☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #15649

אשכול אן א טיטל #15649

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15649

— » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:57 pm

· #512116

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מונטסורי » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 9:49 am

· #512136
שיינע רייד!

דער פראבלעם איז אבער אז אידן זענען קיינמאל נישט געווען פאראייניגט אין ארץ ישראל, ״כלל״ ישראל איז אלץ געווען א קאלעקציע מינים ממינים שונים, יהודה און ישראל, יעדע דינאסטיע האט זיך געקעניגט פאר א דור צוויי דריי ביז אן אנדערע פראקציע האט איבערגענומען, ווידעראום די נביא׳אישע פראקציס האבן סתם אזוי געטאנצען צו זייער אייגענע ביט. גייענדיג ווייטער אראפ צו די פשוטי עם, יעדער אין זיין דערפעל האט זיך ווארים געדינט זיין אפגאט מיט זיין במה׳לה, און דאס איז בלויז וואס מיר טרעפן רעקארדירט אין נ״ך.

אז דו גייסט ווייטער צום צווייטען בית המקדש - ספעציעל די ביים צווייטען העלפט - זענען געווען אזויפיל פראקציעס כמעט וויפיל מענטשען עס זענען געווען, צדוקים פרושים איסיים מתייוונים און נאך פילע קלענערע וואס נאר א טייל דערפון איז געבליבען רעקארדירט, מ׳קען אננעמען אז אז ספר ווי ספר היובלות האט געהאט א נאכפאלגערשאפט און דאס זעלבע מיט יעדע אנדערע אַפּאָקאַליפּטיק ספר׳ל און זעלבסט דערקלערטער משיח. פון איין יאשקע איז געבליבען פיינע סחורה אבער ער איז נאר געווען איינס פון פיל.

דונג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 10:03 am

· #512139
לויט'ן קעפל דערהערט מען א צווייטער געדאנק.
אז רוב כלל ישראל באשולדיגט נישט (כמעט) קיין איין גרופע אלץ מינים ואפיקורסים.
ממילא, די פראבלעם פון מינים שונים, איז פאר זיך נישט קיין דאגה ובעיה, נאר די קיבוצ'ל פון נייאיווע שעלטערס, אויף אנדערע - צו רוב פונעם כלל אז זיי זענען מינים, דאס שטעקט קראנק.

תרמב » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 10:32 am

· #512601
וואס איז אזוי פאני פון קוקן בילדער פון רבי'ס? קוקן בילדער איז גאר א אנגענומענע זאך אין די וועלט, געוויסע מענטשן האבן ליב צו זעהן בילדער און מיטהאלטן נייעס פון אקטיארן און מאדעלס, און געוויסע האבן ליב צו זעהן בילדער פון רבי'ס מיט קאלירטע בעקיטשעס, יעדער האט זיך זיין טעיסט...

פרנס החודש » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 11:07 am

· #512602
תרמב
וואס איז אזוי פאני פון קוקן בילדער פון רבי'ס? קוקן בילדער איז גאר א אנגענומענע זאך אין די וועלט, געוויסע מענטשן האבן ליב צו זעהן בילדער און מיטהאלטן נייעס פון אקטיארן און מאדעלס, און געוויסע האבן ליב צו זעהן בילדער פון רבי'ס מיט קאלירטע בעקיטשעס, יעדער האט זיך זיין טעיסט...
די פראגע איז צו די געשמאק אין די זאך איז צוליב נישט האבן צוטריט צו עפעס אנדערש.

פיל מאל קען פאסירן אז נאכן באקומען צוטריט צו אנדערע זאכן פארשטייט מען ניטאמאל ווי אזוי מען איז געווען בעפאר. צום ביישפיל מענטשן וואס עס פעלט זיי געוויסע וויטאמינען וועלן אנהויבן עסן מאדנע זאכן ווי ערד און שטיינער צו באקומען די מינעראלן וואס עס פעלט זיי. אדער קען מען זען ווי מענטשן וואס עס פעלט זיי געזעלשאפט וועלן זיין צוגעצויגן צו בעלי חיים און איינמאל זיי ווערן מער סאציאל וועלן זיי מער נישט זיין אינטערעסירט דערין.