קהל'ס נעראיז לאמיר דיר אביסל דיבאנקן.דער עולם וויל פארשטיין פארוואס איך עקשן מיך אזוי שטארק, נישט ארויסצישרייבן די ז' ווארט,
ובכן, וואס זענען די טשאנסעס אז ז' זאל געווינען? בערך 50%
וואס זענען די טשענסעס צי געווינען די לאטערי? בערך א 2 ביליאנסטעל טשענס
וואס זענען די טשענסעס אז @אנאנים אויב געווינט ער די לאטערי זאל ער געיבן די געלט פאר די וואס האבן געשריבען ז'? קרוב לאפס, נישט ווייל איך האלט חתם'ל פאר א גנב, נאר ווייל הלכה'דיג האט ער נישט קיין שום חיוב אינז צי געיבן די געלט, ער קענען טענה'ן משטה אני בך, און אסמכתא לא קניא.
יעצט רעכן צאם דאס (@מי אני, נעם ארויס דיין סייענטיפישן קאלקיולעיטער).
די טשענסעס פון ז' זאל געווינען + די טשענסעס צי געווינען די לאטערי + די טשענסעס אז חתם סופר וועט אינז געיבן די געלט
=זיראו מיט א קעפיטעל זי"ן
בעצם זענען די טשענסעס שוין אין די נעגעטיוו נומער טערעטאריע נאר די קאלקיולעיטער ווייסט נישט וויאזוי מען רעכנט דאס.....
קודם כל איז די שאנס צו געווינען די לאטערי נישט קיין צוויי ביליאנסטעל שאנס נאר א איינס פון 292 מיליאן שאנס, עיין בגוגל. היבש ווייניגער ווי דיין שאצונג.
ועוד, עס שטייט בכלל נישט אין די תנאי אז זעלדין מוז געווינען, די קאוד אריינצוגיין אונעם גורל איז די ווארט זעלדין, אבער אפילו ער פארלירט גייט ווייטער אהן די דיל.
יעצט דאס אז די טענה'סט אז חתם סופר וועט נישט געבן דאס געלט איז אזוי.
קודם כל, אויב געבט ער נישט דאס געלט וועט ער שוין נישט קענען מער שרייבן מיט זיין ניק דא אין שטיבל ווייל ער וועט ווערן די קאווע שטיבל גנב, און ער זיכט דאך דאס נישט. פאר דעם אליין וועט זיך אים לוינען צו געבן דאס געלט.
ועוד, ער וועט בלייבן מיט געניג מעלוינעס פאר זיך אז עס לוינט זיך נאכאלטס פאר דעם צו זיין א איש אמת. ס'נישט אזוי ווי ער פארלירט אלעס...
ועוד, ער וועט מיט דעם קענען מגלה זיין די כאפטע קאלעגע ניקים... פאר דעם אליין לויט זיך אוועקצוגעבן ס'געלט.
ועוד, ער טראגט אזא הייליגע נאמען ווי די חתם סופר איז זיכער נישטא קיין שום סרח חשש.
איז רעכן יעצט צאם פון פריש.
זעלדין מוז בכלל נישט געווינען... חת"ס וועט זיכער געבן די געלט אויב ער געווינט. נא בלייבן מיר מיט א געווענטליכע געהעריגע שאנס פון איינס אין 292m אזוי ווי יעדע לאטערי. מילא אנדערע לאטעריס פארלירט מען זיכער צוויי טאלער. אבער דא קאסט דאך עס גארנישט, איז פארוואס נישט ארויסשרייבן דעם פריקן ווארט זעלדין פאר א גוט קוויטל?
