☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » NY טיימס פייניגט ווייטער - נעקסט: קרית יואל היל"ת

NY טיימס פייניגט ווייטער - נעקסט: קרית יואל היל"ת

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15653

villager » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 10:01 pm

· #512190
NY טיימס פייניגט ווייטער - נעקסט: קרית יואל היל"ת
ס'איז קוים אריבער א חודש פון די מיאוסע טיימס אטאקע אקעגן אונזער חינוך און ווי עס זעט אויס זענען זיי נישט זאט געווארן. א טיימס רעפארטער אויף טוויטער בעט פון חסידים ספעציעל אין מאנסי קרית יואל צו אריינשיקן זייער פערזענליכע עקספיריענס צו די טיימס רעדאקציע אין בעפארברייטונג צו זייער קומענדיגע באריכט.
https://twitter.com/byjayroot/status/1592229533075505152

א חבר מיינער פון ב"פ האט אים עפעס אריינגעשיקט און ער ענטפערט אז יעצט איז קרית יואל דער צילברעט: Thanks for reaching out. Because reporters are often focused on different topics and locations, the questionnaire we published is a great way to share your experience. That way you can be sure to be connected to the right journalist. That said, allow me to let you know that I am working on a story right now that primarily focuses on Kiryas Joel in Orange County — from the expenditure of local, state and federal tax dollars to governance. Thanks for any help you can provide. Feel free to call me on the number in my Twitter bio. Best to you — Jay Root. ווי מ'הערט דרייט זיך דער טיימס שוין ארום אפאר וואכן אין שטעטל זוכענדיג פאר פרישע סחורה, ס'איז קענטליך אז זיי האבן גארנישט געטראפן ובלית ברירה האבן זיי זיך געמוזט ווענדן צום ברייטן ציבור אויף טוויטער, אבער ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן די ענטפערס וואס ער באקומט דארטן. אפילו לי זעלדין האט זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן...
📎 twt.JPG

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 10:20 pm

· #512191
דערנאך ווילען זיי ווייסן פארוואס עס איז דא אזויפיל אנטיסעמיטיזם.
ווען גוים טריטען די לינקע, אזוי די לינקע טריטען אונז, זענען זיי אנטיסעמיטיש.
אבער זיי מעגן, ווייל זיי זענען דאך אויך אידן. אה, הייסט אידן קאנטראלירן יא די וועלט!!

לייבעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 10:27 pm

· #512193
נישטא וואס מורא צו האבן. קרית יואל האט קלאר געזאגט אז דער חינוך וועט זיגן, וויבאלד זיי זענען ריין פון טראמפיזם......

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:11 pm

· #512301
לייבעלע
נישטא וואס מורא צו האבן. קרית יואל האט קלאר געזאגט אז דער חינוך וועט זיגן, וויבאלד זיי זענען ריין פון טראמפיזם......
איך האב א בריק צו פארקויפן. זי (אדער ער. אין די היינטיגע אכשר דרא'דיגע שפראך) לויפט פון מאנהעטן קיין ברוקלין...!