☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #15667

אשכול אן א טיטל #15667

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15667

— » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:21 am

· #512525

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:43 am

· #512527
זיי האבן מורא פון פשט ווייל זיי וועלן מער נישט קענען איינרעדן די עולם זייערע הלכות, ווילאנג מען קען דרשנ'ן קען מען פארן ווי מען וויל און די קענסט עים נישט אפפרעיגן, אבער איינמאל סקימט צי פשט האבן זיי מורא אז מען וועט זיי פארהאלטן פארן מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה, מילא ווילן זיי אינטערברעינגען די פשט אינדעסטרי.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:25 am

· #512531
דו זאגסט זייער שיין, און גאנץ מעגליך אז פאר ר' חיים אבן עטר האט עס געארבעט, די פאקט אין די לעצטערע יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די אלע וואס טוען אין "פשט" קומען צום ענדע אן צו ביקורת המקרא און פון דארט ביז כפירה בעיקר איז גאר א קורצער מהלך בעז"ה, אפילו הרב קוק ווי אויפגעקלערט ער איז געווען האט זיך געפארכט פון ביקורת המקרא מער ווי פון גאט אליינס.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:41 am

· #512534
רביה''ק זי''ע
דו זאגסט זייער שיין, און גאנץ מעגליך אז פאר ר' חיים אבן עטר האט עס געארבעט, די פאקט אין די לעצטערע יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די אלע וואס טוען אין "פשט" קומען צום ענדע אן צו ביקורת המקרא און פון דארט ביז כפירה בעיקר איז גאר א קורצער מהלך בעז"ה, אפילו הרב קוק ווי אויפגעקלערט ער איז געווען האט זיך געפארכט פון ביקורת המקרא מער ווי פון גאט אליינס.
מיטאמאל ווערט @רביה"ק זי"ע א טשיקען![emoji1787] ווענדט זיך וויאזוי מ'גייט צו דערצו, אויב לערענט מען עס אלץ תורה מן השמים דאן קען מען אריין לערנען דערין וועלכע פשט מ'וויל, און חז"ל'ס מהלך פון אפלערנען די תורה וואס איז נוגע הלכות, אדער רמז, דרוש, סוד, איז אלעס במקומו עומדת און קיינער פארט נישט אפ דערפון.
אויב איז אבער די גישה דערצו אז די תורה איז געשריבן געווארן דורך עטליכע קלוגע מענטשן דורכאויס די יארן, דאן קען מען טאקע יא גאנץ גיך אפפארן, אויב איז מען נאכנישט אפפגעפארן פארדעם.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 3:49 pm

· #512548
קהל'ס נער
זיי האבן מורא פון פשט ווייל זיי וועלן מער נישט קענען איינרעדן די עולם זייערע הלכות, ווילאנג מען קען דרשנ'ן קען מען פארן ווי מען וויל און די קענסט עים נישט אפפרעיגן, אבער איינמאל סקימט צי פשט האבן זיי מורא אז מען וועט זיי פארהאלטן פארן מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה, מילא ווילן זיי אינטערברעינגען די פשט אינדעסטרי.
סתם אינטערעסאנט אנצומערקן, די ליטארעל עברי טייטש פון "מגלה פנים בתורה שלא כהלכה אין לו חלק לעולם הבא" איז איינער וואס דעקט אויף (מגלה) א פשט (פנים - מלשון שבעים פנים לתורה) אין די תורה (בתורה) אנדערש ווי די אנגענומענע הלכה (שלא כהלכה). צ.ב. איינער וואס זאגט אז די פסוק וקשרתם לאות על ידיך מיינט נישט תפילין נאר ווי דער רשב"ם איז מפרש, אדער אז דאס וואס ס'שטייט אין די תורה וּבָשָׂר בַּשָּׂדֶה טְרֵפָה לֹא תֹאכֵלוּ מיינט אז מ'זאל נישט עסן איבערבלייבענישן פון א פארצוקטע בהמה וואס מ'טרעפט אין פעלד (טריפה איז טייטש פארצוקט - מלשון טרוף טורף יוסף) און ס'האט נישט קיין שייכות מיט די ocd נערוון וואס רופן זיך הלכות טריפות, אדער נאך אזעלכע ביקורת המקרא פשטים. ס'שטייט נישט "איינער וואס קוועטשט און לערנט אריין א פשט וואס איז נישט אמת", ניין, מ'רעדט פון א פשט וואס איז יא די ריכטיגע כוונת המחבר און טאקע דערפאר איז עס אזוי הארב "אויפצודעקן" אזש רבי אלעזר המודעי האט געפינען פאר וויכטיג אנצושרעקן אז מ'פארלירט דערפאר די חלק אין עולם הבא (אמונות הכרחיות), ווייל נישט נאר איז ער אן אפיקורס, ער איז נאך גערעכט אויך...

כרם זית » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 11:50 pm

· #512642
ידוע אז שריפת התלמוד אין פאריז איז געווען אן עונש אויף פארברענען מורה הנבוכים (אקעי @רביה''ק כ'ווייס אז דער רמב''ם אליין שרייבט אין מורה הנבוכים אקעגן די טעאריע...).

דארף מען זאגן פאר די קנאים העושים מעשה זמרי, א 'גזירת' החינוך איז אן עונש פארן פארברענען אבן עזרא און רשב''ם.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 4:47 am

· #512652
כרם זית
ידוע אז שריפת התלמוד אין פאריז איז געווען אן עונש אויף פארברענען מורה הנבוכים (אקעי @רביה''ק כ'ווייס אז דער רמב''ם אליין שרייבט אין מורה הנבוכים אקעגן די טעאריע...).
דער טענה'ט ענליך... באמת קען אבער זיין אז מיט'ן פארברענען דעם תלמוד אלץ עונש האט מען זיך אפגערעכנט מיט'ן רמב"ם אויך... (לויט דעם אז דו ווילסט מקיים זיין דעם לועג לרש בהידור רב קענסטו גיין צום רמב"ם'ס קבר 😂 )
https://scontent.ftpa1-1.fna.fbcdn.net/v/t1.6435-9/78937991_994508104250643_8809930659511402496_n.jpg?_nc_cat=108&ccb=1-7&_nc_sid=825194&_nc_ohc=ZzBevi8JPpsAX9_9bpX&_nc_ht=scontent.ftpa1-1.fna&oh=00_AfDD3_pWBpULHOslYjAOvp5VolpRIxwZeDas2BEc6BDw5A&oe=63A6A6CE

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 1:12 pm

· #512659
וואס איז טאקע פשט אז די ליטאים האבן מער מורא פין די חסידים אין דעם?

עפעס מוז ליגען אים דעם.

פרנס החודש » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 1:17 pm

· #512661
היסטאריע
וואס איז טאקע פשט אז די ליטאים האבן מער מורא פין די חסידים אין דעם?

עפעס מוז ליגען אים דעם.
זייער פשוט, די חסידישער עולם דולדעט שוין נישט אזויכע משוגעתן, און די ישיבה׳שע גייט בכלל נישט אן וואס זייערע רבנים האלטן. א ישיבה׳שער רב קען זיין פיל מער עקסטרעם און עס וועט אים גארנישט קאסטן ווייל עס איז ממילא קיינעם נישט מחייב.

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 1:53 pm

· #512662
נעה. זיי מוזן האבן א חשבון מיט די מחברים פין דער חומש פין פריער..

פישל » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 5:45 pm

· #512672
די גאנצע קול קורא הייבט מיך נישט אן צו מאכן קיין סענס פאר מיר. (אגב אויב איינער קען ביטע ארויפלייגן א קאפי פון די קול קורא וואלט איך הנאה גאהאט)

מילא דו זאגסט מיר אז מיט קינדער אין חדר זאל מען נאר לערנען דעם חומש לויט רש"י'ס פשט, הער איך. פאר עפעס א סיבה (גיי ווייס...) איז אנגענומען אז מ'רירט זיך נישט אוועק פון רש"י. רש"י וועט געווענדליך גיין מיט די מדרשי חז"ל און ווי ס'איז נישטא קיין מדרש וועט ער בלייבן מיט פשט (אפילו ווען ער גייט מיט'ן מדרש אויב איז דאס צו ווייט אוועק פונעם פשט וועט ער צולייגן די באקאנטן שפריכווארט 'ואין המקרא יוצא מידי פשוטו'), דאס קען מיין קליין קאפ פארשטיין אז ס'איז א שיינע זאך ווען מ'לערענט מיט די קינדער זאלן זיי כאטש קענען אביסל מדרשי חז"ל.

אבער די עצם געדאנק נישט צו לערנען דעם פסוק לויט'ן פשט? פארוואס אין די וועלט נישט? האסט מורא אז איך וועל זאגן אז ס'איז נישטא קיין עולם הבא, ווייל אין תורה שבכתב ווערט קיינמאל נישט דערמאנט די געדאנק פון עולם הבא? די תורה האט עס נישט געשריבן פאר א סיבה, און אויב דו ווילסט אויסלערנען פאר די קינדער וועגן עולם הבא און אמונה, פארדעם איז דא די תורה של בעל פה וואס איז פיל מיט דעם. אבער פארוואס פארדרייען א פסוק ע"פ דרש און ע"פ חסידות אין זאגן אז דאס - און נאר דאס - איז די אמת'ע פשט?

מתבודד » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 6:01 pm

· #512673
רביה''ק זי''ע
דו זאגסט זייער שיין, און גאנץ מעגליך אז פאר ר' חיים אבן עטר האט עס געארבעט, די פאקט אין די לעצטערע יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די אלע וואס טוען אין "פשט" קומען צום ענדע אן צו ביקורת המקרא און פון דארט ביז כפירה בעיקר איז גאר א קורצער מהלך ''בעז"ה'', אפילו הרב קוק ווי אויפגעקלערט ער איז געווען האט זיך געפארכט פון ביקורת המקרא מער ווי פון גאט אליינס.
😂 😂 😂 😂 😂 😂 👍 👍 👍