☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מָצָא מִין אֶת מִינוֹ

מָצָא מִין אֶת מִינוֹ

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15654

דונג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 11:34 pm

· #512204
מָצָא מִין אֶת מִינוֹ
מָצָא מִין אֶת מִינוֹ
ס'זאגט זיך א וועלטס ווארט, קוק נאר ווער זענען זיינע חברים, וועסטו וויסן ווער ער איז.
און לענינינו, ווען מ'זעט ווי הגאון שאול אלטר שלעפט צוזאמען א עולם אין ניו יורק, און מיט א גוטע שמעקעדיגע נאז, דערשניפט מען דעם סארט עולם וואס ער זאמעלט מיט זיך.
דאס זענען זיינע סארט.
ס'איז א ציבור מבקשים, וואס זענען דארשטיג פאר די סחורה וואס ער איז משפיע.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 11:39 pm

· #512206
דונג
מָצָא מִין אֶת מִינוֹ
ס'זאגט זיך א וועלטס ווארט, קוק נאר ווער זענען זיינע חברים, וועסטו וויסן ווער ער איז.
און לענינינו, ווען מ'זעט ווי הגאון שאול אלטר שלעפט צוזאמען א עולם אין ניו יורק, און מיט א גוטע שמעקעדיגע נאז, דערשניפט מען דעם סארט עולם וואס ער זאמעלט מיט זיך.
דאס זענען זיינע סארט.
ס'איז א ציבור מבקשים, וואס זענען דארשטיג פאר די סחורה וואס ער איז משפיע.
סתם געפלאכטן א בילקע
וואס ווילסטע ארויסברענגען ?
אן אדם קדוש, יושב ולומד, פון די געציילטע מדורינו וואס איז נאכנישט דא אויף אים קיין מעשי זנות ( דאס די דיסקריפציע פון א מנהיג ישראל היינטיגע טעג...)
פשוט אראפרייסן? אייוועלט איז געאייגענט פאר דעים

דונג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 11:46 pm

· #512208
פונקט פארקערט.
א יוד וואס טוט ממש וואס מ'דארף טון היינט. ער איז מקרב מיט א ליבליכע שמייכל און הארץ מלא מסירות, פאר אלע נשמות וואס זענען בבחינת לקט שכחה ופיאה.

דונג » פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:05 am

· #512216
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס זאגסטו אזוי, מ'ווייסט קלאר אז ער האט צוריקגעברענגט אסאך פארפאלענע גערע חסידים, וואס זענען שוין נישט געווען מיט'ן חסידות פאר לאנגע יארן.

דונג » פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:40 am

· #512222
כ'געדענק פון לעצטע מאל, ווי מענטשן וואס גייען קיינמאל צו קיין רביס, און פלעצער וואס נעמען קיינמאל נישט אריין קיין רביס. איז ער געווען עקסעפטעד.
מ'האט געזען די ליסטע פון פלעצער ווי ער האט פארברענגט. דאס האט שוין אסאך געוויזן אויפ'ן מאטיוו און אויך די ציל.

ער זאגט קלאר אז ער איז נישט קיין רבי, און ער דארף עס אפילו נישט.

שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:44 am

· #512225
@דונג, די קומסט אריין שרעקליך אומקלאר.

פראביר איבערשרייבן מיט אנדערע ווערטער וואס די מטרה פון די אשכול איז.

מתבודד » פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:46 am

· #512226
געווענליך ווילן מענטשן שטיפן אן אג'ענדע.
מיר קוקט אויס ווי @דונג וויל ענדערש שטיפן די צייט.

נא, שיהיה בהצלחה.

דונג » פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:50 am

· #512228
אדרבה, ס'דא וואס האלטן פארקערט פון מיר?

היסטאריע » פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 8:41 am

· #512236
אוי איז דאס גוט.

פארעווע.

נישט מילכיג נישט פליישיגע.

ביסט מילכיג? חס ושלום!! אבער דאך איז עס געקאכט אין א מילכיגע טאפ, אבער עס איז נישט מילכיג!!

פליישיג? אה, נישטא קיין שמץ. אבער אלע מענטשען וואס לעכצען פאר גוטע פלייש, עסן עס, מידאך זיין עפעס.

אבער פארקערט, איך זאג גארנישט, כ'זאג נאר, אז אפילו דער מאכל איז פארעווע איז עס למעשה נישט פשוט, און יעדער וואס פארשטייט פארשטייט.

דונג » פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 10:53 am

· #512243
היסטאריע
אוי איז דאס גוט.

פארעווע.

נישט מילכיג נישט פליישיגע.

ביסט מילכיג? חס ושלום!! אבער דאך איז עס געקאכט אין א מילכיגע טאפ, אבער עס איז נישט מילכיג!!

פליישיג? אה, נישטא קיין שמץ. אבער אלע מענטשען וואס לעכצען פאר גוטע פלייש, עסן עס, מידאך זיין עפעס.

אבער פארקערט, איך זאג גארנישט, כ'זאג נאר, אז אפילו דער מאכל איז פארעווע איז עס למעשה נישט פשוט, און יעדער וואס פארשטייט פארשטייט.
מ'רופט עס פויליש פארעווע