☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » באשולדיגונגען קעגן מזרחי מנהיג - הרב טאו

באשולדיגונגען קעגן מזרחי מנהיג - הרב טאו

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15646

תוהו ובוהו » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 2:42 am

· #512066
באשולדיגונגען קעגן מזרחי מנהיג - הרב טאו
אן ערדציטערניש קומט פאר די לעצטע פּאר טעג אין דער מזרח'יסטישער גאס אין ארץ ישראל, איבער באשולדיגונגען וואס זענען ארויפגעשווימען קעגן הרב צבי טאו - פון די גרעסטע מזרח'יסטשע רבנים.

הרב צבי ישראל טאו איז געווען פון די רבני מרכז הרב און איינער פון די גרעסטע תלמידים פון הרב צבי יהודה קוק - וואס איז דער פאקטישער גרינדער און פלעגער פון רוב מזרח'יסטישע שטערמונגען כהיום. יארן צוריק האט הרב טאו זיך אפגעטיילט פון ישיבת מרכז הרב - צוליב פארשידענע רייבערייען - און געעפנט זיין אייגענע ישיבה 'הר המור' וואס איז מיט דער צייט געווארן דער צענטער פאר דער חרד"ל'ישער באוועגונג אינערהאלב מזרחי. און צענדליגער מזרח'יסטישע רבנים ווערן פאררעכנט אלס זיינע תלמידים. (חרד"לים - חרדי לאומי, זענען בדרך כלל סאך פרומער און מער פאנדאמענטאליסטיש ווי דער אלגעמיינער דתי לאומי; זענען מער מקפיד אויף דקדוקי הלכה וכו'. אזאנע ישיבה'ישע ציונים...)

לעצטנס האט ער אפי' געעפנט זיין אייגענע פאליטישע פארטיי מיט'ן נאמען 'נועם' וואס איז בעיקר פארנומען צו שטופן קאנסערוואטיווע אנטשויאינגען קעגן להט"ב, מצעד הגאווה, וכו'. אין די לעצטע בחירות זענען זיי געלאפן צוזאמען אין דער צוזאמגעשטעלטער רשימה פון סמוטריץ' און בן-גביר.

כאטש ער איז א פרומער חרד"ל'ישער רב (ער גייט מיט'ן ישיבה'שן ליטווישן לבוש), איז ער גאר שטארק ארויפגעקוקט אפילו ביי די מער ליבעראלע פליגלען אין מזרחי, אלס א גרויסער פערזענליכקייט און איש גדול. אפגערעדט ביים פרומערן עולם וואס על פיו ישק כל דבר און ער איז דער אפיציעלער מנהיג (צו פארשטיין געבן בערך, כ'וואלט געזאגט אז ביי די חרדל"ים איז ער ווי הרב שטיינמאן ביי די ליטווישע, און אינעם אלגעמיינעם מזרחי גאס - ווי הרב וואזנער ביי חסידים...).

שוין אפאר חדשים צוריק, איז א פרוי נחמה תאנה ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אויף פעיסבוק אז הרב טאו האט איר סקסואל באלעסטיגט און גערעיפט עטליכע מאל - יארן צוריק ווען זי איז נאך געווען א יונג מיידל. פאר סיי וואספארא סיבה האט דאס נישט אנגעמאכט קיין שטורעם, און מ'האט איר אוועקגעמאכט אלס גייסטיש אומסטאביל. זי האט אבער נישט אויפגעגעבן, און די לעצטע פאר חדשים שטייט זי אין פארנט פון כנסת און מאכט אן איין-מענטשיגע פראטעסט אז מ'זאל אויספארשן הרב טאו.

די טויש איז געקומען ווען זי איז ארויף אויף ישראל'ישער טעלעוויזיע און פארציילט איר געשיכטע, צוויי טאג דערויף איז פלוצלינג אפירגעקומען נאך א פרוי וואס האט אויף טעלעוויזיע מיט אן אויפגעדעקטן פנים באשולדיגט אז הרב טאו האט אויך איר באלעסטיגט. ארום דער זעלבער צייט זענען באקאנטע מזרח'יסטישע אקטיוויסטן און רבנים ווי 'יובל שרלו' און 'דוד סתיו' ארויסגעקומען מיט אן עפנטליכער בקשה צו דער משטרה אז מ'זאל אויספארשן די פרשה, טענה'דיג אז זיי האבן געהערט נאך עדות'ער קעגן אים. די צוויי פרויען טענה'נען אויך ביידע אז זיי קענען נאך פרויען; און אז ס'איז מעגליך דא אזויפיל ווי אכט פרויען. די משטרה האט טאקע געמאלדן אז זיי עפענען אן אפיציעלע אויספארשונג.

דער גאנצער סיפור ווערט באטראכט ווי א ריזיגן חידוש, נעמנדיג אין באטראכט אז הרב טאו ווערט באטראכט ווי א פרוש און בעל מדרגה, אפגערעדט פון זיין ציבור'ישן מעמד.

שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 3:40 am

· #512067
די לייק איז פאר'ן אזוי שיין באשרייבן די פרשה.
לגבי די עצם באשילדונג קען איך נישט נעמען קיין שטעלונג טאמער ס'יש דברים בגו, ווייל איך ווייס נישט.

חדשים » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:04 am

· #512072
עד יום מותו תחכה לו, מען רעדט דא פון א 84 יעריגע איד.

אינטערסאנט צו צוצייכענען אז סיי ביי די פרשה פון משה קצב און סיי ביי חיים ולדר איז ער געווען פון זייער שטארקע סופארטערס.

שאלתיאל » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 12:23 pm

· #512078
רוב מזרחי'שע רבנים און פובליק פיגורן זענען בעד פארשען דער פרשה.
א שיינע פוסט אויף פעיסבוק פון זיין תלמיד הרב נתנאל אלישיב
https://www.facebook.com/Netanel.Elyashiv/posts/pfbid0C4fE19HMZynNhfFXkZpkk25fMABmebmeYfUfiFBct9FBidLci7qGfLb45tAWCsAjl

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 6:09 pm

· #512087
כ'על דיר זאגן באלד וואס איז אים צו אפן.. זיין זיפער..

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 6:36 pm

· #512089
@אנאנים פון וואו קענסטו אזוי גוט יעדע פרשה!?

זאל עס זיין בערגער מיט געלט- איז יהורם דא. זאל עס זיין עפעס איבער טאו- איז יהורם ווידער דא. זאל עס זיין קרישעווסקי- איז יהורם ווייטער דא...

פון וואו האסטו אלץ אזעלכע קראנטע אינפארמאציע?

די קענסט טאקע די גאנצע וועלט פערזענליך, אדער די פאלאוסט עפעס גאר א גוטע נייעס סטאנציע אדער טעלעגראם קאנאל?

צוזאמגעדרייט » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 6:42 pm

· #512090
[ציטאט אראפגענומען]
וואס האט אן אפענע ערליכע דמות וכדו', צו טון מיטן זיך באהערשן...? יא, ער קען זיין ערליך, מאראליש, און אלע שיינע טיטלען. ברודער געדענק, מענטשן זענען ווי חיות אויב זיי זענען אויף די הפקר. דאס איז אנגענומען סיי אינעם סייענטיפישן וועלט [ עוועלאציע] און סיי ביינונז אידן [ ס'דא עפעס א מאמר חז"ל, ליגט מיר אויף מיין שפיץ צונג. דענק-איך-נישט]

זייער אסאך מענטשן וואס באקומען, און האבן מאַכט\פירערשאפט, פאלן אדורך מיט געמיינע אקטן. יא מענטשן אין "פאוער" מיינען אסאך מאל אז זיי קענען טון וואס ס'שמעקט זיך זיי (און זיי טוען טאקע).

ווי געזאגט מענטשן זענען מענטשן... און אז ס'איז נישטא דאס שרעק פון געזעץ, אדער למעשה אויב האט ער\זי א פרוי\מאן אין די הענט, דאס מיינט אז ער\זי איז מער מאכטפול און האט דעם פסיכאלאגישן אויבערהאנט, געשעהט טייל מאל וואס ס'געשעהט.

איך באציה זיך נישט צו דעם ספעציפישן פאל, איך ווייס כמעט גארנישט איבער דעם ספעציפישן באשולדיגונג. איך אַדרעסיר בלויז דיינע לעכערליכע ווערטער.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 2:32 am

· #512124
@אנאנים

דיין נקודה פון נישט שפרינגען צו מסקנות איז אוודאי וואליד און הונדערט פראצענט ריכטיג, ובפרט ווען יענעמס כאראקטער געבט נישט צו קיין סיבה אזוי צו טראכטן.

פון דער אנדערער זייט, זאגן אז ס'הערט זיך אויסגעזויגן און קומט פון עסקנים איז לדעתי אויך באלד אזוי מאדנע און פריע-מסקנות-געשפרינגאכטץ ווי דער עצם מעשה.

נאך צוויי נקודות.

איינס, די טענה "וואו איז זי געווען ביז יעצט?" איז שוין געווארן אפגעפרעגט צענדליגער מאל ביי מעשיות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ריכטיג. און איז דעריבער גאר א שוואכע טענה פון דעם עפעס פושט צו זיין, וויקטעמס קענען האבן פארשידענארטיגע סיבות נישט ארויסצוקומען גלייך נאך זייער שווערן דורכגאנג נאר ווארטן אפאר יאר. בפרט ביי דער פרשה (וואס זי זעלבסט איז שיין מסביר אין דער אינטערוויו) וואס מ'רעדט נישט פון צען יאר צוריק, נאר פון פופציג יאר צוריק! נאך פאר ס'איז געווען א הוה אמינא פון מי טו צי עפעס ענליך, און ס'גארנישט אזא פשוט'ע איידיע פאר אן עולה חדשה ארויסצוקומען קעגן אן איש מכובד אין יענע יארן. און דער פאקט איז טאקע אז פון די טויזנטער עביוז קעיסעס וואס קומען היינט ארויס פון יענע יארן איז כמעט גארנישט באריכטעט געווארן דעמאלטס. דעריבער שטימט זייער אז ווען ס'איז געווארן א שטורעם איז זי ארויסגעקומען מיט איר פעקל.

בנוגע איר לבוש און לעבנסשטייגער איז עס טאקע אינטערסאנט און מ'דארף עס בודק זיין (כאטש ספעציפיש דער ספרים שאנק איז מעגליך אז ס'איז רשת 13 איידיע עס צו מאכן אויסקוקן בעסער...).

צווייטנס, ס'איז פארהאן א וועלטס חילוק צווישן א 'טורף מין' א שטייגער ווי בערלאנד, ב"מ לעבאוויטש ודכוותייהו - און צווישן נארמאטיווע מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן מיט הארבע עבירות מיניות א שטייגער ווי וועבערמאן צי כ'ווייס ווער. און אויף דער צווייטער סארט איז לדעתי כמעט נישט דא א כאראקטער וואס איז אימיוניזירט דערצו... און היסטאריע מוכחת כן לצערנו. לעניננו, כ'האב אוודאי נישט קיין אנונג צי די באשולדיגונגען אויף הרב טאו איז אמת, אבער אין א געוויסער זין טאקע דאס אז ס'נישט פארהאן קיין צענדליגער פרויען פארענטפערט די אנגעבליכע סתירה צו זיין כאראקטער.

צום שלוס, כ'האב מיך טאקע פרובירט צו האלטן נייטראל אין מיין באריכט און מעלדן דעם שטורעם עז איז, און כ'האב נישט געוואלט באלמוטשענען ק"ש ליינער מיט די פינקטליכע פרטים פון יעדער תלונה, און מ'דארף אוודאי געדענקן דעם לעגאלן און מאראלישן כלל פון innocent until proven guilty.

נחום הסופר » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:02 pm

· #512285
חדשים
עד יום מותו תחכה לו, מען רעדט דא פון א 84 יעריגע איד.

אינטערסאנט צו צוצייכענען אז סיי ביי די פרשה פון משה קצב און סיי ביי חיים ולדר איז ער געווען פון זייער שטארקע סופארטערס.
הרב צבי ישראל (האנס) טאו'ס ארויסשפרינגען פון זאק זיך אננעמען פאר חיים וולדר'ן, האט ביי מיר אצינד אנגעצינדן א רויט לעמפל קעגן אים זעלבסט - וואו קומט ער, א גרויסער רב ביי די מזרחי קרייזן, זיך אנצונעמען פאר'ן בני ברק'ער זצ"ל (עפ"י יתד נאמן) און חרדי'שער בעל השקפה חיים וואלדער? מה לכהן בבית הקברות? אלא מאי ער האט עפעס וואס צו באהאלטן... (איי וועט איר פרעגן וואס טוט זיך מיט שמואל אליהו? נישט קיין פארגלייך, אליהו פארמאגט אפיציעל א בי"ד זיך מטפל צו זיין איבער די ענינים)

כ'האב אבער געליינט צוויי אינטרעסאנטע ארטיקלען איבער'ן דמות פון הרב טאו, וואס האט אביסל פארענטפערט די תמיה מיינע בנוגע זיין שיטה איבער חיים וולדר, כאטש וואס נישט אינגאנצן. בקיצור נמרץ איז אזוי, הרב טאו האלט אז ס'איז דא געפערליכע כוחות הטומאה וואס לייגן אריין שווערע כוחות און געלטער מטמא צו זיין ארץ ישראל וכו', עקסטרעם-לינקע, ליבעראלן, לגט"ב, רעפארמער, קריסטן, וואס זייער גאנצער קראפט און פלאן איז צו מטמא זיין דאס אידישן פאלק און ארץ ישראל באחרית הימים, אממילא ווער ס'קעמפט קעגן זיי איז אויטאמאטיש אויף דער צד הקדושה און מ'דארף יענעם שטיצן מיט'ן גאנצן כוח.

והיינו עובדא מיט משה קצב'ן וואס האט איינמאל נישט אויפגענומען א דעלעגאציע פון די רעפארמער, וה"ה מיט וולדר וואס האט איינמאל געשריבן א שארפע ארטיקל קעגן אהרן ברק הידוע.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל, בייגעלייגט די לינקס פארווער סוויל ליינען מער לעומק איבער הרב טאו, זיינע שיטות, און די יעצטיגע פרשה

https://www.israelhayom.co.il/magazine/hashavua/article/13320760
https://www.ynet.co.il/articles/premium/id/sjzawrmii
https://hashiloach.org.il/%D7%A6%D7%99%D7%A8-%D7%94%D7%A8%D7%A9%D7%A2-%D7%94%D7%98%D7%9B%D7%A0%D7%95%D7%9C%D7%95%D7%92%D7%99/

שאלתיאל » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:36 pm

· #513786
אריאלה שטרנבך פון טשענעל 13 שרייבט:
אני לא מאמינה לך.
חוב קטן שרציתי לכתוב כשפרשיית הרב טאו פתחה מהדורות אבל לא הספקתי.
רציתי לומר: אני לא מאמינה לך. אין כאן טעות.
אני מבטיחה להקשיב לך, אני אעשה מה שבכלים שלי כדי לנסות להגיע לאמת,
לחקור, לבדוק ואפילו להסתכן כדי לנסות להוציא את האמת לאור, אבל אני לא
מאמינה לך באוטומט. זה לא רציונלי, לא אתי, לא יהודי וודאי שלא הלכתי.
התנועה החדשה הזו שנולדה ״מאמינה לך באוטומט״ היא מסוכנת ומחר יכולה
לפגוש כל אחד מאיתנו בצד השני.
קטונתי, אבל ההחלטה של רבנים לצאת בגלוי בפייסבוק בקריאה לחקור האם הרב
טאו פגע, היא הזויה, מסוכנת ופוגענית מאד.
איזה סיכוי לנקות את שמו השארתם לאדם כשרבנים בכירים מפרסמים את שמו
בבקשה לבדוק האם פגע מינית?
וזאת בשעה שכותבים במפורש שאינם יודעים ואין להם כלים לדעת האם פגע אבל
בו בעת תולים אותו בכיכר העיר עם חשדות חמורים שברור שקשה מאד יהיה
לבדוק. וכמו שזה נראה, מירב הסיכויים שתיק כמו זה ישאר באפלה ואת האמת לא
נדע לעולם.
לו באמת רצו רבנים להגיע לחקר האמת הם היו צריכים להקים הרכב בית דין
דיסקרטי או לחלופין לדאוג שהמשטרה תחקור.
חשוב לי לומר - פרשת הרב טאו היא כמשל בלבד לזרם ״המאמינה לך״ המסוכן
שנסחפנו אליו.
אני לא יוצאת נגד המתלוננות או חלילה מערערת לגביהן אני רק בטוחה שאם היו
פונות אליי (לפני שהרבנים יצאו בפומבי) לא יכולתי לפרסם או לשדר את התלונות
שלהן.
חקרתי לא מעט פרשיות עבירות מין בעצמי ובסיעתא דשמיא גדולה, לא פעם
נאלצתי להשיג לבד את הראיות למשטרה שלא אוהבת לעבוד קשה, היו פעמים
שגייסתי האקרים לשחזר הודעות או בלוגים מפלילים שנמחקו כדי שהתיק יגיע
לכתב אישום. היו פעמים שהתחזתי ונפגשתי עם הפוגע או סביבתו והעברתי
למשטרה הקלטות שהגיעו לכתבי אישום בסופו של דבר.
אבל היו פעמים שנכשלתי, על חיים ולדר קיבלתי מידע כבר ב2016 לא הצלחתי
להשיג ראיות ושתקתי, כנל לגבי משי זהב. לא מתחרטת על כך שלא הייתי
הראשונה לפרסם למרות שטכנית אולי יכולתי.
התורה בפרשת עיר נידחת מזהירה אותנו: ״ודרשת, וחקרת, ושאלת היטב והנה נכון
הדבר נעשתה התועבה הזאת בישראל״ - לפני שאתה בא להרשיע אדם, עליך
לדרוש לחקור ובנוסף לשאול היטב ורק לאחר מכן כשנכון הדבר, תוכל לחרוץ את
דינו.
תנועת המי טו הביאה איתה ניקוי אורוות נפלא, אבל חשוב שנזכור את הדרך,
הגבולות ובעיקר את הזהירות הרבה הנדרשת.
נ.ב. די רעדע דא איז פון א ארנטליכע סוקסעפולע דזשורנאליסט וועלכע האט שוין אויפגעדעקט א שיינע פאר סקאנדאלן.

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:51 pm

· #514215
לויט באריכטן וועט די יוסטיץ דעפארטמענט אין ישראל מעלדן אין די קומענדיגע טעג איבער דאס ענדיגן די אויספארשונג אנטקעגן הרב טאו אן קיין אנקלאגעס נאכוואס זיי האבן נישט געקענט בויען קיין עכטע קעיס באזירט אויף די עקזיסטירנדע עדות'ער.


https://www.srugim.co.il/?p=743348

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 10:02 am

· #528976
א וואנדאל, אדער אפאר וואנדאלן, האבן אנגעפירקלט די שטוב פון הרב טאו מיט גראפידי. דאס קומט נאך וואס נאך באשולדינגען זענען ארויסגעקומען קעגן אים.
📎 IMG_20230620_095852_842.jpg 📎 IMG_20230620_095849_624.jpg

אבטח ולא אפחד » דינסטאג יוני 20, 2023 10:50 am

· #528979
שמן למאור
א וואנדאל, אדער אפאר וואנדאלן, האבן אנגעפירקלט די שטוב פון הרב טאו מיט גראפידי. דאס קומט נאך וואס נאך באשולדינגען זענען ארויסגעקומען קעגן אים.
דיר, דיין מאמע און דיין שוועסטער? באמת נישט שיין!