מלחמה אין ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
לויט ווי איך האב געהערט איז היינט פארגעקומען עפעס א פראטעסט וואס האט ציגעברענגט שאדען צי דירות פין אמעריקאנע בחורים
איך בין שטארק נייגעריג וואס דארט איז פארגעגאנגען אויב איינער וואס ווייסט פרטים זאל ביטע אריינקומען
Re: מלחמה אין ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
יא, ס'איז געגאנגען נאסע מכות, קולות, שטעקענעס און וואס נישט.
ס'איז געווען א היסטארישער נאכט פאר ירושלים, און די ווידעאס וועלן מן הסתם געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן, אזויווי די ווידעאס פונעם באבוב'ע מחלוקת וכדו'
ווער עס קען אהער לייגן ווידעאס און ארויף-ברענגען קאנטענט זאל זיין באוויליגט צום באשעפער.
דאס איז עס, קודם זענען זיי זיך מורה היתר צו שלאגן ציונים, נאכדעם גייט עס אויף אייגענע.
זאלען עס געדענקען אלע חסידים, ווען זייער רבי'ס שליח שלאגט דער פין דער אנדערע צד, און מען שעפט נחת, זאל ער וויסן אז ער איז נעקסט, עבירה גוררת עבירה.
עס איז פון פריער געווען א מעמד מחאה, ווי די ראשי הטעראר האבן אויפגעהעצט די מאסן. און דערנאך זענען די צולאזטע הפקר אינגען געגאנגען שלאגן די בחורים, און אנגעמאכט חרבנות.
📎 Screenshot_20221027-003220_Telegram.jpg 📎 IMG_20221027_003037_018.jpg 📎 IMG_20221027_003032_967.jpg 📎 IMG_20221027_003030_088.jpg
במחילת כבודם, א באנדע בהמות.
דעם תשרי זענען זיי אנטלאפן אין די מאסן פריי צו לאזן זייערע דירות צו פארדינגען פאר אמעריקאנע באלעבאטים פאר גראבע געפעפערטע פרייזן ואין פוצה פה.
שוין, די יו”ט איז אריבער, די געלט איז אין טאש, גייט מען זיך אויפרייסן אויף אמעריקאנע בחורים.
פעך, די דאבל סטענדערד איז א גרויל.
יויש, וואס זוכט ברדק דארט אוויפ'ן אויבנאן? 😮 😲 😕
וואס אנבאלאנגט די שרעקליכע פירצה פון אויסלענדישע בחורים איז סתם גוט צו וואוסן אז 90% פון די סיקריקים זענען קינדער פון גרים און בעלי תשובות, די אריגינעלע טשאלמערס האבן זיך שוין געטראפן דאס פלאץ אין באיאן/קארלין/סלונים/קהילת הפרושים/וכו' און האבן נישט גארנישט מיט די גאנצע סומאטוכע, סאו אויב האבן די בעלי תשובות אן אישו מיט'ן "צביון השכונה" זאלן זיי צוריקגיין פון וואו זיי קומען, שכ'ח. האחד בא לגור וישפוט שפוט?!
ו(לא*) אמר אדם לחבירו צר לי המקום שאלין בירושלים וכו'...
וואלוויו(לא*) אמר אדם לחבירו צר לי המקום שאלין בירושלים וכו'...
זייט די ציונים האבן איבערגענומען די מדינה, האט עס שוין נישט די זעלבע קדושה מיט די אלע הייליגע ניסים וואס איז געווען אמאל...
זייענדיג א טוריסט אין די לעצטע מאנאטן אין ארצינו הקדושה קוקט מיר אויס די עדה החרדית ווי יענער קעניג וואס מען האט אראפגעווארפן פון טראן שוין 30 יאר צוריק און ער טיילט ווייטער באפעלן כאילו ער הערשט נאך מיט אַן אייזערנע פויסט. ווי מען רירט זיך נאר אין די חרדי'שע געגנטער שטויסט מען זיך אָן אין זייערע באפעלן, קללות, גידופים, חרמות און וואס נישט (אגב, געשריבן זייער קריאטיוו מיט קריאטיווע לאזונגען און באמבאסטישע פאנטשליינס). אנגעהויבן פון שייטלען, בחירות, קאמפיוטער-קיאסק, סמארטפאנס און געענדיגט ביי מקווה פילטער. דער פראבלעם איז אז די אונטערטאנען זענען שוין פון לאנג נישטא צו געפינען און פון די פראכטיגע עדה"ח איז פארבליבען בלויז פאשקעווילען און פאברענטע מיסט-קאסטענעס.
בונה חרבות ירושלים
ביטע נעמט א חלק אין פארעכטען די חרבנות פון די סיקריקים וואס זיי האבן צומזיק’ט א מקום קדוש
https://thechesedfund.com/chabiraswindows/helpRe: מלחמה אין ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
כ'ווייס נישט אויב ק"ש לאזט ארויפשטעלן צדקה לינקס (דאכצעך אז נישט).
אבער דאס מאל גייט עס אריין בגדר נייעס, סא..
צוזאמגעדרייטכ'ווייס נישט אויב ק"ש לאזט ארויפשטעלן צדקה לינקס (דאכצעך אז נישט).
אבער דאס מאל גייט עס אריין בגדר נייעס, סא..
מ'טאר נישט מבשר זיין שלעכטע נייעס...
אבער די סיקריקים, בני גרים ובעלי תשובה האבן נישט פארגעסן צו איינקעשן דעם חודש'ליכן טשעק וואס זיי באקומען פון די ציוניסט'ישע ביטוח לאומי...!