☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023

"שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15685

ששון ושמחה » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:03 pm

· #512902
"שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023
היינט איז ארויס די נייעס אז אין די קומענדיגע חדשים גייט זיך עפענען א נייעס סייט מיט די נאמען ''שטעטל'' וואס גייט זיין געווידמעט פאר חרדישע אידן, אבער נישט געבויגן צו קיין שום רבנים און עסקנים.

זיי זאגן אז די געלט איז שוין דא צו אפערירן פאר צוויי יאר.

ווער עס מער דעטאלן איז מכובד צו דערציילן
https://shtetl.org/news/shtetl-announcement/

מר. קלונימוס » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:21 pm

· #512905
וועלכע פילטער גייט זיי דורכלאזן?

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:47 pm

· #512910
לכאורה ווענדט זיך עס צו עס וועט זיין ביטער און זויער אדער א גוטע פראדוקט. אויב איז עס א גוטע פראדוקט קען ער רוהיג לייגן זיין נאמען.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:51 pm

· #512911
Re: "שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023
ס'איז שוין דא היינט פיל מיט טעלעגראם טשענעלס, וואס איז דער אויפטו פון"שטעטל"?

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 7:33 pm

· #512924
Re: "שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023
📎 IMG_0494.jpg

yn.NY » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:18 pm

· #512935
מר. קלונימוס
וועלכע פילטער גייט זיי דורכלאזן?
אלע פילטערס גייען עס בלאקען, קענסט זיין זיכער! די שאלה איז נאר וואס ער גייט פארקויפן דארט, צו סגייט זיין אינטרעסאנט

שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 1:13 am

· #512952
קוקט אויס ס'גייט זיין אין ענגליש.
זיי קענען זיך האלטן דערמיט; איך בלייב דא!

שפל ברך » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:27 am

· #512954
איך האב א חלום
הנה ימים באים
א פרייע אידישע פרעסע
פאר די ערוואקסענע מאסע
שרייבער מיט דעם פונדאמענטל פרינציפ
דעם יסוד קלאר און קליפ
רופן פאר הארמאניע און שלום
און אויפדעקן מיסברויכן פון רשעים

איך זעה שוין דעם שרייענדיקן הויפט נייעס
איבער שכר לימוד פינאנצן
פירן זיך אויף ווי חיות
פארגעסן פון ארעמאן אינגאנצן

א קאמענטאטור מיט די אינפארמאציע
רופט פארן הויפטס רעגזינאציע
פאר די טובה פון די ארגענעזאציע
אויפהערן רייטן אויף אינפלאציע

איך זעה די מקוה טומלט פון אויפרעגונג
פון דעם זשורנאליסט אויפדעקונג
ווי אויפן חשבון פון די שוואכערע
ווערן רייכער די רייכערע

די פירער פארזינקען אין סקאנדאל
ביים פרעסע קאנפערענץ אין ישיבה זאל
שטייט א אידישע פרעסע מיט ציפעדיגע פראגן
געענדיגט מיט די שווייגן!

פעיסן דעם ציבור
אקאונטאביליטי טראגן
אין פרעסע צימער
וואס וועט מען זאגן

לעבן מיט קאנסקווענצן
צייט צו טראגןאחריות
מער נישט קיין שווענצן
וואס קויפן פאלשע נייעס

רבי, ראש הקהל, מנהל, פאבליק פיגור
מיר געבן זיך איבער
ענקער פאוער פארגינמער
אבער דעליווער!

וועמען טוען מיר זיך אפ
מיט א קאנטראלירטע מידיא
געפירט פון מענטשן אין טאפ
דעקן דעם בקודש פנימיה

צו דעקן די אינטערעסן
פונעם פשוטער מענטש פארגעסן
ליגענט אויך מותר
גזירות דאך אזוי ביטער

א פרייע פרעסע מיר שטיצן
געענדיגט מיט די אפיציעלע וויצן
אונז קאווערן און פראטעקטן
יא, דער ציבור האט רעכטן.

איך האב א חלום..

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 3:26 am

· #512955
ששון ושמחה
היינט איז ארויס די נייעס אז אין די קומענדיגע חדשים גייט זיך עפענען א נייעס סייט מיט די נאמען ''שטעטל'' וואס גייט זיין געווידמעט פאר חרדישע אידן, אבער נישט געבויגן צו קיין שום רבנים און עסקנים.

זיי זאגן אז די געלט איז שוין דא צו אפערירן פאר צוויי יאר.

ווער עס מער דעטאלן איז מכובד צו דערציילן
https://shtetl.org/news/shtetl-announcement/
כהאמער אויפגעסיינט
נזכה ונחיה ונחליט…
ע"ס לאנ"ג זיי קומען נישט מיט בייעס און א ספעציפישע אגענדע צו שטופן, האט עס שטארקע פאטענציאל
לעט"ס ס"י

מרדכי מרדכי » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 5:15 am

· #512957
איך ווינטש זיי הצלחה. אבער איך פארשטייט נישט וואס עס מאכט זיי פאר א "חרדישע" מידיא

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 7:49 am

· #512960
לכאורה צו ציען די היימישע עולם
(דערווייל איז ק"ש די איינציגסטע וואס פארפילט די לאך פאר אומצעזורירטע היימישע מידיע)

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:52 am

· #512970
כ'זע נישט וואס די גרויסע שמחה איז מיט די חרדישע מידיא.

לאמיר עס קלאר מאכן, דאס וועט נישט זיין קיין אומאפהעניגער חרדישער מידיא, ס'וועט זיין א מידיא ווי פרייע וועלן זיצן און רעדן איבער חרדים.

אויף זייער וועבזייטל שרייבן זיי עטלכיע נעמען פון דזשורנאליסטן וועלכע וועלן אנטיילנעמען אינעם פראיעקט, קיין איינער פון זיי איז ניטאמאל געבוירן געווארן אין א חרדישע פאמיליע. ס'איז אלעס מענטשן וואס קענען נישט אונזער קולטור און סאציאלאגיע. מענטשן וועלכע זעען נישט קיין איינס פון די חרדישע ווירדן אלס וויכטיג. אלזא גייט דאס בסך הכל זיין א פלאץ ווי מען וועט רעדן נעגאטיוו איבער חרדים און די איינציגע חרדישקייט שבו וועט זיין אז מען וועט נישט רעדן אויף קיינעם חוץ אויף חרדים.

ס'איז אזויווי דזשאו ביידען זאל מארגן עפענען א "אומאפהעניגע רוסישע מידיא" קיין איין רוס וועט עס נישט פארטרעטן און כ'גלייב נישט אז סיי וועלכער רוסישער זאל אפרישיעיטן אזאנס.

ס'איז נישט דא קיין שום אנדייטונג אז סיי וועלכער חרדי זאל דא זיין אינוואלווד, בסך הכל שטייט אז וויבאלד חרדים האבן ביז היינט נעבעך נישט געהאט קיין זעלבסטשטענדיגע מידיא פלאטפארמע וועלן קומען אפאר פרייע און עס צושטעלן פאר זיי. ווען ס'זאל זיין א חדרדישע אינציאטיווע אדער אפילו א נידריגערע שטאפל חרדים אינציאטיווע וואלט עס געמאכט סענס. דא גייען בסך הכל קומען מענטשן וואס האבן אונז קיינמאל געקענט און ווילן אונז קיינמאל קענען און וואשן אונזערע שמוצוועש טעגליך.

אונזערע וועש זענען שמוציג? מעגליך. ווילאנג די האלטסט אז דער גאנצער קלייד איז שווארץ דאן זיי נישט דער וואס גיסט די בליטש. ס'גייט ציפן.

צפוני » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 3:41 am

· #513039
קען זיין אז אויפטרעטן גייען פרייע, אבער לכאורה וועלן פארשידענע עלעמענטן וואס זענען אויפגעוואקסן ביי אונז פירן די סדר היום דארטן.

#העמירזעהן

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 4:09 am

· #513041
דערווייל איז נאכנישט דא קיין איין עקס-חרדי וואס איז ארויסגעקומען זאגן אז ער איז אינוואלווד דערין, און אפילו דאן זעמיר אויף געהאקטע. א עקס-חרדי וואס האלט אז דאס גאנצע חרדיזם איז ווערד כחרס הנשבר זאל נישט קומען קריטיקירן יעדע מאל מיט א צווייטע איצטלא, ווייל אין אזא פאל וועט ער גרינג מאכן פון טהור טמא, ווער רעדט נאך פון באהאנדלען אומסענסיטיוו טומאה.

די דריי נעמען וואס זענען יעצט אין די באורד זענען ניטאמאל געבוירן חרדים, זיי זענען קאנסערוואטיוו-רעפארם אדער דאס אויך נישט.

א שמחה גדולה פאר חרדים, טאקע אויף אזא אומאפהעניקייט האט מען געווארט.

מרדכי מרדכי » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 6:44 pm

· #513083
ווי קען מען זעהן ווער עס איז אינוואלווד דערין?

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 6:53 pm

· #513084
מרדכי מרדכי
ווי קען מען זעהן ווער עס איז אינוואלווד דערין?
נפתלי מאסטער שטייט אונטער דעם

איך האב מיר אויפגעסיינט פאר די עדווייזערי פענעל (פארוואס נישט)
און איך האב באקומען די אימעיל

------Hi ,

I hope this email finds you well. Thank you for submitting the form expressing interest in joining Shtetl's advisory panel.

I would love to chat with you in the coming days, either in a virtual meeting or over the phone. Can you tell me what your availability is in the coming days/weeks?

I look forward to connecting with you soon.

Best,
Naftuli

מרדכי מרדכי » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:05 pm

· #513090
יא יא כמה נפתלי איכא בשוקא

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:44 pm

· #513091
מרדכי מרדכי
יא יא כמה נפתלי איכא בשוקא
נישט געוויסט אז מדארף עס מסביר זיין.
ס'איז געקומען פון א אימעיל מיט די נאמען Naftuli Moster

אנלעס דו קומסט מיט א קאנספיראציע אז ס'איז א צווייטער וואס שפילט אויף זיין נאמען ..[emoji849]

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:51 pm

· #513093
דער איד שרייבט יעדע וואך אז זיי זענען א אומאפהענגיגע אויסגאבע. וואס פעלט אויס נאך איינס?

(ר' בערל, קום אריין קלאר...)

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:18 pm

· #513101
[ציטאט אראפגענומען]
כ'דארף נישט קיין הענגעדיגע און אומהענגעדיגע סחורה,
כווארט אויפן פלאטפארמע וואס זאל דעליווערן זאפטיגע היימישע נייעס אנע צענזור.
זהו.

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 6:08 pm

· #513178
נעקסט לעוועל
מרדכי מרדכי
יא יא כמה נפתלי איכא בשוקא
נישט געוויסט אז מדארף עס מסביר זיין.
ס'איז געקומען פון א אימעיל מיט די נאמען Naftuli Moster

אנלעס דו קומסט מיט א קאנספיראציע אז ס'איז א צווייטער וואס שפילט אויף זיין נאמען ..[emoji849]
כ'גלייב סאיז נפתלי אליינס, ער האט ארויסגעלייגט א טוויט דערוועגן די זעלבע טאג פון די התייסדות השטעטל
https://twitter.com/nmoster/status/1597312059922055168?s=20&t=ZRdh-8hbLocuZMSCCoT4FA

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:29 pm

· #513204
yn.NY
כ'גלייב סאיז נפתלי אליינס, ער האט ארויסגעלייגט א טוויט דערוועגן די זעלבע טאג פון די התייסדות השטעטל
https://twitter.com/nmoster/status/1597312059922055168?s=20&t=ZRdh-8hbLocuZMSCCoT4FA
סאיז אים
איך בין נאר נייגעריג ווער נאך שטייט אונטער דעם

פרנס החודש » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 11:50 am

· #513282
Re: "שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023
📎 IMG_0498.jpg JTA

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 12:30 pm

· #513284
נפתלי, אז די ליינסט שוין יא קאווע שטיבל...
הער מיר אויס. לאדעך אפ פון די חסידים... איך פארשטיי אז די ווילסט אויף טון.. אבער צווישן מיר אין דיר.. חסידים דארפן נישט קיין נייעס און נישט קיין עדיוקעישן... פאר אונז איז פינקט גוט צו זיין אומגעלערנט און אומוויסנד און האקן קיגל ליל שישי און פארן דריי מאל א יאר צו רעב שייע בערעב מוישע. מיר ווילן נישט וויסן איבער די טמא'נע ביג בענג, און מיר ווילן נאר וויסן אז טראמפ איז גוט...

גיי עפן דיר א ביזנעס, שאר אריין מיליאנען... און לאז אפ די חרדים...

צוזאמגעדרייט » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:14 pm

· #513286
:
@שמן למאור איך ווייס נישט אויב חרדים ווילן בלייבן אזוי, ווי אויך ס'איז שווער צו מעסטן ווי גליקליך אדער אומגליקליך די ציבור איז.

איין זאך יא, הרב מאסטערד, ס'איז א שאד דיין ארבייט, דו גייסט נישט קיינעם ריקן קיין אינטש. מיר זענען א שווער פאלק און שטארקע עקשנים. די וועלכע ברויכן הערן דיין נייעס און אנאליזן, זיי שוועבן ערגעץ ווי צווישן קול מבשר, היכל התורה, מקווה און אין בעסטן פאל איי-וועלט.

די סיסטעם איז דא צו בלייבן ביז די ענדע פון סעווילעזאציע.

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:30 pm

· #513288
@נפתלי מאסטער.
אז דו ווילסט טוישן אונזער קאמיוניטי דארף עס קומען פון אינעווייניג, ארויפצווינגען געזעצן וועט נישט ארבעטן. אונז זעמיר א עם קשה עורף, אונז וועל מיר זיך נישט לאזן, אונזער גאנצע אידענטיטעט איז דאך אז מען האט אונז גע'רודפ'ט און אונז האבן זיך נישט געלאזט! לענינינו, אויב ווילסטו עפעס אויפטוהן, גיי ערלעדיג ס'זאל זיין סקול טשויס און טאקע מען זאל נאר געיבן סקול טשויס פאר מוסדות וואס לערנען לפחות 3 שעה ענגליש, אוי ווי די מוסדות וועלן זיך שיין צושטעלן ווי טאטעלעך, בעלזא בארץ ישראל יוכיח.

פרנס החודש » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:55 pm

· #513289
קהל'ס נער
לענינינו, אויב ווילסטו עפעס אויפטיען, גיי ערלעדיג סזאלל זיין סקול טשויס און טאקע מען זאל נאר געיבן סקול טשויס פאר מוסדות וואס לערנען לפחות 3 שעה ענגליש, אוי ווי די מוסדות וועלן זיך שיין צי שטעלן ווי טאטעלעך, בעלזא בארץ ישראל יוכיח.
Yes!!!