☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז טאקע אסור צי גיין צי די בחירות ?

איז טאקע אסור צי גיין צי די בחירות ?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15607

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 3:10 pm

· #510684
איז טאקע אסור צי גיין צי די בחירות ?
אי''ה קימעדיגע וואך קומט פאר פרישע וואלען-בחירות אין א''י
איז מיר זייער נייגעריג אויב ס'איז טאקע דא א איסור אדער איז גאר א מצוה
וואס וואלטען די גדולים וואס האבען עס ג'אסר'ט פאר 50 יאר צירוק היינט געזאגט
און וואס וואלטען די גדולים וואס האבען עס געהאלטען פאר א מצוה און חוב קדוש 50 יאר צירוק היינט געהאלטען
און בעיקר וואס וואלט געווען ווען אזא שאלה קומט פאר בזמן הנודה ביהודה וואס וואלטען די דערמאלסדיגע גדולים געזאגט
און וואס דארפען מיר טוהן ? אויב איינער קען ארויסהעלפען ...

חב''ד הויזן » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 5:21 pm

· #510687
זיי מסביר דיין שאלה.

דו האלטסט אז די גדולים וואס האבן גע'אסר'ט וואלטן היינט מחייב געווען און די וואס האבן מחייב געווען וואלטן היינט גע'אסר'ט?

כ'מיין... זיי מסביר וואס דו ווילסט.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:08 pm

· #510695
די סאטמער'ע רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט געזאגט (בחירות) הטמאות. צווייטנס. ער האט נאר געאסר'ט בחירות צום כנסת (המינים). נישט מוניציפאלע וואלן. זענען געקומען די אויבער חכמים (אזוי ווי כ'וויל נישט זאגן וועלכע אידענע) און האבן צוגעלייגט ווערטער און ..."שיטות"... וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט...!

מתבודד » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:30 pm

· #510704
גראדע האבעך נישט געהערט ביי די איצטיגע בחירות אז די גאב”ד זאל האבן גע’אסר’ט?!

מתבודד » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:45 pm

· #510709
אהה, נישט באמערקט
📎 Screenshot_20221026-234145_WhatsApp.jpg

מתבודד » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:13 am

· #510711
ס’איז נישט קיין נתינת טעם, בלויז צו מאכן אויסקוקן מער דראמאטיש.

חוץ מזה דאכצעך מיר אז לפי בעל הויואל משה איינמאל ביסט אינעם כנסת ביסטו ביי דיפאולט א אפיקורס, סא טעקנעקלי זענען ”כולם” ממש אפיקורסים.
דארף מען פארשטיין וויאזוי די עדה האטצעך אזוי מתדרדר געווען אז עפ’ל זענען נישט אלע אפיקורסים, ובזה יסכר פי דוברי בוז אז די עדה קען זיך האלטן אויך אנעם גאב”ד זצ’’ל, וואס בחייו ואלט אזא פירצה קיינמאל פאסירט..

מתבודד » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:25 am

· #510715
גערעכט. אז ער איז אנטי ציוני איז ער דאך נישט קיין אפיקורס.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:18 am

· #510737
מתבודד
חוץ מזה דאכצעך מיר אז לפי בעל הויואל משה איינמאל ביסט אינעם כנסת ביסטו ביי דיפאולט א אפיקורס, סא טעקנעקלי זענען ”כולם” ממש אפיקורסים.
ס'דאכט זיך דיך נישט גוט

לייביש לעבאוויטש » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 12:59 pm

· #511083
מתבודד
גערעכט. אז ער איז אנטי ציוני איז ער דאך נישט קיין אפיקורס.
אגודה איז דאך פינקט אזוי אנטי ציוני.

לך לך » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 2:52 pm

· #511086
דער צדיק טוהט למעשה
מיטן ויואל משה אין די האנט
📎 ויואל משה-17-17-17.jpg