☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #15625

אשכול אן א טיטל #15625

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15625
בלאט: 1 2

— » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 10:14 am

· #511509

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

כלבאשבוע » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 10:40 am

· #511510
דער טעות איז נישט זעלדין נאר טראמפיזים, ודו״ק כאאפ״ל

החוקר » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 10:59 am

· #511511
יא.

די גרעסערע פארלוסט איז נישט די עצם טעות נאר די סיבה. ווי @כלבאשבוע זאגט, די מקור איז טראמפיזם.

ווען מען זאל ווען באמת שוקל זיין די צדדים און באשלוסן צו שטיצן זעלדין איז איין זאך. אבער רוב רובם פונעם ווינט פאר זעלדין איז געקומען פונעם ריכטונג פון טראמפיזם און נישט באמת צוליב אונזערע אינטערעסן.

א באזעסענער מענטש וואלט געוואוסט אז די ווינט אז "אונז" קענען אריינברענגען זעלדין איז זייער א ווייטער חלום. נאר וואס דען, אז מען קוקט אויף פארטיי ווערט מען פארטעמפט.

פרנס החודש » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 10:59 am

· #511512
דער טעות איז נישט טראמפיזם נאר נארסיסזם, ודו״ק כאאפ״ל.

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:03 am

· #511513
נישט טראמפיזים, עס איז געוועהן מחמת די "גזירות", און אויב מען קוקט פין א גזירות שטאנדפונקט, איז עס קיין שום טעות נישט. אדרבה, מען ווייזט אז דער בלאק וואט איז שטארק קעגן די גזירות, און דער פאליטישענס רעכענען זיך דערמיט היבש. אפילו זעלדן האט פארלוירען. מאכט נישט אויס. און אפילו דער גאווערנער האט נישט קיין דירעקטע שייכות. פשוט ווייל ער האט געזאגט און זי האט נישט געזאגט.

ממילא, עס איז נישט קיין טעות, אפילו מיט 20/20 הינטערזעהקראפט.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:11 am

· #511515
לדעתי איז די טעות געווען אז רוב היימישע וויילער האבן נישט געוויילט זעלדין אדער האקול וכו’ אלס זייער אייגענע החלטה, נאר בלויז ווייל דער עסקן / אדמו"ר / פירער האט אזוי מחליט געווען...
כלל ישראל איז אזוי ווי שעפעלעך און ווי דער ערשטער שעפעלע גייט - גייען נאך אלע שעפעלעך...

מר. קלונימוס » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:16 am

· #511517
📎 Screenshot_20221109_111407.jpg

צוזאמגעדרייט » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:18 am

· #511519
וואס די העק, וועלכע טעות?

2) דער עולם שטימט (על כל פנים איך) פאר ווער עס זעהט אויס די מערסט פאסיג.

2) אפילו עס וואלט קלאר געווען פון פאראויס אז זעלדין גייט פארלירן, איז זייער פארשטענדליך פארוואס אימיצער זאל שטימען פאר אים. נאך אלעם, האוקעל און די דעמאקראטן האבן געמאכט א חורבן די לעצטע צוויי יאר (ס'איז פארשטייט זיך מיין פערספעקטיוו, אבער כ'מיין אז רוב עולם דא איז מודה צו דעם, און צו ענק שרייב איך). דאס מאכט זייער שווער זיי צו געבן א שטימע וויאזוי עס זאל נאר זיין.

3) ווי יוסי געשטעטנער ברענגט כסדר ארויס, (ווער נישט יעצט פארלוירן אויף זיין נאמען, נאר קלער אויב די ספעציפישע סטעיטמענט מאכט סענס). טאקע דאס אז מיר האבן געוויזן אינזער אויפברויז און נישט געשטימט פאר האוקעל, דאס וועט איר מעגליך קירעווען זי זאל זיין בעסער פאר אונז. זי דארף זיך אלץ גרייטן אז קומעדיגעס מאל וועט זיין א שווערע פארמעסט, און זי וועט דארפן יעדעס שטימע.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:23 am

· #511520
צוזאמגעדרייט

האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל

מר. קלונימוס » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:36 am

· #511523
[ציטאט אראפגענומען]
אין די לעצטע 30 יאר זייט פאטאקי האט געווינען קעגן דעם ערשטן קאומא איז נישט געווען אזא נאנטע גאווערנאר וואלן (א 5 פראצענט דעמ. געווינס). סוי זעלדין אלס קאנדידאט איז זיכער קיין טעות געווען, האקול האט ווייט פון ''באקוועם'' געווינען.

מרדכי מרדכי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:38 am

· #511524
[ציטאט אראפגענומען]
זעהט אויס אז עס איז נישט געווען כמעט יעדער
מער ווי האלה פון די וויילער האבן מחליט געווען אז נישט.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:40 am

· #511525
מרדכי מרדכי
[ציטאט אראפגענומען]
זעהט אויס אז עס איז נישט געווען כמעט יעדער
מער ווי האלה פון די וויילער האבן מחליט געווען אז נישט.
אדער האט מען גע'גנב'עט די וואלן

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:55 am

· #511526
די רעפאבליקאנער האבן געהאט א היסטארישע שטוינענדע פארלוסט דעם דינסטאג, ווען איז געוועהן דאס לעצטע מידטערם עלעקשנס וואס דער פרעזידענט'ס פארטיי האט נישט פארלוירן אינגרויסן? און דעם יאר, נישט נאר וואס דער פרעזידענט'ס פארטיי האט פארלוירן קיינע זיצן (ביזדערווייל), זיי האבן גאר געווינען מער זיצן ווי פריער (ביזדערווייל)! איך ווייס נישט וועגן אנדערע אבער איך, אלס ליבערטעריען, פלעג זיין מער אויף די רעפאבליקאנע זייט ביז זיי האבן ארויסגעגעבן די אנטי-עבארשן גזירה, אנדערע זאגן אז טראמפ איז שולדיג אויפ'ן שלעכטן אימעדש וואס די רעפאבליקאנער האבן באקומען, אזוי צו אזוי איז גאנץ מעגליך אז אין א געווענליכע מידטערם עלעקשנס וואלט זעלדין יא געוואונען. ווי אויך זאגט מיר א חבר פון לעקוואוד אז די דעמאקראטן האבן גע'גנב'ט די וואלן ווייל ער האט נישט געזעהן זעלדינ'ס צעטל אין די שטים בודקעס...

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 12:13 pm

· #511527
און איין ווארט, ס'איז געווען א רעפרענדאם אויף די עלעקשאן דינייערס, און זיי האבן מיאוס פארלוירן.

במדה שאדם מודד בה מודדין לו

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 12:26 pm

· #511528
רביה''ק זי''ע
די רעפאבליקאנער האבן געהאט א היסטארישע שטוינענדע פארלוסט דעם דינסטאג, ווען איז געוועהן דאס לעצטע מידטערם עלעקשנס וואס דער פרעזידענט'ס פארטיי האט נישט פארלוירן אינגרויסן? און דעם יאר, נישט נאר וואס דער פרעזידענט'ס פארטיי האט פארלוירן קיינע זיצן (ביזדערווייל), זיי האבן גאר געווינען מער זיצן ווי פריער (ביזדערווייל)! איך ווייס נישט וועגן אנדערע אבער איך, אלס ליבערטעריען, פלעג זיין מער אויף די רעפאבליקאנע זייט ביז זיי האבן ארויסגעגעבן די אנטי-עבארשן גזירה, אנדערע זאגן אז טראמפ איז שולדיג אויפ'ן שלעכטן אימעדש וואס די רעפאבליקאנער האבן באקומען, אזוי צו אזוי איז גאנץ מעגליך אז אין א געווענליכע מידטערם עלעקשנס וואלט זעלדין יא געוואונען. ווי אויך זאגט מיר א חבר פון לעקוואוד אז די דעמאקראטן האבן גע'גנב'ט די וואלן ווייל ער האט נישט געזעהן זעלדינ'ס צעטל אין די שטים בודקעס...
אנטי אבארשען גזירה? די קאורט האט סה"כ געזאגט אז עס איז אפ טו די סטעיטס און אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצירעדן אין דעים, וואס די אלץ ליבערטעריען וואלסטו אויך געדארפט אזוי האלטן.

גענדיגט מיט אידיעלאגיע, פראקטיש גערעדט, האבן די ריפאבליקאנער זיך באנארישט מיטן א.ג. אנטי-עבארשען-גזירה ווייל דאס מאכט זיי אויסקיקען ווי א קריסטליכע פארטיי און נישט ווי א נערמאלע רעכטע פארטיי, און דאס האט לדעתי אפגעשראקן אסאך וויילער וועלכע זענען טאקע נישט צופרידן פון די דעמאקראטן, אבער קיין שאריה-סטייל-ברית-חדשה-לאנד וויל זיי זיכער נישט.

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 12:37 pm

· #511531
מען כאפט נישט ווי נאנט זעלדין איז צו האוקל. אין די 'סווינג סטעיט' פלארידא האט דיסענטיס געוואנען ביי 20 פוינטס! און אין די טיף בלויע סטעיט ניו יארק איז זעלדין בלויז מיט 5 פראצענט אינטערשטעליג. אויב וואלט בערך 150,000 שטימען פון האוקל געגאנגען פאר זעלדין וואלט ער געוואנען, ווען א רעיס האלט אזוי נאנט קען מען נישט קומען זאגן נאכן פארלירן אז די גאנצע זאך איז געווען א טעות.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 12:39 pm

· #511532
קהל'ס נער
אנטי אבארשען גזירה? די קאורט האט סה"כ געזאגט אז עס איז אפ טו די סטעיטס און אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצירעדן אין דעים, וואס די אלץ ליבערטעריען וואלסטו אויך געדארפט אזוי האלטן.
און ווען א קאנסערוועטיוו געשטימטע געריכט גיבט ארויס א געזעץ אז האבן קנעכט איז "אפ טו די סטעיטס און די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצורעדן בלאה בלאה בלאה" וואלסטו אויך אזוי געזאגט? איך נישט. דאס איז נישט ליבערטעריעניזם נאר ליבערשט אנארכיזם, און נישט סתם אנארכיזם, נאר ריגרעסיוו אנארכיזם. !Bro, א מענטש וויל מאכן אן עבארשן, וואס איז דיין פראבלעם? אבי געמאכט א געזעץ וואס האט נישט קיין שום פשט על פי דעמאקראטיע און איז בלויז באזירט אויף רעליגיעזע אנשויאונגען. ווייסט, אויב שוין יא אנארכיזם זאל עס גיין ביידע וועגן, די גרינע סחורה אדער געי מעררידש איז זיי נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ס'איז "אפ טו די סטעיטס", דאס איז נישט ליבערטעריעניזם און אויך נישט אנארכיזם, דאס איז א קריסטליכע Theocracy ווי דו זאגסט.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 1:06 pm

· #511535

מה ענין עבדים אצל הפלות?

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 1:50 pm

· #511542
‏מ'ברויך תשובה צו טאן אויף הוצאת זעלדין לבטלה...

בשם @קטלא קניא

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 1:57 pm

· #511545
איבער די 'רויטע כוואליע'
אז נבהלו אלופי 'אדום'...

איזה נשמה » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 2:37 pm

· #511548
די גאנצע געדאנק אז מוואוט נאר מיט די חשבון אז דער קאנידטאט גייט געווינען, איז זייער קינדעריש , מדארף וואוטען פאר וואס מ'גלייבט אין. א נארמאלע מענטש וואס פארשטייט אז די וועג וואו אזוי דעמקראטען באנעמן זיך מיט קריים, וואו אזוי זיי שטיפן אריין צודרייטע זאכן אין די חינוך פון קליינע קינדער וואס ברענגט אונטער די גאנצע מענטשהייט וכו' וכו'
אז דו פארשטייסט דאס וואוטסו פאר רעפאבליקן וואס איז כאטש בעסער אין די זאכן

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 2:46 pm

· #511550
מהר"א ביי זיין תהילים/פאליטיק שיעור...

דברות קודש קילורין לעינים... לול 😂 😂 😂
📎 IMG_20221109_130812_377.jpg

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 3:29 pm

· #511551
ער האט א שטיקל פאונט. אפילו זעלדין איז שטארק אויף קריים טאקע, און אויך שטייט ער בעסער חכמי די עקאנאמיע, דאך איז די פייער געווען hyped up. מ'האט פארקויפט חינוך, די מענטשן וואס האבן גפייערט פאר זעלדין, ברענט נישט ספעציעל די חינוך. נאר ס'איז די בליק אז ער וועט ראטעווען די ביטערע מצב ווי אזוי ווי ביי טראמפ. אויב מ'וואלט געקוקט אויף זעלדין אין א פראקטישע וועג, אז קריים און עקאנאמי איז די מציאות, און נישט געדמיון'ט אז ער איז עתיד פון כלל ישראל וואלט עס נישט געווען הניח מעתיו כל קרן הצבי.

וואס שטימט נישט איז, אז טראמפיזם איז טאקע hype, אבער פון ווייסט ר' אהרן צו איידענטיציפרן hype...?

יבא בעל ה'hype ויעיד על בעל ה'hype...

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:41 pm

· #511598
לול

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 6:45 pm

· #511599
קהל'ס נער
רביה''ק זי''ע
קהל'ס נער
אנטי אבארשען גזירה? די קאורט האט סה"כ געזאגט אז עס איז אפ טו די סטעיטס און אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצירעדן אין דעים, וואס די אלץ ליבערטעריען וואלסטו אויך געדארפט אזוי האלטן.
און ווען א קאנסערוועטיוו געשטימטע געריכט גיבט ארויס א געזעץ אז האבן קנעכט איז "אפ טו די סטעיטס און די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצורעדן בלאה בלאה בלאה" וואלסטו אויך אזוי געזאגט? איך נישט. דאס איז נישט ליבערטעריעניזם נאר ליבערשט אנארכיזם, און נישט סתם אנארכיזם, נאר ריגרעסיוו אנארכיזם. !Bro, א מענטש וויל מאכן אן עבארשן, וואס איז דיין פראבלעם? אבי געמאכט א געזעץ וואס האט נישט קיין שום פשט על פי דעמאקראטיע און איז בלויז באזירט אויף רעליגיעזע אנשויאונגען. ווייסט, אויב שוין יא אנארכיזם זאל עס גיין ביידע וועגן, די גרינע סחורה אדער געי מעררידש איז זיי נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ס'איז "אפ טו די סטעיטס", דאס איז נישט ליבערטעריעניזם און אויך נישט אנארכיזם, דאס איז א קריסטליכע Theocracy ווי דו זאגסט.
מה ענין עבדים אצל הפלות?
א זאך וואס איז בעיסד אויף קאנסטיטושינעל פרייהייט רעכטן, אזוי ווי סלעווערי און רייט אוו טשאויס, איז עס די פליכט פון די פעדעראל ריגורינג דאס פראטעקאן

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:13 pm

· #511602
פון וואנעט נעמסטו דאס אז Right of choice איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע?
און בכלל יעדע זאך וואס איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע איז נאכנישט די קאנסטיטוציע!

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:43 pm

· #511609
[ציטאט אראפגענומען]
בקיצור, לויט די פאשקעוויל שרייבער האט מען געדארפט וואוטען פאר האוקעל "ווייל זי גייט מילא געווינען" (אגב, חכם לאחר המעשה אלערט)

פארשטיי איך נישט, וואס איז די פוינט פון וואוטען אויב דארף איך וואוטען פאר די געווינער?
און פארוואס זאל די געווינער מיך בכלל אנקיקען אויב זי וואלט מילא געווינען אן מיך?
לשיטתו, קען מען געהעריג צוריק גיין צי די פריץ-מאשקע עפאכע, דעמאלטס איז אסאך בעסער געוועין פאר יודן, ווייל קיינער האט נישט געוואוט אקעיגן די פריץ!

א מין טיפשות'דיגע סאwלאזער אויסברוך....

מתבודד » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:13 pm

· #511614
[ציטאט אראפגענומען]
אונטערשטער שורה: געדענקט!! מהר''א איז דער מציל הדור! אויב גייט עס גוט פאר אידן איז עס נאר ווייל מ'פאלגט אים, און אויב גייט עס שלעכט איז עס נאר ווייל מ'האט אים נישט געפאלגט!.....

שוין לאנג נישט געלאכט אזוי שטארק..

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:27 pm

· #511617
דער גאלדענער אדלער
פון וואנעט נעמסטו דאס אז Right of choice איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע?
און בכלל יעדע זאך וואס איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע איז נאכנישט די קאנסטיטוציע!
יאפ. א יעדע זאך וואס איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע איז א חלק פון די קאנסטיטוציע.

בנוגע אבארשאן איז אזוי, אין 1973 האט די סאפרים קאורט גע'פסק'נט אין די קעיס פון:

In Roe v. Wade, the Supreme Court decided that the right to privacy implied in the 14th Amendment protected abortion as a fundamental right.

אויף דעם ארויף, האט די קאורט היי יאר גע'פסק'נט אין די קעיס פון:

Dobbs v. Jackson Women's Health Organization, a landmark decision of the U.S. Supreme Court in which the court held that the Constitution of the United States does not confer a right to abortion

געזעץ, סיי פעדעראלע און סיי סטעיט, דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע. ס'דא צווי חלקים אין געזעץ, statuary law and common law, די statuary מיינט די געשריבענע געזעץ אזוי ווי קאנסטיטושינס אראפ ביז לאקאל געשריבענע געזעץ, common איז כעין תשובה ספרים, דאס מיינט אז מ'נוצט precedent געזעץ וואס איז געפסקנט געווארן אין קאורט און מ'איז מדמה מילתא למילתא. ביידע אופנים איז באזירט אויף די קאנסטיטושאן אזוי צו אזוי. אפי' די סטעיט רעכטן פאר אייגענע געזעצן גופא איז א יסוד אין די פעדעראלע קאנסטיטושאן. זעהסט דאך ביי roe vs Wade ווי מ'האט יעצט מפלפל געווען אין precedent צו די ערשטע פסק איז געווען אויסגעהאלטן קאנסטיטושינאלי אדער נישט. די עיקר צדדים זענען צו ס'איז דא א רעכט פאר פריוואטקייט אדער נעמט איבער די לעבן רעכט. פון דארט ווערט עס קאמפערט צו קאנסטיטושאן גופא, און א יעדע ריכטער טייטש עס אויס לויט זיין פארשטאנד, ווייל ער האט אויך די קאנסטיטושינאל רעכט אפ צו טייטשן געזעצן. אן אריינגיין אין די סוגיא פון אבארשאן אליינס, איז קלאר אז דאס איז א געהעריגע חקירה ווי אזוי מ'טייטש אפ די קאנסטיטושאן. אזוי א יעדע פסק. הגע בעצמך,וואס טוט א געזעץ און קאורט אויב ס'נישט א קאנסטיטוציאנאלע פראגע? אפי' א פארקינג טיקעט איז א ווייאלעישאן פון statuary law פון דעם מיוניסיפעליטי. אזוי אויך pro choice vs pro life איז א קאנסטיטוצילע שאלה.

מתבודד » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:57 pm

· #511625
נייגעריג צו ווען זעלדין וואלט געוואונען, וואס וואלט דעמאלט געווען דער טעות?
נייגעריג ווי זענען די אלע חכמים געווען פאר די עלעקשאנס שרייען וועגן דעם 'טעות'?
נייגעריג צו ר' אביגדור מילער איז אויך מושפע געווארן פון טראמפיזים?

הערטס אויף האקן אין טשייניק.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:13 pm

· #511631
[ציטאט אראפגענומען]
נארישקייטן!
אויב האוקעל וויל איז העלפן ווי איז זי געוועין ביז יעצט?
אינז זעמיר נישט איר נער, ווייז אז די טיסט פאר אינז וועלן מיר געיבן די וואוט, אינז האבן גארנישט פארלוירן פון אינדורסן זעלדין, אונז האבן דוקא פארדינט מיטן איר וויזן אז אינז קענען ארויסברעינגען מאסן מענטשן, און אויב וויל זי זיך פארזיכערן מיט איר בעינקל אין 2026 זאל זי אינז נישט איגנארירען.

דעי גאנצע מגילה פון שמעון ראלניצקי (המכונה ר.ש. כהן #בערלבעלעגלה-אלערט)
איז מיט א שלוש-שבועות-טאון-נוסח-גלות-יוד.

ולהאוקעל אמר, ניין, מיר וועלן זיך נישט לאזן פארפירן פון דיינע ספינערייען, ברעינג א רעזומעי מיט וואס די האסט געטין פאר אינז וועלן מיר דיר שטיצן, און אז נישט וועלן מיר קאמפיינען אקעיגן דיר און דיר פארשעימען בריש גליה.

און שמעון פאר דיר, אינטערעסאנט אלע רבנים זענען נאאיוו אחוץ מהר"א, ס'שמעקט אביסל ווי די האסט אג'ענדע, וואס איז גארנישט ווראנג מיט דעים, אבער ספין אינז נישט ווי כאילו די קימסט פון א ריין פראגמאטישע שטאנדפונקט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:32 am

· #511636
[ציטאט אראפגענומען]
מ'קען מיינען אז ביז איצט האט זי יא געקוקט אויף אונזער זייט. זי האט געטון וואס ס'האט איר געטויגט און זי וועט ווייטער טון ווי ס'טויגט איר.
קענסט אבער זיין זיכער אז דעמאקראטישע פירערשאפט איז אויפגעשאקעלט געווארן פון די לעצטע אלעקשאנס. חרד'ישע וואוטס זענען געווען די וואס האבן דעסיידעט די אוטקאם פון כאטש דריי קאנגרעשינאל רעיסעס: NY 17, NY 18 & NY 19. יעדע פון זיי האט געוואנען מיט עטליכע טויזענט שטימען און אין זיי קען זיך ווענדן ווער ס'האט די מעזשאריטי אין קאנגרעס. זי וועט באקומען ארדערס פון די דעמאקראטישע הויכע פענסטער זיך נישט צו פאר טשעפענען צו שטארק מיט אונז, ווייל דאס קען האבן א ווייטגרייכענדע אפעקט.

ווען נישט די זעלדין אנגעדרייעכץ וואלט קיינמאל נישט ארויסגעקומען אזויפיל אידן וואוטן און יעצט האט מען געוויזן וואס מיר זענען אומשטאנד אנצומאכן

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:17 am

· #511648
שמעון וואלף
מ'קען מיינען אז ביז איצט האט זי יא געקוקט אויף אונזער זייט. זי האט געטון וואס ס'האט איר געטויגט און זי וועט ווייטער טון ווי ס'טויגט איר.
וואו איז האוקעל געוועהן ביז יעצט?

וואס הייסט וואו? דא! זי איז אייביג דא געוועהן!

די דעמאקראטן זענען אייביג דא צוהעלפן מינארעטיס און אימיגראנטן (נישט נאר שווארצע און שפאנישע נאר א שטייגער ווי מיינע עלטערן וואס זענען ביידע אימיגראנטן) זינט די צווייטע וועלט קריג ווען טרומאן האט געפענט די טויערן פאר די אידן. און שפעטער די קענעדי-דזשאנסאן אדמינסטראציע וואס האבן געטוהן אלעס אין די וועלט צוהעלפן די רוסישע-רומענישע אידן ארויס קומען under the iron curtain פון די קאמוניסטישע רעזשים וואס האט דאן געוועלטיגט אויף אוקריינא און רומעניע (א שטייגער ווי מיין מאמעס גאנצע משפחה וואס וואס איז געבליבן שטעקן אין חוסט-מארמארוש-אוקריינא נאך די מלחמה און דורך גרויס דרוק פון די קענעדי אדמיניסטראציע אויף רוסלאנד האבן זיי געפענט די טויערן פאר צענדליגער טויזנטער אידן און זיי געלאזט ארויסגיין קיין ארץ ישראל אדער אמעריקע, מיין זיידע און זיין שוואגער און אלע זייערע קינדער האבן דאן אימיגרירט קיין ארץ ישראל און שפעטער קיין אמעריקע).

די דעמאקראטן האבן אייביג געגעבן אלע פראגראמען וואס די ארימע אידישע אימיגראנטן האבן זיך באנוצט, די רעפובליקאנער האבן אלץ געפייט מיט ציין און נעגל קעגן דעם. און נאר אזוי האבן זיי געקענט דורכלעבן. און דעריבער זענען רוב אידן אין אמעריקע דעמאקראטן ביזן היינטיגן טאג.

ביי די קאוויד געלעטער האט קיין איין איינציגע רעפובליקאנער נישט געוועלט פארדעם! וויפל געלט האבן די היימישע מוסדות באקומען? וויפל געלט איז אריינגעפלאסן געווארן צווישן אחבנ”י אין פריוואטע ביזנעסעס? וואו איז האוקעל פרעגסטו? נאכנישט געוועהן אזא געלט פארגיסונג אין די היסטאריע פון די כדור הארץ!

וואו זענען די רעפובליקאנער??? וואס האבן זיי געטוהן פאר אידן? ביז נישט לאנג צוריק האבן זיי געשריבן אין זייערע פארקס אין די סאוט “קיין אידן, קיין שווארצע, קיין הונט ערלויבט” - ממש פונקט וואס זייער גאט יאשקע האט געזאגט וויאזוי מ’דארף זיך אויפפירן צו אנדערע מענטשען…

און אז ס׳קומט שוין יא א פאליטשאון און בעט שיינערהייט פאר די וואוטס און זאגט צו א אפענע טיר, שפרינגט מען איר אין פנים אריין????

וואס זאגסטו די חסידים האבן געוויזן זייער כח?

גייטס ווייטער אזוי אן! וועלטס אריין די רעפובליקאנער, קיין תועבה וועלן ענק נישט האבן אבער קיין פודסטעמפס, מעדיקעיט, סעקשאן 8, וואוטשערס, און אלע אנדערע פראגראמען פאר די מוסדות וועלן ענק נישט באקומען!
און אויב איז דא איין כלל וואס יעדע חי׳ און בהמה אויף די וועלט האט זיך אויסגעלערענט איז:
“Don't 'Bite the Hand That Feeds You”

שמעון ראליניצקי איז הייליג גערעכט!

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די גאווערמענט, פארקערט גאר, איך באצאל שטייערן יעדעס יאר. אבער רוב היימישע אידן וואס איך קען פערזענליך, נעמען שוין איינמאל און קענען נישט דורכלעבן אנדעם!

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:18 am

· #511650
ווען נישט די זעלדין אנגעדרייעכץ וואלט קיינמאל נישט ארויסגעקומען אזויפיל אידן וואוטן און יעצט האט מען געוויזן וואס מיר זענען אומשטאנד אנצומאכן

אמת. די שאלה איז אבער, ווער פארדינט פין דעם? אפאר יחידים אנדרייערס, אדער אונז אלץ א כלל.

עסקן בדברים » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:19 am

· #511651
פרעגן אויב זעלדין איז געווען א טעות איז די זעלבע ווי פרעגן אויף א חולה ואס מ' האט אריינגעפירט אין שפיטאל מיט שמאלע chances עס צו דורכמאכן, און ער האט עס נעבך נישט דורכגעמאכט, אויב ס' געווען א טעות איהם אריינצופירן אין שפיטאל.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:37 am

· #511652
שבת אחים
די דעמאקראטן האבן אייביג געגעבן אלע פראגראמען וואס די ארימע אידישע אימיגראנטן האבן זיך באנוצט, די רעפובליקאנער האבן אלץ געפייט מיט ציין און נעגל קעגן דעם. און נאר אזוי האבן זיי געקענט דורכלעבן. און דעריבער זענען רוב אידן אין אמעריקע דעמאקראטן ביזן היינטיגן טאג.

ביי די קאוויד געלעטער האט קיין איין איינציגע רעפובליקאנער נישט געוועלט פארדעם! וויפל געלט האבן די היימישע מוסדות באקומען? וויפל געלט איז אריינגעפלאסן געווארן צווישן אחבנ”י אין פריוואטע ביזנעסעס? וואו איז האוקעל פרעגסטו? נאכנישט געוועהן אזא געלט פארגיסונג אין די היסטאריע פון די כדור הארץ!

וואו זענען די רעפובליקאנער??? וואס האבן זיי געטוהן פאר אידן? ביז נישט לאנג צוריק האבן זיי געשריבן אין זייערע פארקס אין די סאוט “קיין אידן, קיין שווארצע, קיין הונט ערלויבט” - ממש פונקט וואס זייער גאט יאשקע האט געזאגט וויאזוי מ’דארף זיך אויפפירן צו אנדערע מענטשן…
און אז ס׳קומט שוין יא א פאליטשאון און בעט שיינערהייט פאר די וואוטס און זאגט צו א אפענע טיר, שפרינגט מען איר אין פנים אריין????

וואס זאגסטו די חסידים האבן געוויזן זייער כח?

גייטס ווייטער אזוי אן! וועלטס אריין די רעפובליקאנער, קיין תועבה וועלן ענק נישט האבן אבער קיין פודסטעמפס, מעדיקעיט, סעקשאן 8, וואוטשערס, און אלע אנדערע פראגראמען פאר די מוסדות וועלן ענק נישט באקומען!
און אויב איז דא איין כלל וואס יעדע חי׳ און בהמה אויף די וועלט האט זיך אויסגעלערענט איז:
“Don't 'Bite the Hand That Feeds You”

שמעון ראליניצקי איז הייליג גערעכט!

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די גאווערמענט, פארקערט גאר, איך באצאל שטייערן יעדעס יאר. אבער רוב היימישע אידן וואס איך קען פערזענליך, נעמען שוין איינמאל און קענען נישט דורכלעבן אנדעם!
אין הכי נמי אמאל זענען די דעמאקראטן גוט געווען פאר יודן, למעשה היינט זענען זיי נישט גוט און ווערן שוין אנטי ישראל און אנטיסעמיטיש געשטימט און זיי נעמען אריין די גאנצע לאנד אין ערד אריין (איי קאוד נאט קעיר לעסס עבאוט תועבה, פון מיין זייט קענען זיי ליגעליייזען אשת איש און משכב בהמה אויך).

לגבי קאוויד, לא מעוקצך ולא מדובשך, מיר דארפן נישט זייער געלטער ווען די פרייז פאר דעם איז געווען לאזן שטארבן אסאך עלטערע יודן, זיין איינגעשפארט אינדערהיים, אונטערברענגען ביזנעסעס וכו', היינו דאמרי אינשי Thanks, No thanks.

אין הכי נמי די אמאליגע ריפאבליקאנער זענען געווען ראסיסטן, למעשה די היינטיגע זענען נישט, פארקערט, די דעמאקראטן זענען גאר די ראסיסטן.

און אז האוקעל בעהט א וואוט אן גארנישט געבן פאר אונז אויף צי באקומען אונזער וואוט, קומט איר א הילכיגן פראסק אין פנים אזויווי זי האט טאקע באקומען למען ישמעו ויראו, מיר זענען מער נישט קיין צאן-לטבח'ניקעס, אונז האמיר שוין אמאל געטרייט די מהלך און ס'האט זיך אויסגעלאזט זייער ביטער.

אוודאי האבן אונז געוויזן אינזער כח, שטערקער פון משה דוד נידערמאן אדער וועלכע עסקן'ס עסקנות, איז אריין אדער ארויס וואוטען א פאליטישאן, ווען א פאליטישאן ווייסט אז זיין בענקל ליגט ביי אינז כחומר ביד היוצר שטעלט ער זיך פיין צו.

יעצט פוד סטעמפס מיט אלע פראגראמען גייט נישט אוועק, ווען די רעפאבליקאנער ווילן עס ווען אוועקנעמען וואלט זיי עס שוין געקענט טוהן אינטער טראמפ.

יעצט וועגן פאנדינג פאר די מוסדות, אויב די רעפאבליקאנער קומען קומט סקול טשויס, וואס דאס איז אסאך אסאך מער געלט פון די אלע ביינדלעך וואס מען ווארפט אינז צו.

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:00 am

· #511656
ביז היינט האט אונזער וואוט נישט אויסגעמאכט, האט מען פראבירט צו מאכן כאילו עס טוט אויף, האט מען געוואוט פאר דער וואס גייט געווינען. היינט אבער מאכט עס שוין יא אויס.

ר' אהרן פארשטייט באמת נישט פארוואס קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער פארשטייט, נאר ער האט געוואוסט אריין צו פליקן האוקלען אין פנים, כאילו זי וואלט געוועהן "פאפא רב זאגט א קלוגע זאך" סינדראם, הייבט נישט אהן צו וויסן אז מען טוט נישט אזוי. אבער נאכדעם וואס זי האט אים צוגעזאגט אפצווישען א חוב, איז עס געווארען דער חוב פון גאנץ כלל ישראל צו גיין פאר האוקעל. איז ער באמת קליינקעפיג? לעבט אין זיינע ד' אמות, הוא ואפסו ואין עוד.

אונז זענען אלע די זעלבע טראמפיסט וואס ער איז געוועהן פאר די הבטחה.

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:11 am

· #511657
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע זאך. לאז אפ די זעלדין האוקל שטותים, ס'איז א פארגאנגענהייט. איך ווייס נישט צו די עולם באמערקט דא ווי א פראמינענטע עסקן ואיש ציבור שרייבט אפן אז די רבנים לאזן זיך פארפירן און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל. שמעון, אז דו ביסט עס שוין יא מודה ברבים האב איך וויכטיגערע זאכן צו דיסקוסירן, זאכן וואס אפעקטירן אונזער אידישע חיי יום יום, וואס איז נאר דיקטירט דורך אפאר רבנים וואס האבן זיך געלאזט איינרעדן...

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:31 am

· #511659
[ציטאט אראפגענומען]
וואו האט ער עס געשריבן?

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:42 am

· #511660
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
וואו האט ער עס געשריבן?
https://www.yiddish24.com/analysis/146/72785

אונטער חכם » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:47 am

· #511663
ווען וואוטן פאר זעלדין וואלט געווען אן איינמאליגע זאך, וואלט עס נישט געווען קיין גרויסע פראבלעם, אבער ווען עס קומט נאך א סליווע געווינס אין בארא פארק, און א לאולער געווינס אין מאנסי, ווייזט עס אז דעמאקראטן קענען סייווי נישט באקומען אונזער שטימע, לפחות אין בארא פארק און אין מאנסי, עס בלייבט נאר קר''י און ניו סקווער און אפשר וויליאמסבורג, סאו רוב פון אונזער בלאקוואוט איז אינדערערד.

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:48 am

· #511664
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע זאך. לאז אפ די זעלדין האוקל שטותים, ס'איז א פארגאנגענהייט. איך ווייס נישט צו די עולם באמערקט דא ווי א פראמינענטע עסקן ואיש ציבור שרייבט אפען אז די רבנים לאזן זיך פאפירן און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל. שמעון, אז די ביסט עס שוין יא מודה ברבים האב איך וויכטיגערע זאכן צו דיסקאסירן, זאכן וואס אפעקטירן אונזער אידישע חיי יום יום, וואס איז נאר דיקטירט דורך אפאר רבנים וואס האבן זיך געלאזט איינרעדן...
אוי איז דאס אמת.

ולא עוד, ווען עס ווערט זיכער אז זיי האבען יא געמאכט א טעות, זענען זיי דער גרעסטער בעיביס און וועלען קיינמאל נישט מודה זיין אז זיי האבען געמאכט א טעות.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:55 am

· #511665
דער ראלניצקי ליידט געפערליך אויפן איך-בין-אויף-די-געווינער-זייט-סינדראם.

פארוואס האט מען געדארפט וואוטען פאר האוקעל, ווייל זי גייט געווינען....

ער פייערט זיג צוזאמען מיט מייק לאולער פארן געווינען, האלאו לשיטתך האט מען נישט געטארט וואוטען פאר מייק לאולער, פאר די זעלבע נערישע סיבה פארוואס מען טאר נישט וואוטען אקעגן האוקעל, איז וויאזוי פייערסטו זיג מיט לאולערס געווינס?

שמעון אינז ווייס מיר אלע אז דו ביסט א טראול, אמאל האסט דיך פאררעדט אויף קול מבשר, אז זלמן האט דיך געהייערט צי זיין די דעמאקראט ווייל ס'שוין דא צופיל רעפאבליקאנער אויף קאלמע-וואסער......

לאל, נו לצורך פרנסה.... קען איך נישט האבן טענות, אבער טראול מיר נישט מיט דיין רבי'ס ווייטע בליק, און אז די אנדערע רבי'ס האט מען פארדרייט א קאפ, ווייל ווי עצי שטים זאגט איינמאל דו ביסט שוין מודה אז מען פארדרייט א קאפ פאר די רבי'ס, איז די גאנצע רבי אויטאריטעט Over.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:13 am

· #511666
שמעון אינז ווייס מיר אלע אז דו ביסט א טראול, אמאל האסט דיך פאררעדט אויף קול מבשר, אז זלמן האט דיך געהייערט צי זיין די דעמאקראט ווייל ס'שוין דא צופיל רעפאבליקאנער אויף קאלמע-וואסער......
איינער אישי'ט מיך אז דעי מעשה איז געוועהן מיט פעלזן, נישט מיט ראלניצקי.
ואתכם הסליחה.

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 12:48 pm

· #511670
קהל'ס נער
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
וואו האט ער עס געשריבן?
https://www.yiddish24.com/analysis/146/72785
אויף קאלמע זאגט ער נישט דאס וואס @אנאנים האט נאכגעשריבן בשמו.

שאלתיאל » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:12 pm

· #511673
.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 6:38 pm

· #511869
קהל'ס נער
שבת אחים
די דעמאקראטן האבן אייביג געגעבן אלע פראגראמען וואס די ארימע אידישע אימיגראנטן האבן זיך באנוצט, די רעפובליקאנער האבן אלץ געפייט מיט ציין און נעגל קעגן דעם. און נאר אזוי האבן זיי געקענט דורכלעבן. און דעריבער זענען רוב אידן אין אמעריקע דעמאקראטן ביזן היינטיגן טאג.

ביי די קאוויד געלעטער האט קיין איין איינציגע רעפובליקאנער נישט געוועלט פארדעם! וויפל געלט האבן די היימישע מוסדות באקומען? וויפל געלט איז אריינגעפלאסן געווארן צווישן אחבנ”י אין פריוואטע ביזנעסעס? וואו איז האוקעל פרעגסטו? נאכנישט געוועהן אזא געלט פארגיסונג אין די היסטאריע פון די כדור הארץ!

וואו זענען די רעפובליקאנער??? וואס האבן זיי געטוהן פאר אידן? ביז נישט לאנג צוריק האבן זיי געשריבן אין זייערע פארקס אין די סאוט “קיין אידן, קיין שווארצע, קיין הונט ערלויבט” - ממש פונקט וואס זייער גאט יאשקע האט געזאגט וויאזוי מ’דארף זיך אויפפירן צו אנדערע מענטשן…
און אז ס׳קומט שוין יא א פאליטשאון און בעט שיינערהייט פאר די וואוטס און זאגט צו א אפענע טיר, שפרינגט מען איר אין פנים אריין????

וואס זאגסטו די חסידים האבן געוויזן זייער כח?

גייטס ווייטער אזוי אן! וועלטס אריין די רעפובליקאנער, קיין תועבה וועלן ענק נישט האבן אבער קיין פודסטעמפס, מעדיקעיט, סעקשאן 8, וואוטשערס, און אלע אנדערע פראגראמען פאר די מוסדות וועלן ענק נישט באקומען!
און אויב איז דא איין כלל וואס יעדע חי׳ און בהמה אויף די וועלט האט זיך אויסגעלערענט איז:
“Don't 'Bite the Hand That Feeds You”

שמעון ראליניצקי איז הייליג גערעכט!

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די גאווערמענט, פארקערט גאר, איך באצאל שטייערן יעדעס יאר. אבער רוב היימישע אידן וואס איך קען פערזענליך, נעמען שוין איינמאל און קענען נישט דורכלעבן אנדעם!
אין הכי נמי אמאל זענען די דעמאקראטן גוט געווען פאר יודן, למעשה היינט זענען זיי נישט גוט און ווערן שוין אנטי ישראל און אנטיסעמיטיש געשטימט און זיי נעמען אריין די גאנצע לאנד אין ערד אריין (איי קאוד נאט קעיר לעסס עבאוט תועבה, פון מיין זייט קענען זיי ליגעליייזען אשת איש און משכב בהמה אויך).

לגבי קאוויד, לא מעוקצך ולא מדובשך, מיר דארפן נישט זייער געלטער ווען די פרייז פאר דעם איז געווען לאזן שטארבן אסאך עלטערע יודן, זיין איינגעשפארט אינדערהיים, אונטערברענגען ביזנעסעס וכו', היינו דאמרי אינשי Thanks, No thanks.

אין הכי נמי די אמאליגע ריפאבליקאנער זענען געווען ראסיסטן, למעשה די היינטיגע זענען נישט, פארקערט, די דעמאקראטן זענען גאר די ראסיסטן.

און אז האוקעל בעהט א וואוט אן גארנישט געבן פאר אונז אויף צי באקומען אונזער וואוט, קומט איר א הילכיגן פראסק אין פנים אזויווי זי האט טאקע באקומען למען ישמעו ויראו, מיר זענען מער נישט קיין צאן-לטבח'ניקעס, אונז האמיר שוין אמאל געטרייט די מהלך און ס'האט זיך אויסגעלאזט זייער ביטער.

אוודאי האבן אונז געוויזן אינזער כח, שטערקער פון משה דוד נידערמאן אדער וועלכע עסקן'ס עסקנות, איז אריין אדער ארויס וואוטען א פאליטישאן, ווען א פאליטישאן ווייסט אז זיין בענקל ליגט ביי אינז כחומר ביד היוצר שטעלט ער זיך פיין צו.

יעצט פוד סטעמפס מיט אלע פראגראמען גייט נישט אוועק, ווען די רעפאבליקאנער ווילן עס ווען אוועקנעמען וואלט זיי עס שוין געקענט טוהן אינטער טראמפ.

יעצט וועגן פאנדינג פאר די מוסדות, אויב די רעפאבליקאנער קומען קומט סקול טשויס, וואס דאס איז אסאך אסאך מער געלט פון די אלע ביינדלעך וואס מען ווארפט אינז צו.

נישט צום גלייבן וואו טראמפ האט ענק געפירט, וויפל שקרים וכזבים דו שרייבסט דא, פראפאגאנדא, ליגענט, ווי די היינטיגע רעפובליקאנער זענען גוט פאר אידן בשעת זיי זענען אפען אנטיסעמיטיש געשטימט, און דו רופסט די היינטיגע דעמאקראטן אנטיסעמיטש געשטימט ווייל געוויסע לינקע דעמאקראטן האלטן ווי אלע לינקע אין מדינת ישראל, און ווי שמעון פרס און יצחק ראבין.

ווער האט מארשירט אין שארלטאסוויל און געשריגן “The Jews will not replace us”.
פאר וועלכע פארטיי האבן די נעא-נאציס קאמפיינט?
Kanye West איז א דעמאקראט אדער א רעכטע טראמפיסט מיט א רויטע MAGA היטל?
Marjorie Taylor Greene וואס שפייט יעדען טאג אויס נייע אנטיסימיטשע בלוט בלבולים אז אידן האבן אנגעצינדן די וואלד-פייערן אין California איז א דעמאקראט?

בד״וו לויט א לעצטיגע פאול האלטן איבער זיבעציג פארצענט פון אידן אין אמעריקע אז די היינטיגע רעפובליקאנער פארטיי איז אנטיסעמיטיש געשטימט. און איבער זיבעציג פראצענט פון אידן זענען דעמאקראטן.

די שטותים און ליגענט וואס דו שרייבסט וועגן קאוויד, און פודסטעמפס. רחמנא ליצלן!

איך האלט אינמיטן שרייבן א ענטפער, א לענגערע ארטיקל וואו איך וועל צונעמען דיין תגובה און ווייזן פאר יעדען וואס וויל זעהן דעם אמת וואס פארא א באבל די היינטיגע טראמפיסטן לעבן אין. ווי ביי קאוויד האבן “די דעמאקראטן געלאזט שטארבן עלטערע אידן” וכדומה.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 6:39 pm

· #511870
.

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 6:44 pm

· #511872
😂 😂

ווער האט אויפגעוועקט דעם בער פון שלאף???

@שבת, איין נקודה נאר. יעדע גוי - צו ער זאגט עס צו נישט - האט אונז נישט איבעריג ליב. די ווירדן אבער פון רעפובליקאנער זענען נענטער צו אונזערע ווי די לינקע.
און יא; די שיטה ביי די לינקע איז אז אן אלטן קראנקן מענטש האט שוין נישט פארוואס צו לעבן. האלסט אויך אזוי?

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:12 pm

· #512008
די ארונים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען 'ויהי ממחרת' ווי זיי פייערן זיג מיט גרויס פאמפע.

די זאליס האבן נארוואס ארויסגעגעבן א קאנטער-קונטרס וויירשיינליך אפצושלאגן די ארוינישע קונטרס.
📎 1_5148143690149003985.pdf 📎 דעם רבינ'ס מיליטער.pdf
בלאט: 1 2