☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס די רבנים אינדארסירן האוקעל?

פארוואס די רבנים אינדארסירן האוקעל?

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15615

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 10:03 pm

· #511105
פארוואס די רבנים אינדארסירן האוקעל?
פארוואס האבן סאטמארער רבי (מהר"א) און סקווירא רבי (שיכון) אינדארסירט האוקעל?

ס'קאכט זיך אין די גאסן יעצט, פארוואס האבן די רבנים אינדארסירט האוקעל, אמער זי איז דאך די פאן טרעגער פון די גזירת החינוך, (עכ"פ גארנישט געטון אקעגן דעם), נישט פארדאמט די העסליכע ארטיקעל פונעם געוועזענעם צייטונג די נ.י. טיימס, זיי וואלטן געדארפט אינדורסירן זעלדין בפה מלא, וויבאלד ער האט קלאר געזאגט אז ער וועט מבטל זיין די גזירה.

די בהמות צווישן אונז ענטפערן, דו פארשטייסט נישט צי פאליטיק, וויבאלד זי גייט (סאפאוזעלי) עניוועי געווינען וויל מען זיין אויף איר גוטע זייט.
דאס איז מופרך מעיקרא, וויבאלד זי זעהט אז זי קען טון וואס זי וויל און אונז וואוטען נאך אלץ פאר איר, פארוואס זאל זי לייגן א האלבע פינגער אין וואסער פאר אונז?

די ציניקער צווישן אונז ענטפערן, הכסף יענה את הכל, זי האט זיי צוגעזאגט געלד אין אויסטויש פאר א אינדארסירונג.
וואס קען טאקע אויך זיין אמת.

אבער איך קהל'ס בן שרה סאשע שרייט, ס'גייט סאך אסאך טיפער פון דעם.

ס'דא א טאקטיק וואס אלע דיקטאטורן נוצן צו האלטן די פאלק אויף זייער זייט, איז צי טרעפן א קאממאן שונא פון ביידע, און אנלייגן אלע צרות אויף יענעם, איי די דיקטאטור מאכט אויכעט צרות? אבער יעצט איז נישטא קיין צייט פאר דעם, ערשט דארף מען געווינען די גרויסע שונא דערנאך וועלן אונז זיך שוין מסדר זיין צווישן אונז. עיין ערך עזה, איראן וכו'. די פירער פון די לענדער וועל קיינמאל נישט שלום מאכן מיט ישראל, נישט ווייל זיי האבן א אידיאלאגיע וואס לאזט נישט, נאר פאר זייער א פראקטישע סיבה, די סעקונדע וואס זיי מאכן שלום מיט ישראל וועט דאס פאלק זיך נעמען איבער די ביינער פון זייערע פירער, ווייל די קאממאן שונא איז דאך שוין נישטא, ממילא קען מען יעצט שוין מלחמה האלטן מיטן לאקאלע שונא.

און דאס האבן אונזערע רבנים משיג געווען. ווילאנג ס'דא א גזירת החינוך, אונז האבן א קאממאן שונא, איז נישטא קיין צייט זיך צו שלאגן מיט אונזער פירערשאפט, וויבאלד אונז דארף מיר א פאראייניגטע כח אקעגן די קאממאן שונא, הלא הם, די גזירת החינוך, מילא קען מען טראסקענען פון מוסדות ואין פוצה פה, אמער יעצט איז דאך א שעת מלחמה, מען מוז זיין פאראייניגט.
וואס וועט אבער זיין אויב זעלדין געווינט? איז מער נישטא קיין קאממאן שונא, וועט די עולם אינטערווארפן די פירערשאפט.
והיינו טעמא דציונות, והיינו טעמא דאינטערנעט.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 10:33 pm

· #511108
אין וועלעכע חסידישע מוסד האסטו באקריגן אזא גוטע סעקולאר עדיוקאציע מיט א מעידזשאר אין פאליטיקעל סייענס?

צוזאמגעדרייט » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 11:20 pm

· #511116
@קהל'ס נער, מאך זיי נישט קלוגער ווי זיי זענען.

כ'האב מיר שוין אן אלטן אידיאלאגיע, אז יעדעס פיגור, אויב איז ער סוקסעספול, דאס מיינט ער האט מאכט, מענטשן אונטער זיך, אסאך געלט וכדו', וועט דער עולם אריינלערנען פשט אין זיי ווי כאילו זיי האבן איינשטיין קעפ. טיילמאל קענען זיי ניטאמאל טראכטן גראד, און זיכער נישט טראכטן חשבונות וואס צוויי טויזנט מענטשן שפעקולירן צוזאמען.

למשל א קאנדידאט וואס שלעפט ארויס אן היסטארישן געווינס, וועט מען טייל מאל צושרייבן צו א געלונגענע קלוגע אויסגערעכנטע סטראטעגיע, ווען באמת איז דאס בלויז געווען מזל.

הגם ס'זענען דא מענטשן מיט גוטע ראטגעבער און געפעפערטע חשבונות, איך וואלט אבער נישט אריינגעלייגט די רבנים אין די כלל. זיי האבן בלויז גע'ירש'נט א פיקס-פארטיגע קולט וואס האט זיך אנטוויקלט דורך צעבראכענע איבערלעבער אינאיינעם מיט'ן ווילן צו סערווייוון.

למען הליצנות 10 פוינטס!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 11:25 pm

· #511118
דאס איז לכאורה די קלוגסטע פתיחת אשכול אין די היסטאריע פון קאווע שטיבל. פשוט אין מילים.

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 12:39 am

· #511127
אפאר פאקטן וואס מען מוז ארויסברענגען.

קודם כל איז דאס מאכן זעלדין פאר די רעטער פון די גזירת החינוך און מאכן האוקעל פאר די שלעכטע גוזר גזירות פשוט נישט ריכטיג. די גאנצע גזירת החינוך האט זילטש מיט די גאווענערס אפיס, עס האט אך ורק מיט די באורד אוו עדיוקעישן. האוקעל איז א דעמאקראט און זוכט נישט צו בלייבן פאליטיש קרח מכאן ומכאן. זי קען זיך נישט אפיציעל צורייסן מיט די ניו יארק טיימס און זי מוז בלייבן אויף די גוטע זייט פון די לינקע פליגל אינעם פארטיי. זי דארף זיי וויכטיגער ווי זי דארף אונז. ווידערום זעלדין האט נישט וואס צו פארלירן, ער האקט אויף אלעס און אלעמען, סך הכל דארף ער נאר אריבערכאפן די מעסיגע דעמאקראטן, ער קען שלאגן כפרות מיט די לינקע ניו יארק טיימס, ער איז ממילא אין קאמף מיט זיי. די פארווע בריוו פון האוקעל איז אין א געוויסע זין אסאך מער ווערד ווי די אלע שארפע רעטאריק פון זעלדין.

זעלדין וועט קענען פונקט אזוי פיל אויפטון אויף אונזער חינוך ווי האוקעל האט אויפגעטון. די מציאות איז אז זי האט געטון וואס זי האט געקענט. זי האט פראבירט נישט צו אינפארסירן די גיידליינס, און אפילו געבעטן די קאמיטע אפצולייגן די נייעס פון די נייע רעגולאציעס אויף נאך די וואלן, און זיי האבן זיך פשוט אנגעפיפן אויף איר. דאס ווייזט אז זיי האבן די גאנצע מאכט איבער די חינוך.

און בכלל איז מער מסתבר אז די לינקע באורד וועט זיין מער וויליג צו האנדלען מיט א דעמאקראט, און נישט וועלן געבן קיין זיג פאר זעלדין אז ער זאל קענען מיט דעם אריבערגעווינען אלע חסידים צו זיין זייט.

און ס'נישט אז האוקעל איז עפעס א געפערליכע אידן פיינט אדער ארכי ליבעראל ווי מאנכע פראבירן איר אראפצומאלן. סך הכל איז זי א מעסיגע דעמאקראט און די עסקנים האבן גוטע קשרים מיט איר. למעשה האט זי א רעקארד וואס מען קען פאקטיש בויען דערויף און זעלדין גיבט נאר הבטחות.

פארשטייט זיך אז ווען עס קומט צו די סאמע וויכטיגסטע זאך פון חינוך וואלט מען יא געדארפט קוקן אויף ווער עס שטעלט זיך למעשה ארויס לטובתינו,עכ"פ וויפיל ער קען, אפילו זיין ווערטער וועלן גארנישט אויפטון. און טאקע וועגן דעם אינדארסירן רוב מוסדות און רבנים יא זעלדין. די קעפל דא וואס מאכט עס אויסקוקן ווי יעדער אינדארסירט האוקעל (און אויך די אנאנס אויפן פאדערשטן דעקל פון "די צייטונג") אז 'די רבנים' (אדער כלשון הדי צייטונג "אלע רבנים") איז מיסלידינג. חוץ פון סקווירא און סאטמאר מהר"א ווייס איך נישט ווער נאך האט אינדארסירט האוקעל.

פון די אנדערע זייט אבער האט האוקעל פאקטיש א גרעסערע שאנס צו געווינען לויט ווי עס זעט אויס. און אויב געווינט זי טאקע איז אייביג גוט צו האבן איין אדער צוויי קהילות וואס וועלן האבן א אפענע טיר ביי די אדמיניסטראציע, נאך וואס זי ווייסט אז זיי האבן איר געשטיצט אין די שמאלע פארמעסט. אזוי אז די קהילות וואס שטיצן זעלדין וועלן אויך קענען האבן א וועג אריין.

דיין קאנספיראציע אז זיי שטיצן האוקעל ווייל זיי ווילן א גזירת החינוך קויף איך נישט ממש אפ. פשוט ווייל ווער עס גייט זיין גאווערנער וועט גאר ווייניג אפעקטירן די גזירת החינוך.

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 12:45 am

· #511129
די מיסלידינג "די צייטונג"
📎 Screenshot_20221103-004639_Chrome.jpg

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 1:02 am

· #511135
עצי שטים
די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...

מתבודד » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 1:10 am

· #511138
וואלווי
דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
קוקט טאקע אויס ווי ס’האלט נאנט 😉

מר. קלונימוס » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 1:10 am

· #511139
That's a paid advertisement

מתבודד » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 1:14 am

· #511140
שיינע חקירה @קהלס בן שרה סאשע, צו געלט האט די השפעה אויף רבנים אדער power...

נישט קיין נפק"מ למעשה, אמת?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 1:36 am

· #511144
קהל'ס נער
די ציניקער צווישן אונז ענטפערן, הכסף יענה את הכל
די ציניקער זאגן "הכסף יענה את האוקול"....

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 1:47 am

· #511145
מר. קלונימוס
That's a paid advertisement
זיי לייגן עס אבער אראפ ווי א פשוטע נייעס העדליין. גראבע ליגנט פאר באצאלט...

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 1:48 am

· #511146
וואלווי
עצי שטים
די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
זאלן זיך אלע שקר צייטונגען איבערדרייען מיט זייער ליגנט, מיר גייט נאר אהן ווען אין "שטיבל" שרייבט מען מיסלידינג זאכן...

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 12:09 pm

· #511149
עצי שטים
וואלווי
עצי שטים
די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
זאלן זיך אלע שקר צייטונגען איבערדרייען מיט זייער ליגנט, מיר גייט נאר אהן ווען אין "שטיבל" שרייבט מען מיסלידינג זאכן...
וואס פינקטליך איז מיסלידינג?
אז אין די העדליין שטייט נישט די גאנצע ארטיקל? א"כ מה הועילו חכמים ב'העדליינ'יהם?

אז די ביסט פויל צי ליינען די ארטיקל, בין איך נאכנישט מיסלידינג.

היסטאריע » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 3:48 pm

· #511155
דער אשכול באלאנגט אין שמייכל.

יא, עס איז דא אמת צו דעם, אז די עסקנים טרייבן אויף דער "גזירות", און זיי קענען באשטיין צו רייטן אויף דערולעם, אבער זיי זענען נישט גענוג סטופיד צו וועלען די גזירות פארדעם. זיי רייטן ווייל עס איז נישטא קיין אויסווייל פין מוסדות, און דער דערולעם דארף זיי האבן.

שמן למאור » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 5:33 pm

· #511156
קהל'ס נער
עצי שטים
וואלווי
עצי שטים
די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
זאלן זיך אלע שקר צייטונגען איבערדרייען מיט זייער ליגנט, מיר גייט נאר אהן ווען אין "שטיבל" שרייבט מען מיסלידינג זאכן...
וואס פינקטליך איז מיסלידינג?
אז אין די העדליין שטייט נישט די גאנצע ארטיקל? א"כ מה הועילו חכמים ב'העדליינ'יהם?

אז די ביסט פויל צי ליינען די ארטיקל, בין איך נאכנישט מיסלידינג.
עס איז מיסלידינג וויבאלד א קעפל דארף צו זיין א קורצע דעקריפציע פון אפאר ווערטער, וואס לייגט אראפ וואס עס שטייט אינעם ארטיקל. עס קומט נישט אז עס שטייט אין די קעפל איין זאך אדער אז עס איז משמע פונעם קעפל א געוויסע זאך און למעשה שטייט אונעם ארטיקל אנדערש.

למשל אז די זעסט א קעפל אין א צייטונג "א חלק אמעריקע אינטער מיסל אטאקע" און למעשה שטייט אינעם ארטיקל וועגן א 'געוויסע' אינגל וואס וואוינט גראדע 'אין' אמעריקע, וואס אפאר פון זיינע חברים האבן אים געפרענקט און אטאקירט מיט א פאפירענע פאלטשע מיסל. דאס הייסט א מיסלידינג קעפל.. אפילו מען פארשטייט נאכן ליינען דעם ארטיקל, וואס די קעפל דארף צו מיינען...

מתבודד » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 7:44 pm

· #511157
שמה ’’מיסלידינג קעפל’’ דמתקריא בפי אנשים ’’newspaper’’.

וואס נאך איז א צייטונג אויב נישט מיסלידינג קעפלעך???

און נאך ווי ס’מיסלידט די קאפ....

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 8:08 pm

· #511160
מר. קלונימוס
That's a paid advertisement
מר. קלונימוס: ייש"כ. אחרי ככלות הכל איז נאך א חילוק ווען א צייטונג געט אן אפיציעלע אינדארסירונג פון זייער עדיטאריעל באורד. אדער ס'איז א באצאלטער אנאנס.

נאר ס'האט אזויפיהל ווערד און אזויפיהל קרעדיביליטי ווי די גרויסע העדליין מיט רויטע אותיות אין בלאט...מלחמה...!

ווער ס'גלייבט נאך אפילו איין ווארט פון אונזערע היימישע צייטונגען איז א גרויסער נער. נאר נישט קיין קהל'ס נער...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2022 8:17 pm

· #511161
עצי שטים
מר. קלונימוס
That's a paid advertisement
זיי לייגן עס אבער אראפ ווי א פשוטע נייעס העדליין. גראבע ליגנט פאר באצאלט...
כמו שאמרתי: ווער ס'גלייבט נאך פאר די צייטונגען האט געמוזט אראפקומען פון די לבנה. אדער איז ער געווען אינ'ם רוסישן אינטערנעשאנאל ספעיס סטעישן פאר א לאנגע צייט.

היסטאריע » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 8:14 am

· #511172
בשעת דער עולם איז פארנומען פאר וועמען צו וואוטען, נישט פארגעסן דער תהלים'ל, און מתפלל זיין און איינרייסן אז די שווערע גזירות זאלן בטל ווערן.

ששון ושמחה » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 12:20 pm

· #511183
.
📎 IMG-20221104-WA0009.jpg 📎 IMG-20221104-WA0010.jpg

שמן למאור » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 2:16 pm

· #511193
דא האט איר בילד פון פעטריק מעלאוני מיט זיין ווייב...
יא! אלע רבנים אינדארסירן א אפענע געי קאנידאט!!!
משיח'ס צייטן...
📎 Screenshot_20221104-141529_Gallery.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 3:57 pm

· #511212
מכל אשר בחרו...עיין פירש"י...!

אן עכטע דור המבול...!

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 4:03 pm

· #511214
עצי שטים
דא האט איר בילד פון פעטריק מעלאוני מיט זיין ווייב...
יא! אלע רבנים אינדארסירן א אפענע געי קאנידאט!!!
משיח'ס צייטן...
וואס איז דער גיהנם פון א פאר'גימל'טער?
מען געט עים ע"ב בתולות.....

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 5, 2022 7:56 pm

· #511224
איך לאז עס נישט צו...ס'איז דאך דער גן עדן פון די אראבישע טעראריסטן, ימ"ש. אויב מ'עט זיי בארויבן פון די צוגעזאגטע ע"ב בתולות וועללן זיי שוין מער נישט וועללן גיין אויף קיין סואיסייד מיסיעס...! וואס 'עללן זייערע פיהרערס דאמאלס טון? מעגליך אז זיי וועללן אליין דארפן גיין אויף די סואיסייד מיסיעס. מי יתן והיה. נאר זיי זאללן זיך אויפקראכן צווישן זייער אייגענעם עוילעם...Take that, Shayvess Achim...ylolm.

signout » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 1:32 pm

· #511267

מתבודד » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 2:39 pm

· #511268
פון די מינוט וואס די הייליגע האקול אינדארסירונג איז ארויסגעקומען מפ’ק הגה’ק מסאטמאר
קר’’י וואונדערט מיר איין זאך.
אויב איז זי די בעסטע אויסוואל פאר חינוך און אידישקייט, וואס האט אויסגעפעלט זי זאל אראפקומען צום רבי’ן און צוזאגען כל הון דעלמא פלאס סוער פייפס, כדי צו באקומען זיין אינדארסירונג??

אתמהה!!

א בני יואל » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 3:02 pm

· #511269
עצי שטים
אפאר פאקטן וואס מען מוז ארויסברענגען.

קודם כל איז דאס מאכן זעלדין פאר די רעטער פון די גזירת החינוך און מאכן האוקעל פאר די שלעכטע גוזר גזירות פשוט נישט ריכטיג. די גאנצע גזירת החינוך האט זילטש מיט די גאווענערס אפיס, עס האט אך ורק מיט די באורד אוו עדיוקעישן. האוקעל איז א דעמאקראט און זוכט נישט צו בלייבן פאליטיש קרח מכאן ומכאן. זי קען זיך נישט אפיציעל צורייסן מיט די ניו יארק טיימס און זי מוז בלייבן אויף די גוטע זייט פון די לינקע פליגל אינעם פארטיי. זי דארף זיי וויכטיגער ווי זי דארף אונז. ווידערום זעלדין האט נישט וואס צו פארלירן, ער האקט אויף אלעס און אלעמען, סך הכל דארף ער נאר אריבערכאפן די מעסיגע דעמאקראטן, ער קען שלאגן כפרות מיט די לינקע ניו יארק טיימס, ער איז ממילא אין קאמף מיט זיי. די פארווע בריוו פון האוקעל איז אין א געוויסע זין אסאך מער ווערד ווי די אלע שארפע רעטאריק פון זעלדין.

זעלדין וועט קענען פונקט אזוי פיל אויפטון אויף אונזער חינוך ווי האוקעל האט אויפגעטון. די מציאות איז אז זי האט געטון וואס זי האט געקענט. זי האט פראבירט נישט צו אינפארסירן די גיידליינס, און אפילו געבעטן די קאמיטע אפצולייגן די נייעס פון די נייע רעגולאציעס אויף נאך די וואלן, און זיי האבן זיך פשוט אנגעפיפן אויף איר. דאס ווייזט אז זיי האבן די גאנצע מאכט איבער די חינוך.

און בכלל איז מער מסתבר אז די לינקע באורד וועט זיין מער וויליג צו האנדלען מיט א דעמאקראט, און נישט וועלן געבן קיין זיג פאר זעלדין אז ער זאל קענען מיט דעם אריבערגעווינען אלע חסידים צו זיין זייט.

און ס'נישט אז האוקעל איז עפעס א געפערליכע אידן פיינט אדער ארכי ליבעראל ווי מאנכע פראבירן איר אראפצומאלן. סך הכל איז זי א מעסיגע דעמאקראט און די עסקנים האבן גוטע קשרים מיט איר. למעשה האט זי א רעקארד וואס מען קען פאקטיש בויען דערויף און זעלדין גיבט נאר הבטחות.

פארשטייט זיך אז ווען עס קומט צו די סאמע וויכטיגסטע זאך פון חינוך וואלט מען יא געדארפט קוקן אויף ווער עס שטעלט זיך למעשה ארויס לטובתינו,עכ"פ וויפיל ער קען, אפילו זיין ווערטער וועלן גארנישט אויפטון. און טאקע וועגן דעם אינדארסירן רוב מוסדות און רבנים יא זעלדין. די קעפל דא וואס מאכט עס אויסקוקן ווי יעדער אינדארסירט האוקעל (און אויך די אנאנס אויפן פאדערשטן דעקל פון "די צייטונג") אז 'די רבנים' (אדער כלשון הדי צייטונג "אלע רבנים") איז מיסלידינג. חוץ פון סקווירא און סאטמאר מהר"א ווייס איך נישט ווער נאך האט אינדארסירט האוקעל.

פון די אנדערע זייט אבער האט האוקעל פאקטיש א גרעסערע שאנס צו געווינען לויט ווי עס זעט אויס. און אויב געווינט זי טאקע איז אייביג גוט צו האבן איין אדער צוויי קהילות וואס וועלן האבן א אפענע טיר ביי די אדמיניסטראציע, נאך וואס זי ווייסט אז זיי האבן איר געשטיצט אין די שמאלע פארמעסט. אזוי אז די קהילות וואס שטיצן זעלדין וועלן אויך קענען האבן א וועג אריין.

דיין קאנספיראציע אז זיי שטיצן האוקעל ווייל זיי ווילן א גזירת החינוך קויף איך נישט ממש אפ. פשוט ווייל ווער עס גייט זיין גאווערנער וועט גאר ווייניג אפעקטירן די גזירת החינוך.
ס׳איז אזוי אינטרעסאנט ווי אזוי עסקנים קענען אינז וואשען די מוחות אז דער המון עם הייבט באמת אן צי גלייבען אלעס וואס מען רעדט אינז איין
די געוואלדיגע כח הסברה וואס די אהרונים האבען מסביר געווען מיט זייער צעטעלע מיט קליינע פיצי ווערטער וואס קרעדיט קארד קאמפעניס באניצען זיך שרייבט אלע דיינע הסבירים פארוואס זעלדין קען גארנישט טיען עני וועיס
אבער ווער האט פארגעסין ווען די מעשה איז געווען אין די צייטען פין פאטאקי מיטן פאבליק שולע אין קרית יואל
סהאט אויך אויס געזעהן ווי סאיז דערנאך אין דעמאלט ערב תשעה באב האט פאטאקי געמאכט א נייע עקזעקעטיוו ארדער אין דאס האט געראטעוועט דער מצב בימים ההם
מקען שטוינען ווי אזוי מען קען אינז פארפירען מיט איינרעדענישען וואס פארא כח א גאווענער האט
לאמיר אביסעלע גיין ביז קאוויד איז זעהן בשעת קאוויד וואס די גאווענער קען אלץ טוהן אלעס מיטן כח פין עקזעטיוו ארדערס
יא נישט אלעמאל מעיג ער אבער עס נעמט יארען ביז מען ענדיגט אין קארט ווער אין וואס עס איז גערעכט געווען אין פינקטלעך ווי יאגען מיר זיך ?
נעם די בלאזיו מיטן וואקסין מאנדאט צי ער מעיג יא צי נישט מהאלט שוין 10 חדשים דערנאך ארויסגעווארפען שטאטישע ארבעטער ער איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט אבער מען שלאגט זיך נאכאלץ אין קארט אויב ער האט יא געמעגט אדער נישט אין די געווארפענע באקימען נישט באצאלט יעצט האט א שופט געזאגט אז ער האט נישט געמעגט אין ציריק אין קארט אריין נאך זעקס חדשים זיך שלאגען אין נאכדעם ווער ווייסט
אבער זיי האבען נישט קיין ארבעט אין ווערן נישט באצאלט אין דערווייל די ארדער שטייט חי וקים
אין פארוואס מיינסטי אז זעלדין קען נישט מאכען אזא סארט עקזעקעטיוו ארדער אז פרייוועט שולעס קען זיך די שטאט נישט אריינמישען וואס אין ווען צי לערנען ?
קודם איז א מעלה אז עס אינטרעסירט אים בכלל בשעת האקול גייט דאס אן ווי די פאריעריגע שני
אין נאכדעם אויף קריים וואס ער שרייט אז ער גייט פייערען דעים דיסטריקט אטורני האט מען עם געפרעיגט ביי די דיבעיט ווי אזוי קענסטי דאס טיען ער איז דאך אריינגעוועלט אין האקול האט טאקע פרובירט צי פארפירען מיט די זעלבע טענה
אבער זעלדין האט זיך בכלל נישט פארלוירן אין גענטפערט ווי אזוי ער קען דאס באווייזען
אבער פליצלינג קימען די גרויסע אנגעפאשעטע עסקנים וואס שלעפען מיליונען פין דעמעקראטישע פראגראמען אין שווענקען אינזערע מוחות אז ער קען גארנישט טיהן
זענען אינז משוגע ?
זענען אינז טאקע א פאלק וואס מען קען אינז איינרעדען וואס מען וויל ?
נאר וואס דען
יעדער מיינט זיך
זאג מיר נישט גזירת החינוך ווען די מיינסט באמת דיין פייפליין
שריי נישט גזירת החינוך ווען די ווילסט פטור ווערן פין איינעם וואס גייט דיך נישט ניצען אלס זיין פארטרעטער
זאג נישט גזירת החינוך ווען די מיינסט באמת דיין קאוויד טעסטינג ביזנעס
פארפיר נישט גזירת החינוך ווען די ווייסט אז האקול וויל נאר די מאסק מאנדוט אין די האסט אפאר טרעלערס מיט k95 אין די קענסט עס נישט פארקויפען
דריי נישט א קאפ מיט די טענה אז זעלדין קען גארנישט טיהן ווייל וואס קען ער טיהן איינער אליין
קאמא האט דיר שוין באוויזען וואס ער קען טיהן איינער אליין

א בני יואל » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 3:14 pm

· #511270
סאיז נבהל ונישתומם ווי אזוי די נערונים האבען זיך ארויסגעלאזט אויף א מעכטיגער קאמפיין
רע-פאבליקען ווערסעס דעמעקראטען
זענען זיי געווארען פארקאלעכט
זענען זיי געהעריג משוגע געווארען
זיי האבען געהעריג פארגעסין אז די ריפאבליקענס זענען וואס האבען ציריק אויפגעמאכט די בתי מדרשים אין מוסדות
וואס אין גאטס נאמען איז מיט אזוינע מח שווענקעריי

א בני יואל » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 3:59 pm

· #511271
א בני יואל
סאיז נבהל ונישתומם ווי אזוי די נערונים האבען זיך ארויסגעלאזט אויף א מעכטיגער קאמפיין
רע-פאבליקען ווערסעס דעמעקראטען
זענען זיי געווארען פארקאלעכט
זענען זיי געהעריג משוגע געווארען
זיי האבען געהעריג פארגעסין אז די ריפאבליקענס זענען וואס האבען ציריק אויפגעמאכט די בתי מדרשים אין מוסדות
וואס אין גאטס נאמען איז מיט אזוינע מח שווענקעריי
געהערט ערגעטץ אדער געזעהן א געוואלדיגע ווארט
פארוואס שרייט דער עסקן וואטס פאר האקול ווען ער ווייסט אז זי האט אינז מיט גארנישט געהאלפען ביז אהער
ווייל ער ווייסט אויב געווינט זי נישט גייט יעדער אריינקיקען אין זיינע געוואלדיגע פעולות ביז אהער
ממילא האט ער מורא אז דעמאלט וועט יעדער זען וואס דא איז פארגעגאנגען וועט דאך יעדער זיין פארנימען מיט עם
זאגט ער יעצט ניין זייטס פארנעמען מיט גזירת החינוך ווי ביז היינט אין לאזט מיך אפּ
איינער קען זיך פארשטעלן ווי אזוי עס גייט אויסקיקען ווען מען קיקט אריין אין די פייפּ ליין געלטער וויפיעל קרית יואל האט געגאנבעט
זאל גאט באהיטען וואס דעמאלט וועט זיין

signout » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 4:42 pm

· #511272

דאן פארוואס טאקע האט מהרז''ל מורא צו אינדארסירן זעלדין אפען?

א בני יואל » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 5:44 pm

· #511275
ביטע זיי מיר מסביר ווי קימט אריין מהרז"ל דא ?

חב''ד הויזן » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 9:24 pm

· #511284
איך האב א פילינג אז אויב האוקל געווינט וועט זיך נאכאמאל איבערחזרען די גזירת הגיוס פאליטיק נאר יעצט וועט מען שרייען חינוך...

די זאליס וואס האבן דאך יעצט אראפגעלייגט האוקל פארן טייוול אליין וועלן כסדר אויפשפילן די גזירה אז מ'האלט ממש ביי א גזירת כליה און ווי ס'ווערט נאר ערגער און ערגער א דאנק האוקל, און די ארוינים וועלן פארשטייט זיך לאכן פון די גאנצע היסטעריע, און מסביר זיין אז די זאליס מיינען פאליטיק. און די זאליס וועלן שרייען אז 'די ארוינים לייקענען חינוך' וכו' וכו'...

לאמיר האפן אז זעלדין געווינט, איך האב נישט קיין כח צו די פרישע מערכות.

כרם זית » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 11:28 pm

· #511290
Re: פארוואס די רבנים אינדארסירן האוקעל?
לי?

הכסף והזהב!

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:08 am

· #511304
כרם זית
לי?

הכסף והזהב!
כל השומע יצחק...
ל"י...

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 2:08 am

· #511305
כרם זית
לי?

הכסף והזהב!
כרם זית: ס'טויג נישט. מ'מוז טרעפן עפעס א גוטן פסוק אדער א רמז אויף האקול. מהר"א קר"י האט איהר דאך אינדארסט....! אפשר עפעס מיט הקהל...! הרב ש.ב. מרגליות שליט"א (אדער הרב ש.ש.ט.) וועט שוין טרעפן עפעס א רמז אז מרן רביה"קוה"ט מ'סאטמאר זי"עועכי"ע אדער דער הייליגער בר"מ זכיסע יאגן אליינע האט אמאל געהאט געזאגט ביי שעלעשידעס טוירעה עפעס וועגן די גאווערנאר'טע יר"ה...!

תרמב » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 7:51 pm

· #511405
[ציטאט אראפגענומען]
הכסף יענה את האקול...

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 8:16 pm

· #511412
רבותיי: אין קהילת מהר"א (הגה"ק) שליט"א און אין די רעדאקציע צימערן פון דער בלאט איז נולד געווארן א גאר ערנסטער פראבלעים. נאך וואס מהר"א שליט"א האט איהר ענדארסט און געגעבן א ברכה אז זי זאלל געווינען דעם גאווערנאר'ס אמט. און ס'וועט דאך אי"ה (פארשטייצעך) מקויים ווערן. ווייל ברכת צדיק (אזוי ווי יציאת צדיק) איז עושה רושם. וואס וועט מען טון? וויאזוי געט מען זיך אן עצה. מ'וועט דאך מוזן ברענגען באריכטן פון דעם ניצחון און די גרויסע פייערונג. זי איז דאך אן אישה. מ'קען דאך נישט ברענגען א פיקטשער פון אן אישה (רח"ל). די חכמים ויועצים, אזוי ווי הרב ש.ב. מרגליות שליט"א זענען אויפגעקומען מיט פארשידענע עצות. איין עצה איז אנצוטון פאר די גאווערנארין , יר"ה א קאפ פון א מאן. דורך פאטא שאפ. אן אנדערע עצה איז צו לאזן א ליידיג פלאץ. אדער לייגן א פארדעקונגס שלייער. ווער ס'ווייסט פון נאך (גוטע) עצות ווערט געבעטן זיך אנצורופן. בעוד מועד...!

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 10:46 pm

· #511433
berlbalaguleh

מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע קען מען שוין גאנץ גרינג זעך א עצה געיבן, מען וועט איר אפשניידן די בריסטן, צילייגן א אות ברית קודש און ציזאמען וועלן מיר אלע שרייען, ואומר לאאאאאאאאאאך בדמיך חיי, ואומר לך בדמיך חיי........

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 8, 2022 2:15 am

· #511453
signout
א בני יואל
א בני יואל
סאיז נבהל ונישתומם ווי אזוי די נערונים האבען זיך ארויסגעלאזט אויף א מעכטיגער קאמפיין
רע-פאבליקען ווערסעס דעמעקראטען
זענען זיי געווארען פארקאלעכט
זענען זיי געהעריג משוגע געווארען
זיי האבען געהעריג פארגעסין אז די ריפאבליקענס זענען וואס האבען ציריק אויפגעמאכט די בתי מדרשים אין מוסדות
וואס אין גאטס נאמען איז מיט אזוינע מח שווענקעריי
געהערט ערגעטץ אדער געזעהן א געוואלדיגע ווארט
פארוואס שרייט דער עסקן וואטס פאר האקול ווען ער ווייסט אז זי האט אינז מיט גארנישט געהאלפען ביז אהער
ווייל ער ווייסט אויב געווינט זי נישט גייט יעדער אריינקיקען אין זיינע געוואלדיגע פעולות ביז אהער
ממילא האט ער מורא אז דעמאלט וועט יעדער זען וואס דא איז פארגעגאנגען וועט דאך יעדער זיין פארנימען מיט עם
זאגט ער יעצט ניין זייטס פארנעמען מיט גזירת החינוך ווי ביז היינט אין לאזט מיך אפּ
איינער קען זיך פארשטעלן ווי אזוי עס גייט אויסקיקען ווען מען קיקט אריין אין די פייפּ ליין געלטער וויפיעל קרית יואל האט געגאנבעט
זאל גאט באהיטען וואס דעמאלט וועט זיין
דאן פארוואס טאקע האט מהרז''ל מורא צו אינדארסירן זעלדין אפען?
ווייל ער האט מורא אז הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער וועט מהפך זיין די קערה על פיה און ער וועט שרייען (אזוי ווי ער קען) אז זעלדין איז א שרץ טמא (אזוי ווי ביבי נתן יהוא). און די (הייליגע) רעבעצין האקול שליט"א מ'נאנאש איז אונז געקומען ראטעווען פון די שרעקליכע גזירת החינוך.

איך וויל טאקע פארשטיין. ביבי איז א שרץ טמא. (אפשר איז ער טאקע). און הרה"ק פעטריק מעלאוני איז א צדיק יסוד עולם.

ס'שטעלט זיך ארויס אז ער איז נאך א גרעסערער קונסטלער ווי זיין (חשוב'ער) קאלעגע הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ-פלאפ.