☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מיין טראמפעלע, ער איז צוריק!

מיין טראמפעלע, ער איז צוריק!

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15663

גבור חיל » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:44 pm

· #512302
מיין טראמפעלע, ער איז צוריק!
כאכא האבן זיך די ליבעראלע טרערן זויפער צולאכט, דער טראמפ'לע, דער קעניג אין אויסזייגן זייערע זוידיגע טרערן איז צוריק אויף טוויטער. דאס געשוואוירענע אז עס וועט נישט פאסירן, האט ווירקליך פאסירט. יעצט ווארטן מיר אז טראמפ זאל זיך ברעכן און טוויטן: איים בעק ב....!

איך פארשטיי אז קיינער האט נישט געהאט אויף זייער באקעט ליסט אז עפעס א וואזיניגער ביליאנער וועט אפקויפן דעם טוויטער, און ארויס קאפען דעם באבערדלטן דזשעק און דעם נישט ברסלב'ער יואליש ראטה, אבער עס איז דאך א ווילדער שטעך פאר די שונאים.

כ'וועל אייך אפילו געטרויען מיטן אמת, איך גלייך שוין היינט נישט דעם קעניג דעם טראמפי. ער געפעלט מיר מער נישט, און כ'האב געהאפט אז עפעס אינגערע קרעפטן פון די טעראריסטישע ארגאניזאציע "מאגא" וועלן איבערנעמען דעם רידער, טראמפ וועט מען אנטוהן א גאלדענע קרוין און אים הייס פארשפרעכן אז ער איז דער קעניג פון אמעריקע, און א צווייטער וועט לויפן אויפן רעפובליקאנער טיקעט, און ארויסשטויסן דעם יאסל בדחן פון זיין ברייטער בעט אינעם ווייסן אלד עידזש האום.

בכלל בין איך שטארק פאר עידזש און טורם לימיטס. די אלע קאקערס וואס ווייסן נישט וויאזוי סנעפטשעט ארבעט, זיי זענען סטאק מיט טייפרייטערס און ווייסן נישט פונעם היינטיגן טאג צוזאגן, זאלן ביטע גיין טרעידן סטאקס פאר א ליווינג און צוריה לאזן דעם אמעריקאנער פאלק. גענוג געהאט פון די אכציג יעריגע פאליטיקאנטן. אנגעהויבן ביי מכשפה נעסטי פעלאסי און דער אלטער געדאפלטער מארדע מיטש מעקאנעל.

צוריק צו אונזער טראמפי, זאל זיין טוויטער וואקסן מיט רוים, איך האב געגליכן דעם 2016 ווערסיע פון אים. דער אלטער וועלכע איז סטאק מיט 2020, גערעכט צו נישט, איז אויסצושפייען. ער איז נישט צום צוקייען, און זיכער נישט צו אראפשלינגן.

קיינער איז נישט נייגעריג אין זיינע קאזאק הנגזל געווינערייען. ס'איז אווער מיין פריינד, געב דיך א שאקל, און גיי ווייטער. ביסט געבליבן סטאק ווייסעך וואו, און האסט דיך געטראפן דארט מיט אלע דיינע פארלוירענע קאנדידאטן פונעם מידטורם רויטע כוואליע וואס האט געזאלט קומען אבער איז פארוואנדעלט געווארן אין א נישטיגע מים אחרונים געשפריץ.

ביי זיין רעדע ווען דער גאלפער פון פלארידע (קרעדיט: ניו יארק פאוסט) האט געמאלדן עפעס וואס קיינער האט נישט פאראויס געזעהן (ווידער קרעדיט צום פאוסט) האבן אים זיינע פארבליבענע נאנטע ווייזט אויס אנגעווארענט אז ער זאל קיין ווארט נישט דערמאנען פונעם עבר, אז נישט וועלן זיי זיין אראנדזשע טשופקע אראפשניידן, ווארום קיין אנדערע וועג וויאזוי זיי האבן אים געמאכט זיך האלטן צום סקריפט זעה איך נישט.

הכלל, דער האט קיין ווארט נישט גערעדט פון זיינע משוגעתן, אבער ווי יענער האט שוין געזאגט, טראמפ 2016 וואלט אנגערופן טראמפ 2022 לאו ענערגיע...

איך האף אז ער וועט זיך טאקע קענען איינהאלטן און זיך גענצליך אפלאזן פון די 2020 משוגעתן, הגם כ'לייג ווייניג האפענונג אויף דעם טראמפי, אבער מען קען נישט וויסן וויפיל ער פארכט זיך פון אן אפגעגאלטער קאפ... וואס ווייסן מיר...

אזוי צו אזוי, מ'האמיר אים צוריק אויף טוויטער, טראץ די גרים צארן און זוידיגע כעס פון די פארשאלטענע ליבעראלן.

קאצקע ציקער » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 11:22 pm

· #512311
איך האב שוין באשטעלט טראק לאדס פון פאפקארן ..

שמן למאור » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 10:15 am

· #512335
טראמפ האט צוריק-באקומען בלויז איבער די נאכט 83 מיליאן נאכפאלגערס!!!
📎 Screenshot_20221120-095029_Twitter.jpg

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 11:04 am

· #512341
אנאנים: איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר די שיינע פאעטרי. נאר דער תוכן איז שוין גארנישט אזוי שיין...!

ס'זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן פון די אלע טובות וואס טראמפ האט געטון פאר דעם אידישן פאלק. און אויך געפיהרט אמעריקע אויפ'ן גוטן וועג...!

גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 11:35 am

· #512344
[ציטאט אראפגענומען]
שעפעלע, אטעם אריין, אטעם ארויס, ס'וועט דיר ווארשיינליך בעסער ווערן. טראמפי וועט נישט דא זיין פאר אייביג, נאך אביסל וועלן מיר שוין קענען פולקאם גיין אונטער די ווארימע נעגל פון קאזיאו און ברודער'ס ליבע אומאר. גארלענד וועט קענען פראצעסירן כעולה על רוחו, און די אלע פאשיסטן און מאגא'איסטן וועט מען פארווארפן אין די טינקעלע גולאגס אז זיי וועלן נישט וויסן וועלכע דעמאקראטיע ס'האט זיי באטראפן.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 11:37 am

· #512345
אנאנים: איך ווייס נישט פון וואספארא געמיינעם מהות דו רעדסט? אמעריקע דארף אזא פרעזידענט. וועלכער שטייט אויף פאר די רעכטן פון אמעריקע. און פאר אומשולדיגע יחידים.

אויך. פארגעס נישט די אלע צרות און בזיונות וואס ער איז אדורך. נאר זייט ער האט פארלאזט דאס ווייסע הויז. אזא רישעות און שלעכטקייט מיט וואס זיינע שונאים האבן זיך באצויגן צו איהם איז נישט געווען אין די היסטאריע פון אמעריקע. מיום היווסדה. מ'האט דאס נישט געטון צו קיין שום פרעזידענט. יא. ס'געווען פרעזידענטן וועלכע האבן געהאט א סאך פאליטישע שונאים. אבער די רגע וואס ער איז אראפ- פון בענקל האבן זיי אויפגעהערט צו העצן אקעגן איהם. און איהם געלאזט במנוחה. אבער נישט טראמפ. זיינע שונאים וועלכע האבן איהם נישט געגעבן אפילו איין טאג מנוחה אלס פרעזידענט האבן נישט אויפגעהערט איהם צו רדופ'ן אפילו נאך וואס ער איז שוין געווארן א ציווילער בירגער.

קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 11:38 am

· #512346
וואס איז אויב די איינציגסטע וועג וויאזוי צו טוהן גוטע זאכן אין דער געמיינע וואשינגטאן איז נאר מיט א געמיינע מהות?

גיין אין מלחמה איז רצחנן מענטשן איז אויך א געמיינע אקט. אבער יעדער פארשטייט אז צומאל קען עס זיין בארעכטיגט.

איר וועט אויפגעבן כל המעלות נאר ווייל אז ביי דער חנוכה פארטי זאלן דיינע שוואגערס נישט קענען האבן קיין שמייכל. ווייל אויב חלילה יא, וועסטו פילן אינטימידעיטעד.

גראדע רעדסטו געווענליך צום זאך, אבער ס'זענען ליידער דא פילע אזעלכע מיט דער TDS.

גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 11:57 am

· #512349
[ציטאט אראפגענומען]
ער וויינט עפעס אזוי ביטערליך אויף די געפאלענע קולטור פון אמעריקע, וואו קארדי בי איז די יוגנט העלד, און דזשארדזש וואשינגטאן מיט טאמאס דזשעפרעסאן פרובירט מען צו פאררייסן.

די זעלבע ארט וואו קינדער ווערן קעץ און מ'שטיפט פרויען מיט ביצים אין דאס האלז און מאגן פון די נארמאלע ציוויליזאציע, מ'ברענגט לאפע טענצער בעפאר קליינע קינדער, און דער דראג אדיקט דזשארדזש פלויד איז קדוש יאמר לו.

אבער אים באדערט נישט די טויטע קולטור, אים באדערט אז דער פארשאלטענער אראנדזשער מאן האט באוויזן צו זעצן די אלטע טיראנען אויף זייערע קניען, געבן א שפריץ פאר די יושבי חושך און ארויפברענגען אויפן אויבערפלאך פאר די אמעריקאנער פאלק די קארופציע און אומרעכטן וואס שפרידלן אין וואשינגטאן ווי געי קינדער אין קאליפארניע.

וויי צו דיר אמעריקאנער קולטור, אבער נישט צוליב וואס דו האסט ערוועלט טראמפ, נאר צוליב וואס דו טוסט מיט דיינע קינדער, מיט דיין היסטאריע און דיין שיינער לאנד.

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 2:38 pm

· #512361
[ציטאט אראפגענומען]
און אז ביידן, אן אלטער קראנקער מאן וואס די זכרון איז אים שוין פארהויכט און איז איז באקאנט אלס איינער מיט שוואכע באליס און גרייזיגע סטראטעגיעס איז געווארן אריינגעוועלט פארשטייסטו יא? וואס פארציילט דיר דאס אויף די קולטור פון אמעריקא? און אויף איר עסטעבלישמענט וואס האט אים העפטיג ארויפגעשטיפט צו געווינען די פריימעריס?

פויגל מילעך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 3:08 pm

· #512367
ווער ס'האט פיינט טראמפ, פערזענליך צו בשיטה, איז אליינס א אגאאיסט, א לינקער קאפ, און פעסעמיסט - אין אלע אנדערע טיילן אין זיין לעבן. בין אדם למקום ובין לחברו.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 6:47 pm

· #512380
מתבודד
און אז ביידן, אן אלטער קראנקער מאן וואס די זכרון איז אים שוין פארהויכט און איז איז באקאנט אלס איינער מיט שוואכע באליס און גרייזיגע סטראטעגיעס איז געווארן אריינגעוועלט פארשטייסטו יא? וואס פארציילט דיר דאס אויף די קולטור פון אמעריקא? און אויף איר עסטעבלישמענט וואס האט אים העפטיג ארויפגעשטיפט צו געווינען די פריימעריס?
וואס האסטו קעגן דעם? סך הכל איז עס א רעזולטאט פון זיין עלטער, וואס איז נאטורליך. ער האט נישט קיין פארדארבענע מדות ווי טראמפ.

נישט אז איך נעם א שטעלונג אדער האב עפעס אקעגן טראמפ פאר פרעזידענט, אבער מען מוז מודה זיין אז ער האט שלעכטע מדות, טראץ די טובות וואס ער האט געטון. אפילו יוסי געשטעטנער איז עס מודה...

פויגל מילעך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 6:50 pm

· #512383
טראמפ איז פון נאטור אויס א בעל טובה, און ער האט שוין געהאלפן גאר אסאך מענטשן, וואס האבן גארנישט געהאט מיט עהם ביזנעס - נאך פאר ער איז געווען פרעזידענט.
צו דעם, האט אפילו הילארי קלינטאן מודה געווען, אז אזא חינוך וואס טראמפ האט געגעבן פאר זיינע קינדער, איז א מוסטער צום באוואונדערן.
ער האט מער געטון פאר ארץ ישראל ווי ביבי, און ווער ס'קען נישט דייטלען גענוי ווי צום ביישפיל ער האט געטון שלעכטס, זאגט דאס בלויז פון פארביסענע קנאה אויף זיינע הצלחות.

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 8:03 pm

· #512388
ר' יוד, מען טאר נישט דינען עבודה זרה.

דער וואס האט פיינט טראמפ איז אן עגאיסט?? ר' יוד, וואס האט איר געטרינקען היינט?

פויגל מילעך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 9:12 pm

· #512401
[ציטאט אראפגענומען]
שלעכט איז ער?
ווער איז געווען א בעסער פון עהם?
נאלויפן ר' שאול אלטר איז עבודה זרה, אבער מכיר טוב זיין פאר איינער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו פלאשען דעם זומפ, איז עבודה זרה?
זאג מיר וואס קוועטשט דיר?

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 11:19 pm

· #512406
שמעקעדיג
מתבודד
און אז ביידן, אן אלטער קראנקער מאן וואס די זכרון איז אים שוין פארהויכט און איז איז באקאנט אלס איינער מיט שוואכע באליס און גרייזיגע סטראטעגיעס איז געווארן אריינגעוועלט פארשטייסטו יא? וואס פארציילט דיר דאס אויף די קולטור פון אמעריקא? און אויף איר עסטעבלישמענט וואס האט אים העפטיג ארויפגעשטיפט צו געווינען די פריימעריס?
וואס האסטו קעגן דעם? סך הכל איז עס א רעזולטאט פון זיין עלטער, וואס איז נאטורליך. ער האט נישט קיין פארדארבענע מדות ווי טראמפ.

נישט אז איך נעם א שטעלונג אדער האב עפעס אקעגן טראמפ פאר פרעזידענט, אבער מען מוז מודה זיין אז ער האט שלעכטע מדות, טראץ די טובות וואס ער האט געטון. אפילו יוסי געשטעטנער איז עס מודה...
וואס זאל מען טון אז די הצלחה פון א פרעזידענט אין 2022 איז נישט געוואנדן צו ער האט גוטע מידות. מר. ביידן איז אפשר א פיינער כאראכטער אבער זיינע שוואכקייטן האבן גורם געווען אסאך אומאנגענעמע זאכן וואס דער ווילדער טראמפ מיט די שלעכטע מידות זיינע האט מצליח געווען צו מונע זיין. ע''ע צפון קאריע, רוסלאנד/אוקריינא, ועוד ועוד. איך האלט מיר איין פון שרייבן אפגאניסטאן כדי נישט אריינצוגיין אין איבעריגע וויכוחים...

אלזא אלס רבי צו אפי' חבר וואלט אפשר טראמפ געווען מיין לעצטע אפציע אבער אלס פרעזידענט גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס זיינע מידות זענען.

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 1:28 am

· #512413
אוועקכאפן קליינע קינדער איז פונקט אזוי אן אובאמא קלינטאן ביידען פאליסי, און די מוסלעם טרעוועל בען איז א לינקע סלאגאן, נישט א טראמפ פאליסי.

פויגל מילעך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 9:00 am

· #512431
מתבודד
אלזא אלס רבי צו אפי' חבר וואלט אפשר טראמפ געווען מיין לעצטע אפציע אבער אלס פרעזידענט גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס זיינע מידות זענען.
דווקא אלץ חבר וואלט איך עם גענומען, ווייל ער איז א פעסטאק און ווייסט וואס ער וויל. ער האט א שיטה קלאר, און פול מיט קוראזש און מאטיוואציע.
איך בין אזוי ווייט פון פאליטיק אז ס'עקלט מיר ממש, נאר אזויווי אומצאליגע טראמפיסטן, האב איך הנאה פון זיין שטארקע כאראקטער און טון צום זאך. ער איז איינפאך מיין רול מאדעל

גבור חיל » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:45 am

· #512440
פויגל מילעך
מתבודד
אלזא אלס רבי צו אפי' חבר וואלט אפשר טראמפ געווען מיין לעצטע אפציע אבער אלס פרעזידענט גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס זיינע מידות זענען.
דווקא אלץ חבר וואלט איך עם גענומען, ווייל ער איז א פעסטאק און ווייסט וואס ער וויל. ער האט א שיטה קלאר, און פול מיט קוראזש און מאטיוואציע.
איך בין אזוי ווייט פון פאליטיק אז ס'עקלט מיר ממש, נאר אזויווי אומצאליגע טראמפיסטן, האב איך הנאה פון זיין שטארקע כאראקטער און טון צום זאך. ער איז איינפאך מיין רול מאדעל
הער אויף טראולן!

פויגל מילעך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 5:42 pm

· #512463
פרנס החודש
אוועקכאפן קליינע קינדער איז פונקט אזוי אן אובאמא קלינטאן ביידען פאליסי, און די מוסלעם טרעוועל בען איז א לינקע סלאגאן, נישט א טראמפ פאליסי.
מ'דארף צולייגן צום וואגשאל וואס די לינקע האבן אונז פארנארט - און ער האט אונז געעפענט די אויגן - אז עוד יש תקוה

פויגל מילעך » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 10:53 pm

· #512637