☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט

פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15686

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:40 pm

· #512908
פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
היות אין א צווייטע אשכול האט איינער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע איבער מיינע פראגעס אויף אידישקייט וועל איך פרובירן צו אראפברענגען טייל פון מיינע פראגעס דא. פארשטייט זיך לא הרי אידישקייט כהרי אידישקייט און יעדע פראגע האט אן ענטפער (לאו דוקא לאגישע). פארשטייט זיך אז יעדער איז בארעכטיגט צו אננעמען אז מיינע פראגעס זענען בכלל נישט בגדר פראגע, דאך ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פאר מיר איז עס (בעבר) שווער געווען.

1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).

2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.

3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.

4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו

5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו

6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.

7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.

פארשטייט זיך אז אויף די אלע זאכן האט מען שוין גערעדט און געזינגען פאר טויזענטער יארן און אויך געשריבן גאנצעטע אשכולות ממילא האב איך גארנישט מחדש געווען. גרויסע חכמים בעבר האבן שוין דן געווען איבער די פראגעס און געקומען צו פארשידענארטיגע מסקנות.

(הבהרה: די פראגעס האבן נישט דוקא צו טון מיט געוויסע אויסוואלן וואס איך האב יא אדער נישט געמאכט אין פערזענליכן לעבן).

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 4:51 am

· #512956
Wow, דאס איז אסאך.

א. צדיק ורע לו, ספר איוב באהאנדלט דאס באריכות, נאך אלע שיטות אין דער ספר, זעה איך נישט פארוואס דער קשיא ווערט נישט געפרעגט אנדערש.
אויב איז דא א באשעפער, פארוואס זעה איך אים נישט? ד.ה. דער וועלט ווערט געפירט אויף א וועג וואס הנהגה איז נישט מוכרח.
לעומתם יאמרו, אז דווקא פין דא זעהט מען אז יש מנהיג לבירה. און עס איז טאקע קאנפליקטונג.

ב. זיי לייגן גזירות, וואס איז די קשיא?

ג. ווייל זיי האבן א יצר הרע.

ד. ווייל זיי זענען סטופיד.

ה. ווייל א טעאריע איז נישט א ראיה אויף גארנישט.

ו. עקסטרעם איז א טייטש, נישטא קיין שיטה וואס איז עקסטרעם לכולא עלמא, וואס איז פאר דער עקסטרעם איז ביי יענעם מיטל מעסיג.

ז. ווער לייגט זיך נישט אהן אויף דער ציבור? לעבט אליין אויף א טראפיקעל איילאנד, און וועסט לעבן אויף דער חשבון פין נאטור. טאמער דו מיינסט צו זאגן אז זיי געבן גארנישט צו צום צבור, דאס אז יעדער דארף צוגעבן צום כלל, איז א מצוה אין דער תורה?

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:15 am

· #512958
די שאלות ווערן געפרעגט היפש כלליותדיג, כמעט אוממעגליך צו ענטפערן, אבער אויפן שפיציגן גאפל אין קורצן וואלט איך גענטפערט.

1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).

גוט און שלעכט איז רעלאטיוו פון א אידישן און אפילו אלגעמיינעם פרעספעקטיוו, א פרוי ווען זי איז פרעגנענט קען זי ליידן שווערע יסורים פארט פארשטייט זי אז ס'איז א אריינפיר פאר עפעס גוט, רעה איז לא בהכרח א סתירה מיט טוב. ס'איז טיילמאל א הכנה צו טוב. אין אידישקייט ווי עולם הבא און גלגולים זענען פאקטארן וואס דארפן אריינגערעכנט ווערן אין די פאקטארן פון גוט און שלעכט איז א שלעכט לעבן מעגליך א הכנה צו גוט'ס.

2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.

אין אלגעמיין לייגן די חכמים נישט צו קיין מצוות, זיי גיבן נאר באדייט און אינטערפעטאציע צו עקזיסטירנדע מצוות געבויעט אויף זייער פארשטאנד אין די הלכה, געוויסע זאכן לייגן זיי יא צו אבער ס'איז אויך געבויעט אויף זייער מסקנה אויף וויאזוי לעבן דארף אויסקוקן ווען סווערט געפירט לויט די אידישע תורה.

3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.

וועלכע מאראליש-שלעכטע זאכן? און צו איז דאס רעליגיע מאטיווירט? צו איז אבסאלוט זיכער אז ס'איז אוממאראליש צו איז עס גאר א מחלוקה צווישן א סאציאלע מיינדסעט און רעליגיע?

4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו

כ'האב נישט קיין אהנונג וואס ביי דיר מיינט פרימיטיוו און פרימיטיוו צו וואס. זיי דרייוון קאר'ס, הייראטן, און ארבעטן. ס'פעלט קלארקייט אין די פראגע.

5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו

די וואס גלייבן אין עוועלוציע אלס א שכלדיגע טעאריע און גלויבן אין אידישקייט נוצן עס טאקע אלס א ראיה גאר, ס'איז דא וואס האלטן אז די גאנצע טעאריע פון עוועלוציע מאכט נישט קיין סענס דערפאר נוצן זיי עס נישט, ס'איז נישט ווייל עוועלוציע און ביג בענג זענען סתירות מיט אידישקייט, מקען עס מאכן ארבעטן ביידע וועגן.

6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.

מענטשן וואס גלייבן אין סיי וועלכע אידעאלאגיע ציען צו עקסטרעמיזם אויף ביידע זייטן פונעם ספעקטרום, יעדער עקסטרעם האט א פארקערטער עקסטרעם. כ'וואלט ענדערשער געזאגט אז מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני האבן געווענטליך אן "אבסאלוטער מיינונג" און דאס זעלבע איז איינער וואס גלייבט און גלאבאלע ווארעמונג וכו' ס'האט מיט אידעאלאגיע בכלליות.

7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.

לומדי תורה לייגן זיך נישט אן אויפן ציבור חוץ אין ארץ ישראל, דארטן איז עס טאקע א קראנקהאפטיגע זאך און האט צו טוהן וויאזוי מען האט דארטן אוועקגעשטעלט די סיסטעם. אין אלגעמיין ווען לומדי תורה לעבן אויפן ציבור'ס חשבון איז עס אויפן חשבון פון א ציבור וואס גלייבט אין די ווערד פון לומדי תורה, ווען נישט וואלט דער ציבור זיי נישט געשטיצט.. אלזא קענסטו גאר זאגן אז דער ציבור לייגט אן זייער לימוד התורה אויף די לומדים.

ווען כ'האב נישט פארשטאנען א פראגע מיינט נישט אז כ'האב עס אוועקגעמאכט, סמיינט אז כהאב עס נישט פארשטאנען, איך וועל אפרישיעיטן מער דעטאלירטע הסברים.

החוקר » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:22 pm

· #512981
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
[ציטאט אראפגענומען]
קום אריין מיט דיינע פראגעס. וואס האט דיר געקוועטשט און געבאדערט? אפשר קען מען עס אויסגלייכן פונקט ווי פאר פרנס. [emoji846][emoji848]

צוזאמגעדרייט » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 1:41 pm

· #512987
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
פרנס החודש
6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
אלגעמיין? בכלל נישט.

עס איז דא אן אלטע דעבאטע ווער עס ברענגט מער רציחה וכדו' אויף די וועלט, רעליגיע, אדער אטעאיזם\פרייהייט\סעקולער "יו נעים איט".
זעהט זיך אויס אז די ביסט שוין צוגעקומען צום באשלוס אז רעליגיע איז די געוואונער. אקעי, איך קען באשטיין צו הערן פארוואס דו ביסט צוגעקומען צו דעם מסקנא. אבער לאמיר זאגן ביסט גערעכט, רעליגיע "איט איז". ווער אויב נישט אונז אידן האבן ריינע הענט? אויב עפעס זענען אונז געווען די קרבנות.

איך רעדט פון מאדערענע היסטאריע, אדער בעסער געזאגט זינט מיר זענען אין גלות, האבן מיר דען געטשעפעט א פליג? ווער אויב נישט היטלער און סטאלין האבן אונז אויסגעבוטשערט???
----

און וועגן פרימעטיווקייט, דארפסט קודם פארשטעלן פארוואס לעבן פרימעטיוו איז א פראבלעם, און נאכדעם קען מען אריינקוקן אויב מיר לעבן טאקע פרימעטיוו.

פרנס החודש » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:06 pm

· #512988
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
צוזאמגעדרייט

1) איך האב גערעדט פון עקסטרעמיזם נישט ווייאלענס.

2)אויב מען זעט אז חרדים זענען פרימיטיוו קען מען צוקומען צו א מסקנה אז די חרידישע רעליגיע איז פרימיטיוו.

פרנס החודש » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:14 pm

· #512991
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
[ציטאט אראפגענומען]
איין זאך בין איך מסכים מיט מיינע רבי׳ס:
מען פארט נישט אפ פון קיין קשיות, מען פארט אפ פון תירוצים….

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 3:21 pm

· #512997
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
פרנס החודש

4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו

6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.

.
וויאזוי איך קוק עס אן איז עס אז די רעליגיע איז געגעבן געווארן 2000 יאר צוריק, און די סטאנדארטן פון די וועלט האבן זיך געטוישט, שטארק מער צי ליבעראלע לינקע זייט, אוטאמאטיש ווען מ'שטעלט אוועק די רעליגיע פון 2000 יאר צוריק סייד ביי סייד מיט די היינטיגע 2022 וועלט קומט אויס די בליק ווי די רעליגיע איז א א שטיק עקסטרימיזם און עס האלט אירע אנהענגער צי פרימעטיוויטי און לאזט נישט מאדיפיצירן לעולם אשר בו אנו חיים
אבער בעצם איז עס נישט אזוי בכלל, מקען מקיים זיין די רעליגיע לויט די היינטיגע מושגים אויך און עס איז בכלל נישט געבינדן צו די טעכנישע דעטאלן אז סאיז געגעבן 2000 יאר צוריק, אבער דאס איז לכאורה די סיבה פאר די בליק אז אידן וואס זענען מקיים די תורה זענען פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען, אבער בעצם איז עס בכלל נישט אזוי
כהאף כהאב גוט פארשטאנען דיין שאלה און גענוג קלאר ארויסגעברענגט מיין ענפער, עווריעוואן איז וועלקאם צי חולק ומחלק זיין, דאס איז מיין פוינ"ט או"ו ווי"א

צוזאמגעדרייט » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 5:50 pm

· #513005
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
אויב דאס זענען פראגעס אויף די תורה, האב איך באווייזן אז די תורה איז אמת.

1) אידן זענען די מערסט סוקסעספולע פאלק. דאס ווייזט זיך ארויס אויף אלע פראנטן. געלט, ערפינדונגען, האַליוואד, הויעך-דערגרייכטע שטודירער א שטייגער ווי וועלט'ס פאפולערע דוקטוירים לויערס און וויסנשאפטלער.

2) מיר האבן אויפגעבויט א העכסט פארגעשריטענע "לינקע" לאנד אין בלויז 50-60 יאר. א לאנד וואס שאקעלט די נייעס יעדעס שטיק צייט מיט איר געווייגטקייט און אינטעלעדזשענס.

3) אידן האבן נישט באקומען די שווארצע מגיפה.

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 7:37 pm

· #513018
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
צוזאמגעדרייט
אויב דאס זענען פראגעס אויף די תורה, האב איך באווייזן אז די תורה איז אמת.

1) אידן זענען די מערסט סוקסעספולע פאלק. דאס ווייזט זיך ארויס אויף אלע פראנטן. געלט, ערפינדונגען, האַליוואד, הויעך-דערגרייכטע שטודירער א שטייגער ווי וועלט'ס פאפולערע דוקטוירים לויערס און וויסנשאפטלער.

2) מיר האבן אויפגעבויט א העכסט פארגעשריטענע "לינקע" לאנד אין בלויז 50-60 יאר. א לאנד וואס שאקעלט די נייעס יעדעס שטיק צייט מיט איר געווייגטקייט און אינטעלעדזשענס.

3) אידן האבן נישט באקומען די שווארצע מגיפה.
פשוט די הויעכראנגיגע האליוואד חברה און די לינקע לאנד פרודיצירער האבן קיין תורה נישט געלערנט
(בדרך כלל)

טוב ויפה » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 9:40 pm

· #513024
פרנס החודש
היות אין א צווייטע אשכול האט איינער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע איבער מיינע פראגעס אויף אידישקייט וועל איך פרובירן צו אראפברענגען טייל פון מיינע פראגעס דא. פארשטייט זיך לא הרי אידישקייט כהרי אידישקייט און יעדע פראגע האט אן ענטפער (לאו דוקא לאגישע). פארשטייט זיך אז יעדער איז בארעכטיגט צו אננעמען אז מיינע פראגעס זענען בכלל נישט בגדר פראגע, דאך ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פאר מיר איז עס (בעבר) שווער געווען.

1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).

2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.

3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.

4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו

5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו

6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.

7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.

פארשטייט זיך אז אויף די אלע זאכן האט מען שוין גערעדט און געזינגען פאר טויזענטער יארן און אויך געשריבן גאנצעטע אשכולות ממילא האב איך גארנישט מחדש געווען. גרויסע חכמים בעבר האבן שוין דן געווען איבער די פראגעס און געקומען צו פארשידענארטיגע מסקנות.

(הבהרה: די פראגעס האבן נישט דוקא צו טון מיט געוויסע אויסוואלן וואס איך האב יא אדער נישט געמאכט אין פערזענליכן לעבן).
איך בין מסופק אויב איך בין א העכערע איד, אדער געפערליך נאיוו
א חלק קשיות הייבט מיך נישט אן שווער צו זיין און א חלק הייב איך נישט אן צו פארשטיין