☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ

לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15680

פויגל מילעך » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:44 pm

· #512729
לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ
ס'דאך א פסוק אין די תורה, קלאר און דייטליך, לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ...
זאגט אבער די וועלט מיט א ווייטאגליכע שמייכל; לא טוב, מיינט נאכנישט אז ס'ממש שלעכט!
יש ויש, ס'דא אמאל וואס ס'איז בעסער אזוי, על כל פנים לפי שעה.

אויך לויטן הייליגער אור החיים הק', וואס די גאנצע אורזאך ווען דער אייבירשטער האט אראפגענומען דעם בעק זאק - די צלע - די פרוי - חוה אונזער מוטער - פון אדם'ס רוקען, איז עס געווען לויט א גאר העכערע חשבון.
נישט אז כביכול ס'געווען א טעות לכתחילה צו מאכן צוויי מענטשן אין איין באדי, נאר, לפי קבלה האט זיך עס אזוי אויסגעשטעלט בעסער.

לעניינינו, איז דא אזוי און אזוי. איינער - דאס הייסט רוב עולם גולם - האט חתונה פון נארמע אויס. און ס'דא אזעלכע וואס לעבן אליינס פאר זיך איז זיי בעסער. און נישט אז זיי האבן נישט חתונה געהאט קיינמאל; און נישט אז זיי האבן זיך אפילו געטיילט אפציעל, ניין.
ס'דא וואס לעבן אפגעטיילט ביז די הויעכע יארן, און זענען פאר'רעכענט לבדו אליינס.

יעדע זייט האט א מעלה און חסרון.
צוזיין חתונה געהאט איז דאך א גרויסע מעלה, סיי צוזיין ווי אלע, און צו קענען אויפשטעלן ווייטער דורות וואס איז נחת פאר זיך און נחת פאר'ן עתיד הכלל. און בעיקר אז די תורה הק' זאגט לא טוב, איז דאך משמע אז ווען ס'איז טוב איז טוב...
נאר ווען ס'נישט טוב, איז נעבעך ס'מיר גוט... ס'איז ווי יענער זאגט; מ'קען נישט אנדעם און מ'קען נישט מיט דעם... ס'איז א מצב אין לעבן.

אבער בדיעבד אז איינער איז יא אליינס ממש, און לעבט זיך אין זיין פריוואטער סטודיא פלעט, איז עס נישט אזוי שלעכט אינצווישנצייט.

אז מ'איז חתונה געהאט, קען מען נישט קומען און גיין ווען מ'וויל, און עסן און שלאפען ווי ס'גלוסט זיך, און לעבן ווי א פרייע ''מילעך פויגל'' על פני המים.
אבער, מ'איז מסודר, מ'האט א ווייב וואס זארגט און שפירט דיר, און גרייט צו וואס ס'פעלט, און געבט א האנט ווען ס'שווער, און איז גאנץ א געשמאקע צוקער'ל פראסט גערעדט.

אז מ'איז אליינס, איז מען צעפלויגן, נישט אין קיין ציל, נישט אין קיין צופרידנקייט, נישט אין קיין סאשעל ביהעיוויער סקיל.
אבער, ס'עסט זיך און טרונקט זיך און פאפט זיך - לייק דער איז נאו טאמאראו... מ'קען ארויסלאזן א נפיחה רבה מיט גרויס חשק און חירות, ואין פוצה פה ומצפצף. וואס דו ווילסט טוסטו - אבער וואס דו טוסט נישט, בלייבט נישט געטון.

יש ויש... קיינער האט נישט אלעס, אבער די עיקר איז, זיך מאכן צופרידן באשר הוא שם - אין וועלכע מצב ס'טרייבט אהין די השגחה עליונה.

פויגל מילעך » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:33 pm

· #512740
[ציטאט אראפגענומען]
וואס ביסטו דא מחדש פונקטליך? איך האב דאך אקוראט דאס געשריבן.

חמול על מעשיך » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2022 6:12 pm

· #512750
Re: לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ
לא טוב מיינט אז סאיז נישט דא אין דעם קיין טוב אין נישט אז עס האט נישט די מעלה פון טוב אין דעם

אין יא דעיס זאגט די תורה עס איז נישט דא קיין גוטס אז א מענש זאל זיצן אין זיין סטאדיא אין קומען אין גיין ווען ער וויל נאר פאקערט ער זאל האבען א צענויפגעארבטע לעבן...

שטעל דיך פאר אז סנישט דא קיין ספיד לימעט אין מקען גיין אין קומען ווי שנעל מוויל...

Sent from my SM-T978U using Tapatalk

יאסל ראקאווער » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2022 7:39 pm

· #512752
אפשר ווען איינער זייט נישט אלס מעלה אז זיין שלאף צימער איז כביכול א טוילעט וועט ער נישט זיין לבדו אזוי לאנג.

קהל'ס נער » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2022 7:42 pm

· #512753
יאסל ראקאווער
אפשר ווען איינער זייט נישט אלס מעלה אז זיין שלאף צימער איז כביכול א טוילעט וועט ער נישט זיין לבדו אזוי לאנג.
ברידער, ס'ארבעט פינקט פארקערט, ווייל מען איז לבדו אזוי לאנג קימט מען צי אז די שלאף צימער ווערט כביכול א טוילעט.