[quote="יידל"]אייוועלט:
[quote="
וויקיפעדיע אין יידיש"]היימישע קרעטשמע איז א פרייע אפענע מעסעדש באורד וועב-סייט פאר היימישע יודיש רעדנדיגע מענטשן, די אינהאלט דערפון איז געשריבן אויף א פרומע פרינציפ. קיין שום קאנטראווערסיעלע ענין, פאליטיק, מחלוקת, פון די היימישע וועלט, ווערט נישט און איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן. אלעס ווערט געשריבן אויף א הומאריסטיש און גוט געלוינטע שפראך און אין די זעלבע צייט האלט עס אן די ערענסקייט פון אידישקייט און קיין שום לצנות אויף מסורה אדער אידישקייט איז ערלויבט, אדרבא איינע פון די מאטא'ס פון די וועב-סייט איז צו ארויסברענגען ווי גוט און געשמאק עס איז צו זיין א תורה טרייער איד.
אויך איז די גאנצע סייט אויסגעשטעלט ווי א ווערטואלע קהילה, שטעטל און - פארשטייט זיך - קרעטשמע, א גאטונג ווי קליינע קינדער שפילן 'הויז', אבער אויף א געשמאקע הומאריסטישע אטמאספערע. צום ביישפיל עס איז דא דארט א ארענדאר וועלכע פירט אן די סייט, א דיין וועלכע רופט זיך "סאכדעס", א "קרעמער" וועלכע פאררופט זיך צו זיין דער מייסד, א ראש הקהל פאר וועלכע מען מאכט וואלן, א סעקרעטאר א מאשקע וואס סערווירט די קרעטשמע קונדן,ווי מען וויצלט זיך איינעם דעם אנדערן, עס קומען פאר וואלן פאר די פאזיציעס, אויך איז דא ווערטואלע צימערן (אשכולות) א צימער ווי מ'דאווענט, א רואיגע צימער, א היציגע צימער, א פריוואטע צימער, א עסן צימער, א מיטוואך צימער, וכדומה. אויך הערשט דארט א מורא'דיגע אחדות, ווי נאר עס קומט אן א פרישער באזוכער אנטפאנגט מען איהם מיט א ווארעמע שלום עליכם, יעדער קאמפלימענטירט זיך איינעם דעם אנדערן.
ארגינעל איז דער סייט געווען א פארום אויפן העברעאישן וועב סייט היידפארק, שפעטער האבן זיי זיך געעפנט אן אייגן סייט מיטן אומזינסטן סאפטוועיר phpBB און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע, ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא"וו. אבער עס ווערט נאכאלץ גערופן ביי טייל די קרעטשמע.[/quote][/quote]
איז עס נישט אביסעל א סתירה מיני' ובי'?
א- ווי קען געמאלט זיין אזא מאדענע היכא תמצא? עס קען נישט גאמאלט זיין קיין עניין אין אידישקייט וואס עס זענען נישט דא בכל פרט ופרט חילוקי דעות אן א סויף ממילא איז יעדער עניין "קאנטראווערשל".
ב - אויב זיי מאכען זיך אז זיי זענען אזוי פרום אין
כולו קודש קדשים אן מהדרין מין המהדרין לכל הדעות? איז דאך דער גאצער אינטרנעט בעצם חזר טרייף! איז וואס פארא גרויסע צדיקים זענען זיי אז זיי גייען אפען אנטקעגען רובם ככולם פין די אלע וואס האלטען אז דער גאנצער יסוד פין דעם וואס זיי טיען איז עס די ערגסטע זאך וואס קען נאר זיין אין דער וועלט - איז עס דאך שון איינמאל "קאנטראווירשעל" אויפן גרעסטען אין ערגסטען פארנעם!