☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה

אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15601

תוהו ובוהו » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:24 am

· #510439
אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה
שוין די לעצט שטיקל צייט
האב איך אן איידיע געהאט

דא אין אונזער לאקאלער שול
האב איך מיר גענומען א ציל

איך האלט אן אויג אויף דיר
און איך כאפ אויף יעדן ריר

ביים בענטשן אלול דיין פנים מוטלאז
אין מקוה ער"ש ביסטו געקומען הוטלאז

נישט אנגעקומען צו שאלעשידעס
א מנחה האסטו געכאפט ביחידות

אבינו מלכנו פרום געזאגט
אבער סליחות יעדן צווייטן טאג

דיר באמערקט טרינקען א קאווע פאר חצות
און אויפשטיין ראש השנה נאכן עלות

צום גדליה האסטו נישט אויסגעקוקט ווי אין א תענית
מיין שארף אויג האט דיר נישט געטראפן ביי קרבנות

לעקאך האסטו מיט א ברייטער האנט גענומען
אבער פארגעסן מיט א טיפ צוריקצוקומען

יו"כ געקומען באצייטענס טאקע
אבער קיין ווארט תפילת זכה

האסט געשמייכעלט ביים דרשה כיטרע
און געמאכט הארמאני ביי כל נדרי

האסט געשפילט באלעבאטיש
און ביים ליינען גע'שנדר'ט דראמאטיש

מיר קענסטו אבער נישט דעם קאפ פארדרייען
ביי בספר פרנסה וכלכלה געהערט דיינע ברעטשערייען

בשמים האסטו געשמעקט אן איבער-דאזע
און זיך העפטיג גע'טענה'ט ביי פּויזע

געכיפּערט מעריב אן כוונה
און אנטלאפן פאר קידוש לבנה

דיין אתרוג האב איך באוואונדערט
ס'האט דיר זיכער געקאסט אפאר הונדערט

באמערקט ווי דו האסט צוגענומען וואג
פון אזויפיל סעודות פּער טאג

בחג האַהאַהאַ-מצות האביך מיט דיר מיטגעברומט
אויפן ערבות פרייז מיט דיר מיטגעקרומט

ביי משנה תורה צווישן אלע קעפּ
דיר באמערקט שטופן אויף וואטסעפפ

געכאפט קלעפ פון דיינע הושענות
סידאך א מנהג כ'האב נישט קיין טענות

שמחת תורה ווען האסטיך דערקלערט שיכור
נאך א קנאפע צוויי בראנפען-גלעזלעך ליקער

אויך ווען דו האסט געטאנצן מיט אייפער
ווען מ'האט דיר פיינעלי געאפפערט א ספר

דיינע בליקן אויפן חבר'ס ווייב ביים טיר
און דיין שאק ביים זען זיין שנור

ניין איך בין נישט פון וועד הצניעות
אדער דיין שונא'ס נגיעות

דארפסט פון מיר נישט נעמען קיין עול
כ'בין נישט אויף דיינע מוסדות פעיראל

כ'האב דיר בלויז באאבאכט פאר א גאנצן חודש
זינט מ'האט מיר אינסטאלירט אויפן ארון קודש

בעסערס וואס צוטון האב איך נישט סייווי
כ'זיץ דא אויף מיין אייביגער רו

דארט מיט די הענט אין די הייך
ווי די ספרדים ביי עלינו לשבח

טו איך דיר שטענדיג באגלייטן
און האלט מיט דיינע שוואכקייטן

ווען דו פרובירסט מיטטאנצן מיטן טאקט
און ווען דו ווערסט אביסל פארהאקט

בארואיג זיך אבער מיין פריינט
איך בין דאך נישט דא פון היינט

איין זאך קען איך דיר זאגן קלאר
דיין שכן איז נישט בעסער מיט קיין האר

...

אמר רבי אלעזר בן עזריה
הדא הוא דכתיב הוֹשִׁיעֵנוּ מִפִּי אַרְיֵה

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:38 am

· #510440
אייזן 👍 👍 👍

הבחור_הזעצער » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 2:00 am

· #510441
Re: אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה
אָט דאָס הייסט ריכטיגער טאַלאַנט,
ווייסט וויאַזוי צו האַלטן א פעדער אין די האַנט…

היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:41 am

· #510443
ניין איך בין נישט פון וועד הצניעות
ביסט יא.

עולם הזה » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 2:36 pm

· #510460
ארטיסטישע מייסטערווערק! ריין גאלד.

היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:00 pm

· #510461
שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס, ברענגט ארויס חיזוק פין דא, חוזק פין דארט, פין דער חזק אליין.

וואס מיינט איר מיט דעם
אמר רבי אלעזר בן עזריה
הדא הוא דכתיב הוֹשִׁיעֵנוּ מִפִּי אַרְיֵה

מי אני » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:34 pm

· #510465
היסטאריע
ניין איך בין נישט פון וועד הצניעות
ביסט יא.
ער מיינט אפשר דעם (ברכות סא.) אחורי ארי ולא אחורי אשה…

עדיאל » זונטאג אקטאבער 23, 2022 10:35 am

· #510498
די לייבן אויפן ארון קודש.

מאטי » זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:03 am

· #510499
כל הרגל כולו על תורה אחת

פישעלע » זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:23 am

· #510500
תוהו ובוהו
אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה
כציטער וועלכע שיל דאווענסטי ווי מבאטראכט מיינע בליקען

שמן למאור » זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:27 am

· #510501
עדיאל
די לייבן אויפן ארון קודש.
לכאורה רעדט מען דא פון די לייבן וואס זענען אינברוידערט אויף די ווייסע פרוכת.

חדשים » זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:20 pm

· #510505
די נביא אין איכה וויינט שוין אויף דעם 'אר”י במסתרי”ם' (איכה ג, ט)...

א שיינע summary פון די מחשבות פארלאפענע חודש... געוואלדיגע ארבייט!