☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » יארצייט פון אוהבן של ישראל רבינו שלמה בן נפתלי קרליבך זיע

יארצייט פון אוהבן של ישראל רבינו שלמה בן נפתלי קרליבך זיע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15629

דוד שריפטליך » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 2:09 am

· #511642
יארצייט פון אוהבן של ישראל רבינו שלמה בן נפתלי קרליבך זיע
קוקן דיג אויפן לוח גלייבט זיך שווער אבער פאקט בלייבט פאקט אז היינט די זעכצנסטע טאג צום חודש רם חשוון איז ווי דער די יארצייט פון אונזער אומפארגיסליכער רבי משפיע מחזיר בתשובה וכ'ו אוהבן של ישראל רבי שלמה בן נפתלי קרליבך זצוקל

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 6:03 am

· #511645
של ישראלית כצ"ל

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:44 am

· #511662
ביידע.

דוד שריפטליך » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 1:40 am

· #511753
רבי שלמה ענטפערט
א אינטערוויוער וואס האט אינטערוויוט רבי שלמה אין ארץ ישראל האט אים געפרעגט פיל שאלות איבער זיין וועג דערנענטערן אידן צום אייבירשטן און אויף די פראגע פארוואס למשל ער האט נישט קיין מחיצה און זיין שול אין סאן פראנציסקא האט ער געגעבן צו פארשטיין א משל ער זאגט שטעל דיך פאר דו טרעפסט א מענטש וואס איז שמוציג פארשמירט באוואקסן און ער כאפט א הארץ אטאקע פארשטייסטו אליינס אז די ערשטע זאך ברויך מען זעען אז ער זאל צוריק באקומען זיין באוויסטזיין און דערנאך קען מען זיך זארגן פאר זיין ריינקייט קליידער שערן די נעגל.... און אזוי ווייטער.... אויך דערציילט ער דארט ווייטער איטרעסאנטע איינצעלהייטן פון די יוגנט וואס לעכצעט אזוי פאר אידישקייט ליבשאפט און נאנטשאפט צום באשעפער און אזוי ווייטער אויך זאגט ער אז עס דאווענען דארט שבת צווישן 250 און פינעף הונדערט מענטשן אנשים נשים וטף און עס איז נישט דא קיין שום בענקלעך אדער בענק מען קען בלויז שטיין אויף די פוס אדער זיצן אויף דער ערד

דוד שריפטליך » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 1:49 am

· #511754
איך אויך
ביידע.
גערעכט איך האלט אינמיטן שרייבן א מעשה איך האב דאס געלייגט אין דרעפט ווייל עס נעמט מיר צו לאנג שרייבן אויף איין מאל און ווען עס וועט זיין פארטיג וועל איך דאס פארעפנטליכן אין דעם אשכול מיטן אייבירשטנס הילף

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 4:05 pm

· #511792
די טעאריע מיט דעם משל וואס הרב שלמה קארליבאך זצ"ל (וועם איך האב זייער שטארק ליעב געהאט) איז "דאך" נישט אינגאנצן גלייך. ס'איז משל למה הדבר דומה. ווען מ'ברענגט אריין א פאציענט אין עמערדזשענסי רום און די דאקטוירים וועללן זיך מפלפל זיין וועלכע מעדיצין מ'זאלל איהם געבן איהם צוריקצוברענגען צום לעבן. איז דא איין דאקטאר וועלכער וויל איהם געבן א געוויסע מעדיצין. נאר אלע דאקטוירים שרייען פה אחד אז דאס די נישט ריכטיגע מעדיצין. און דאס וועט איהם (ח"ו) אוועקלייגן. נו, וועם דארף מען פאלגן. אפילו דער דאקטאר דער יחיד האט די בעסטע כוונות...!

היסטאריע » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 8:57 pm

· #511811
אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.

דונג » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:09 am

· #511821
berlbalaguleh
די טעאריע מיט דעם משל וואס הרב שלמה קארליבאך זצ"ל (וועם איך האב זייער שטארק ליעב געהאט) איז "דאך" נישט אינגאנצן גלייך. ס'איז משל למה הדבר דומה. ווען מ'ברענגט אריין א פאציענט אין עמערדזשענסי רום און די דאקטוירים וועללן זיך מפלפל זיין וועלכע מעדיצין מ'זאלל איהם געבן איהם צוריקצוברענגען צום לעבן. איז דא איין דאקטאר וועלכער וויל איהם געבן א געוויסע מעדיצין. נאר אלע דאקטוירים שרייען פה אחד אז דאס די נישט ריכטיגע מעדיצין. און דאס וועט איהם (ח"ו) אוועקלייגן. נו, וועם דארף מען פאלגן. אפילו דער דאקטאר דער יחיד האט די בעסטע כוונות...!
בימיו האבן רוב דאקטוירים אויפגעגעבן אויף די סעקטע פאציענטן - ווי דו ווייסט און געדענקסט אוודאי יענע יארן.

דונג » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:10 am

· #511822
היסטאריע
אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.
די שול איז געווען זיין טאטעס, און זיין ברודער האט עס אויך געפירט.
זיין טאכטער אין ארץ הקודש הייסט 'נדרה'. זי הייסט ערליך און באשיידן. נשמה האט זיך איינפאך ערקלערט רעפארם.

דוד שריפטליך » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:44 am

· #511824
דונג
היסטאריע
אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.
די שול איז געווען זיין טאטעס, און זיין ברודער האט עס אויך געפירט.
זיין טאכטער אין ארץ הקודש הייסט 'נדרה'. זי הייסט ערליך און באשיידן. נשמה האט זיך איינפאך ערקלערט רעפארם.
זיין צווילינג ברודער האט געהייסן אליהו חיים ער איז אוועק תש"ן

שמן למאור » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:51 am

· #511826
[ציטאט אראפגענומען]
דעמאנסט מיר די ווערטל מיט די חב"ד'סקער וואס האט געהאט א דרילינג און געגעבן דריי חב"ד'סקע נעמען.
בהמה= ר"ת, ברוך הבא מלך המשיח
חמור= ר"ת, חי מורינו ורבינו
און סוס= ר"ת סעוון סעווענטי...

דונג » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 8:52 am

· #511834
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
דעמאנסט מיר די ווערטל מיט די חב"ד'סקער וואס האט געהאט א דרילינג און געגעבן דריי חב"ד'סקע נעמען.
בהמה= ר"ת, ברוך הבא מלך המשיח
חמור= ר"ת, חי מורינו ורבינו
און סוס= ר"ת סעוון סעווענטי...
טיפש = טייטלבוים יואלי פוי שייגעץ

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 12:21 pm

· #511843
הערר דונג: אויב דו ווילסט, מאך אויף אן אשכול איבער ראשי תיבות. איכ'ל דיך דארט טרעפן, אי"ה. דערווייל רעדט מען דא פון ר' שלמה קארלבאך זצ"ל...!

דונג » מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 7:14 pm

· #511990
דוד שריפטליך
דונג
היסטאריע
אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.
די שול איז געווען זיין טאטעס, און זיין ברודער האט עס אויך געפירט.
זיין טאכטער אין ארץ הקודש הייסט 'נדרה'. זי הייסט ערליך און באשיידן. נשמה האט זיך איינפאך ערקלערט רעפארם.
זיין צווילינג ברודער האט געהייסן אליהו חיים ער איז אוועק תש"ן
זיין אייניקל פירט היינט די שול. זייער א וואוילער רב