☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מועמד אגודת ישראל לכנסת - יצחק גולדקנופף

מועמד אגודת ישראל לכנסת - יצחק גולדקנופף

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15619

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 12:49 am

· #511236
מועמד אגודת ישראל לכנסת - יצחק גולדקנופף
יצחק גולדקנוף, 71, איז באשטימט געווארן דורך האדמו”ר מגור אלס די נציג הראשי פון אגודת ישראל אינעם כנסת אויפ’ן פלאץ פון יענקל ליצמן.
גולדקנוף איז א שוואכע פאליטיקאנט און די מידיא מאכט א לעבן אויף זיינע אומפראפעסניאלע און אומבאלומפערטע סטעיטמענט’ס, בעת וואס אינערהאלב די אגודה איז מען פארנומען אפווישן נאך זיינע טעותים.

איינס אזא דוגמא איז געווען ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי א כינוס פון חסידי מרכז וויזניץ צו מעורר זיין מ’זאל ארויסגיין שטימען, האט ער אנגעפאנגן זיין דרשה ”נכנסתי לר’ מענדעלע...” די עולם האט אריינגעשריגן און מוחה געווען און דארט האט זיך די כינוס געענדיגט...
נאך פארהאנדלונגען אויף די גרויסע חוצפה האט די רבי מודיע געווען אז ער איז ’מוחל’ און מ’מעג/דארף ווייטער שטיצן אגודה.

א אנדערע סטעיטמענט וואס האט געמאכט די העדליינס איז געווען ווען ער האט פראקלאמירט אז צו לערנען תורה איז שווערער ווי פארן סאלדאט צו ארויסגיין אויפן פראנט.

נאך טענה’עט גולדקנוף אז די סיבה פארוואס די סקרים געבן נידריגע נומערן פאר חרדים איז פשוט צוליב דעם וואס חרדים הייבן נישט אויף די טעלעפאן אויס מורא אז ס’איז די מקבצי מס הכנסה... פארשטייט זיך אז די תקשורת האט זיך באלעקט די פינגער מיט די שטארקע דברי חכמה.

זיי זענען עס מסכם אזוי:אם תשאלו את גולדקנופף עצמו, היו"ר החדש של יהדות התורה ושר השיכון המיועד, הוא מן הסתם יגדיר את עצמו בארבע מילים שמקפלות בתוכן הכל: חייל של האדמו"ר מגור!

האף איך נאר אז גור’ער רבי האט א גוטע יחידת חילוץ.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 12:18 pm

· #511253
מתבודד

זיין פלאפ ביי מרכז וויזניץ דערמאנט מיך פון א גוט ווערטל. נאר איכ'ל עס פארציילן אין מילתא דבדיחותא...!

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 12:52 pm

· #511260
וואס האט ליצמאן חוטא געוועהן?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 12:53 pm

· #511261
דו קענסט פרעיגן דעם כעבן. וואס האט ר' שאול חוטא געווען?!

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 1:11 pm

· #511263
היסטאריע
וואס האט ליצמאן חוטא געוועהן?
בעבר היה נהוג שנציגי חסידות גור הדומיננטים מוחלפים על ידי האדמו"רים לדורותיהם כל שתי קדנציות – וכך אכן נעשה עד 1999. אלא שמאז, מסיבות לא ברורות ובלי שינוי מדיניות מוצהר, כיהן מטעמה במשך 23 שנה ברציפות יעקב ליצמן – 18 מהן כיו"ר יהדות התורה וכפנים של המפלגה. כעת, כאמור, לאחר התפטרותו מהכנסת בעקבות הרשעתו בהפרשת אמונים, הסדר הטיעון בעניינו ופרישתו מהחיים הפוליטיים, בחר הרבי מגור בגולדקנופף כמחליף
פון דא https://m.ynet.co.il/articles/b111n4uzsj

שאלתיאל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2022 5:43 pm

· #511486
גולדקנופף איז א מתנה וואס הערט נישט אויף געבן, בעיקר שטאף, פאר ''ארץ נהדרת''...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:20 pm

· #514329
Re: מועמד אגודת ישראל לכנסת - יצחק גולדקנופף
[ציטאט אראפגענומען]
[emoji1787][emoji1787]
דאס נעמט אויך אריין די פעל אויף די טילאפ פון די כ"ק אדמו"רס ווי אויך די האריגע טלית בייטלעך??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 6:52 pm

· #514353
דער גאלדענער אדלער: אם כבר ב'פעל עסקינן. האסטו פארגעסן פן די גאונים וקדושים (הגה"ק)? היינט איז דאס שוין מער אין סטייל. כ"ק (ק*ק) אדמו"ר איז שוין א ביסל פארצייטיש....!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 7:10 pm

· #514355
Re: מועמד אגודת ישראל לכנסת - יצחק גולדקנופף
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: אם כבר ב'פעל עסקינן. האסטו פארגעסן פן די גאונים וקדושים (הגה"ק)? היינט איז דאס שוין מער אין סטייל. כ"ק (ק*ק) אדמו"ר איז שוין א ביסל פארצייטיש....!
קו"כ כ'בין נאך א פארצייטערישער, און נאכדעם, כ'האב טאקע געשריבן כ"ק אבער געמיינט האב איך עפעס אנדערש נאר כ'גלייך נישט ווען אונזער חשובער @אנאנים ברויך נאכווישן נאך מיר

Sent from my SM-G991U using Tapatalk