישט פון עס, על'ן זיי אויך נישט פאמפן מיט עס, אביסל רעדן זיי דא דארט, אבער ווייט נישט גענוג וויפיל ס'פארלאנגט זיך פאר אזא סטארי.