☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ליבע טראפן

ליבע טראפן

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15681

זופ מיט מאנדלען » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2022 4:07 pm

· #512749
ליבע טראפן
אליינס, ער טוט ליגן שטענדיג.
דאס געביין, טוט עסן פון אינווענדיג.
פון קעגן איבער, בלומען טוען שמעקן.
שטייט דער טריבער, אין ווייטאג בלייבט שטעקן.

אויב דיין געשיכטע, קיינמאל וועסט פארציילן.
אין געפילן געדיכטע, דיינע טעג וועסט פארוויילן.
היינט דער שולד איז דיינס, מארגן א צווייטער.
אין א טראנס, זיין לעבן דרייט-ער.

אלזא דיין הערצל דריי איבער.
לאז איר גיסן אויפן וויסטן פלאך.
דאס ביטער טראפ, וועט זיין דיין ליבער.
אלס איז גוט ווען נישט אויף דער וואך.