☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ראן דיסאנטאס ווערסעס טראמפ

ראן דיסאנטאס ווערסעס טראמפ

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15632

א בני יואל » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 2:11 pm

· #511681
ראן דיסאנטאס ווערסעס טראמפ
וואס וואלט דער עולם געהאלטען ווער וואלט געווען בעסער אין ווער וואלט עס געמאכט צים פרעזידענט בענקל

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 2:55 pm

· #511685
א בני יואל
וואס וואלט דער עולם געהאלטען ווער וואלט געווען בעסער אין ווער וואלט עס געמאכט צים פרעזידענט בענקל
ראן דיסענטעס וואלט געווען בעסער, אבער אויב לויפט ער קעגן טראמפ וועט עס טראמפ לכאורה מאכן. און דאן לכאורה פארלירן קעגן ביידן נאכאמאל.
כנע"ד.

בּליקער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 3:09 pm

· #511689
ווי עס זעט אויס איז דער גאנצער פרעזידענטשט געווען אן איינמאליגע מזל פאר דעם מושחת טראמפ. די רעכטע מידיע זעלבסט איז אויפ׳ן וועג אים צו קענסלען. גוד ביי דאנאלד.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:40 pm

· #511719
עצי שטים
א בני יואל
וואס וואלט דער עולם געהאלטען ווער וואלט געווען בעסער אין ווער וואלט עס געמאכט צים פרעזידענט בענקל
ראן דיסענטעס וואלט געווען בעסער, אבער אויב לויפט ער קעגן טראמפ וועט עס טראמפ לכאורה מאכן. און דאן לכאורה פארלירן קעגן ביידן נאכאמאל.
כנע"ד.
אויב רעדט מען פרעדיקשענס.
האלט איך אז דעסענטיס גייט געווינען די פריימעריז קעיגן טראמפ, אבער ער וועט פארלירן די עלעקשען צים דעמאקראט צוליב וואס די טראמפיסטן וועלן בלייבן אינדערהיים, כדי צי מוחה זיין אויפן כבוד פון זייער רבי'ן.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:02 pm

· #511721
קהל'ס נער
עצי שטים
א בני יואל
וואס וואלט דער עולם געהאלטען ווער וואלט געווען בעסער אין ווער וואלט עס געמאכט צים פרעזידענט בענקל
ראן דיסענטעס וואלט געווען בעסער, אבער אויב לויפט ער קעגן טראמפ וועט עס טראמפ לכאורה מאכן. און דאן לכאורה פארלירן קעגן ביידן נאכאמאל.
כנע"ד.
אויב רעדט מען פרעדיקשענס.
האלט איך אז דעסענטיס גייט געווינען די פריימעריז קעיגן טראמפ, אבער ער וועט פארלירן די עלעקשען צים דעמאקראט צוליב וואס די טראמפיסטן וועלן בלייבן אינדערהיים, כדי צי מוחה זיין אויפן כבוד פון זייער רבי'ן.
נעם עס א טריט ווייטער. אויב וועט דיסענטיס האבן שכל און ארויסגיין all out אקעגען טראמפ, וועט ער אנשטאט דעם אויפהייבן די נעווער טראמפערס מאראל און זיי ארויסברענגן צו די שטים בודקעס, און געווינען די גענעראלע עלעקשאנס.

Provided אז ער וועט קענען קאנווינסען די טראדיציאנאלע רעפאבליקענס עם אויס צו וועלען אלס קאנדידאט. מסתבר איז אז דעמאלטס וועלען די טראדיציאנאלע ריפאבליקענס זיין מער פאפולער ווי יעצט, און ער וועט זיי דארפן קאנווינסען אז ער גענוג ווייט פון טראמפ.

אולי. א יאר א האלב איז גענוג ווייט צו נעמען אין באטראכט אז טראמפ וועט שוין נישט זיין פארטיי לידער, און פלוצלינג וועט א יעדע קלאסישע פאליטישאן זיך וועלען ארויסשטעלן אז ער האט קיינמאל נישט געהאט שייכות מיט טראמפ. קענסט זיך פארלאזן אז פאליטישטנס ווי לינדזי גרעהם וועלען זיך אזוי שנעל אפשאקלען, פונקט אזוי ווי ער האט זיך צו געחנפט צו טראמפ איבערנאכט נאך זיך רייסן מיט עם.

א פאליטישאן קען נאר אנקומען אויב ער האט אונטער זיך פארטיי קנאקערס. די גרויסע נעמען וועלען זיך צו כאפן צו קענען אינדארסירן אן אנטי טרטמפ, און מיט דעם אויך אויפרייניגן זייער אייגענע נאמען.

שפעקולאציעס...

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:08 pm

· #511723
וואלווי
קהל'ס נער
עצי שטים
א בני יואל
וואס וואלט דער עולם געהאלטען ווער וואלט געווען בעסער אין ווער וואלט עס געמאכט צים פרעזידענט בענקל
ראן דיסענטעס וואלט געווען בעסער, אבער אויב לויפט ער קעגן טראמפ וועט עס טראמפ לכאורה מאכן. און דאן לכאורה פארלירן קעגן ביידן נאכאמאל.
כנע"ד.
אויב רעדט מען פרעדיקשענס.
האלט איך אז דעסענטיס גייט געווינען די פריימעריז קעיגן טראמפ, אבער ער וועט פארלירן די עלעקשען צים דעמאקראט צוליב וואס די טראמפיסטן וועלן בלייבן אינדערהיים, כדי צי מוחה זיין אויפן כבוד פון זייער רבי'ן.
נעם עס א טריט ווייטער. אויב וועט דיסענטיס האבן שכל און ארויסגיין all out אקעגען טראמפ, וועט ער אנשטאט דעם אויפהייבן די נעווער טראמפערס מאראל און זיי ארויסברענגן צו די שטים בודקעס, און געווינען די גענעראלע עלעקשאנס.

Provided אז ער וועט קענען קאנווינסען די טראדיציאנאלע רעפאבליקענס עם אויס צו וועלען אלס קאנדידאט. מסתבר איז אז דעמאלטס וועלען די טראדיציאנאלע ריפאבליקענס זיין מער פאפולער ווי יעצט, און ער וועט זיי דארפן קאנווינסען אז ער גענוג ווייט פון טראמפ.

אולי
טראדיציאנאלע ריפאבליקאנער המכונה (rino =republican in name only) בלע"ז, זענען פוילע מענטשן וואס האלטן נישט ביי גארנישט, די גאנצע חידוש פון טראמפיזם, איז צי אריינברעינגען א חיות אין די פארשלאפענע ריפאבליקאנער פארטיי.

להבדיל בין ? ל?
די ריפאבליקאנע זענען זאלונים טיען נישט גארנישט אחוץ וויינען ווי שלעכט די דעמאקראטן זענען, און דעמאקראטן זענען ארונים וואס מאכן חרוב די וועלט

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:15 pm

· #511724
@קהל'ס נער
לייען די צוגעלייגטע נאך אולי וכו'

מתבודד » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:17 pm

· #511725
@וואלווי די שאצט שטארק אונטער טראמפס' איינפלוס. אין פאקט ציטערט דיסענטיס צו ארויסגיין קעגן טראמפ אויף א דראמאטישע לעוועל - והא ראי' אז ער טוט עס נישט.
פארגעס נישט אז בלויז צוויי יאר צוריק האבן אכציג מיליאן אמעריקאנער געוואוט פאר אים. . .

טראמפיזים איז נישט געשטארבן.
ס'איז איינגעשלאפן.

נישט אז דיין טעאריע איז רחוק מן המציאות נאר ס'איז פונקט אזוי מעגליך ס'זאל זיך ארויסשטעלן פארקערט..

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:24 pm

· #511726
פארגעס אבער נישט אז א האלב יאר פאר די מזל האט אזוי גוט געשפילט האט זיך א יעדער געהאלטן זייער ווייט פון עם. די ציבור איז טאקע געגאנגען שטארק פאר עם, ווייל דעמאלטס איז ער ארויס שטארק א קעגען די עסטעבלישמענט, און דאס איז געווען די מים קרים על נפש עייפה. קען זיין אז זיין בעיס איז נאך אלס דארשטיג, אבער איז שוין נישט די קאלטע פרישע וואסער אויב ער קען נישט דעליווערן. פאר רעטאריק אליינס גייט ער אויסוועפן.

מתבודד » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:27 pm

· #511727
וואלווי
פארגעס אבער נישט אז א האלב יאר פאר די מזל האט אזוי גוט געשפילט האט זיך א יעדער געהאלטן זייער ווייט פון עם. די ציבור איז טאקע געגאנגען שטארק פאר עם, ווייל דעמאלטס איז ער ארויס שטארק א קעגען די עסטעבלישמענט, און דאס איז געווען די מים קרים על נפש עייפה. קען זיין אז זיין בעיס איז נאך אלס דארשטיג, אבער איז שוין נישט די קאלטע פרישע וואסער אויב ער קען נישט דעליווערן. פאר רעטאריק אליינס גייט ער אויסוועפן.
וואס מיינט דעיס? מאי שנא 2024 פון 2020?

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:28 pm

· #511728
יעצט ציטערט דיסענטיס. לאמיר זעהן אין א האלבע יאר ארום ווי ס'וועט דעמאלטס האלטן.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:33 pm

· #511729
מתבודד
וואס מיינט דעיס? מאי שנא 2024 פון 2020?
דעליווערן מיינט: צו אנקומען צוריק צום ווייסן הויז, קענען אריינברענגען אנדערע קאנדידאטן אויך וכו'

ווען א קאנדידאט קומט אריין פריש, כעין טראמפ, קרוז, סאנדערס, אבאמא, וואס זיי האבן געהאט די גרעסטע נאכפאלגער כל אחד במקומו, איז דא שטארקע האפענונג. למעשה, מילא איז מען תולה אז ער וועט דעליווערן. יעצט האלט ער שוין נאך זיין שיין, זיין רעטאריק ווערט מער ווערט לויז ווי דעמאלטס, און מעסיגע רעפאבליקאנער הייבן זיך די קעפ, און זיין אינפלוענס איז נישט אזוי שטארק למעשה, פעלט די האפענונג אז ער וועט נישט קענען דעליווערן אזוי ווי דעמאלטס, פארלירט עס די כח פון א מחדש פאליטיקאנט.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:43 pm

· #511731
נעם אויך אין באטראכט, אז אין 2016 זענען די טראמפ חברה געווען די פארווייטאגטע מילא זענען ארויס שטארק על אפם וחמתם פון די עסטאבלישמענט.

יעצט איז פארקערט. די טראדיציאנעלע זענען ברוגז און פארווייטאגט. זיי וועלען ארויסקומען על אפם וחמתם פון טראמפ.

ס'מוז נישט זיין. אבער אזוי גייט די פשרנות נאך סורפרייז געווינס. מ'זוכט צו פארשטיין וואס איז געווען די אויפברויז וואס דער געווינער האט אזוי געבענעפיט פון.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:48 pm

· #511732
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערסאנטע געדאנק. קען זיין אז עפעס אזא זאך ליגט פאר טראמפ אין קאפ צו זיין נשיא הכבוד, אדער בעסער געזאגט, ער "איז" דער נשיא הכבוד.

(למעשה, ארבעט עס נישט אזוי, ווייל די אינקאמבענט פרעזידענט איז די נשיא פון די פארטיי, קיינער איז נישט העכער פון עם, אפילו די געוועזענע פרעזידענטן.)

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:08 pm

· #511735
2024 וועט נישט זיין בלויז צווישן טראמפ און דיסאנטיס, קענסט זיין רואיג אז סגייט זיין א שיינע ליסטע פון קאנדידאטן.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:17 pm

· #511737
ווי אויך ס'איז נישט ממש 1 אנקעגען 17.
די פריימעריס ארבעט צוביסליך, אזוי ווי מ'האלט שוין ביי סאוט קאראליינע (די דריטע פריימערי סטעיט) דראפן ארויס א גרויסע חלק קאנדידאטן. די accumulated split פון די וואוטס בלייבט צווישען דריי פיר, און נאך סופער טוסדעי בלייבט נאר איינס.
אזוי אויך, קאנדידאטן געבען איבער וואוטס איינער פארן צווייטען, זאכן ווערן קאנסאלידעיטעד אויף א דיינאמישע אופן

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:20 pm

· #511739
[ציטאט אראפגענומען]
איך טריי צו אימעדזשינען טראמפ ביי די אכציגער יארן. האסט אמאל געזעהן עלטערע מענטשן וואס האבן געקענט יונגערהייט באהאלטן זייער שמוציג פיסק און ביי די עלטער קומט עס ארויס פול פארס אלס העדר כוח המעצור?
Trump unhinged

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 12:43 am

· #511751
[ציטאט אראפגענומען]
אה, סליפי דאנעלד...

א בני יואל » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 8:46 am

· #511761
איך מיין ראן דיסאנטאס גייט נישט אין ערגעטץ ער איז זייער ציפרידען ווי ער איז

קידוש » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 2:06 pm

· #511853
טראמפ האט זיכער פארלוירען די פרישע גלאנץ נאך jan 6 אין די יעצטיגע מידטורם,
אבער מען טאר נישט אינטערשאצען זיינע בלינדע נאכפאלגערשאפט

yn.NY » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:47 pm

· #511900
וואלווי
נעם עס א טריט ווייטער. אויב וועט דיסענטיס האבן שכל און ארויסגיין all out אקעגען טראמפ, וועט ער אנשטאט דעם אויפהייבן די נעווער טראמפערס מאראל און זיי ארויסברענגן צו די שטים בודקעס, און געווינען די גענעראלע עלעקשאנס.
די נעווער טראמפערס האסן דיסענטעס פונקט אזוי, די "לינקאלן פראדזשעקט" האט זיך שוין גענומען צו זיינע ביינער.
https://twitter.com/ProjectLincoln/status/1591265024403808257

בן נון » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 10:26 pm

· #512044
טראמפ האט יעצט אפעציעל געמאלדן אז ער גייט נאכאמאל לויפן פאר פרעזעדענט אין 24