☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין

א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15598

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 11:14 pm

· #510212
א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין
א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין, מען קען אסאך ארויס נעמען וראיתי לנכון לשתף.

קהל'ס: מעיג מען לייגן א מחיצה אין א סוכה אין יום טוב כדי צי כשר'ן די סוכה?

דיין: ניין, כאטשיג ריקן א מחיצה איז מותר, אבער דא וויבאלד ס'איז א מחיצה המתרת איז עס אסור.

קהל'ס: איז וואס וועט זיין מיט א מחיצה אין בית מדרש פאר פרויען?

דיין: מותר, ווייל ס'איז נאר מחמת צניעות און נישט קיין מחיצה המתרת.

קהל'ס: וואס הייסט, מען טאר דאך נישט דאווענען אין א בית המדרש אן קיין מחיצה?

דיין: ס'איז נאר כדי צי שטארק מאכן די עניין, אבער למעשה איז עס נישט אסור.

קהל'ס: הייסט גאנץ דיני צניעות איז נישט קיין הלכה? למשל די 4 אינטשעס נאך די קני?

דיין: ס'איז יא א הלכה, אבער די אלע הגדרות זענען נישט קיין הלכה, די מיינונג פון צניעות איז נישט צי ארויסשרייען און ציען אויגן, נאר אין די סקולס מיז מען מאכן רולס, אין אמת'ן קען א פרוי נאך קימען א רולס אין נאך אלץ נישט זיין צניעות'דיג, אויב פרובירט זי צי ציען פרעמדע אויגן, וכן להיפך, אינדערהיים זענען גאר פרימע פרויען געגאנגען מיט קורצע ארבל אין נאכאלץ געוועין צניעותדיג, היינט קען א פרוי גיין ציגעדעקט פון אלע זייטן און נאכאלץ נישט זיין צניעותדיג.

קהל'ס: קימט אויס אז מען מעיג קיקען אויף א בילד פון א צניעות'דיגע פרוי?

דיין: מען מעיג די נקודה איז מען זאל נישט ציקימען צי קיין הירהורים, אין אמת'ן מעיג מען קיקען אויף א פרוי אליין אויכט, אויב ס'ברעינגט נישט קיין הירהורים, ס'קען אמאל זיין א יונגערמאן וואס וועט נישט קיקען אויף א זיבעציג יעריגע פרוי, אבער מיט זיין שוועגערין וועט ער פארברעינגעין אין ארום לאכן ווייל זיי זענען קרובים איז דאך מותר, עולם הפוך ראיתי!

קהל'ס: טאקע, וואס הייסט די דיין האט פארגעסן פון ולא תתורו אחרי עיניכם?

דיין: יא יא, דאס מיינט עס מעס זאל נישט נאכשפיאנירן אין וואס די אויגן האט געזעין, דאס מיינט הירהורים.

קהל'ס: קימט אויס אז איך דארף נישט האבן קיין פילטער אויף מיין פאון?!

דיין: ניין, דאס גייט שוין אריין אין איכא דרכא אחרינא, לייג יא א פילטער.

קהל'ס: אבער לאמיר זאגן איך קען נישט מיט א פילטער, לאמיר זאגן איך דארף האבן סייטס וואס די פילטער לאזט נישט וויבאלד ס'קען אריין פאלן שמיץ דארט ווי למשל יוטוב?

דיין: נו, איז דאך ליכא דרכא אחרינא, אז מען קען נישט קען מען נישט.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 11:56 pm

· #510215
איך דארף דעם נומער פונעם דיין... כלייג אים אויף ספיד-דייל

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 12:00 am

· #510217
דאס איז א אמת'ע שמועס מיט א אנגענימענע דיין, ער איז פשוט צי א גרויסע תמים, און ער כאפט נישט אז מען געט נישט ארויס די הלכות פאר די עולם גולם.

פאליטיקאנט » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 12:23 am

· #510218
Re: א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין
איך זע נישט די חידוש דא. דאס איז פשוט'ע הלכה מיט קאממאן סענס, נו מורא'דיג האסט געטראפן א דיין וואס זאגט עס אויכעט? איך דארף נישט קיין דיין פאר דעם מעיקרא.

וואלווי » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 12:35 am

· #510219
פאליטיקאנט
איך זע נישט די חידוש דא. דאס איז פשוט'ע הלכה מיט קאממאן סענס, נו מורא'דיג האסט געטראפן א דיין וואס זאגט עס אויכעט? איך דארף נישט קיין דיין פאר דעם מעיקרא.
הא גופא איז די חידוש, אז די דיין זאגט עס ארויס.

היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 12:52 pm

· #510265
קהל'ס: איז וואס וועט זיין מיט א מחיצה אין בית מדרש פאר פרויען?

דיין: מותר, ווייל ס'איז נאר מחמת צניעות און נישט קיין מחיצה המתרת.
לפי זכרוני געבט מען זיך אן עצה מיט דער רמ"א אז ער רעדט פין א מחיצה בשעת א דרשה, ווייל בשעת דאווענען איז עס טאקע יא א מחיצה המתרת.

ביסט זיכער אז דער "ערענסטע דיין" האט אזוי געזאגט?

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 1:05 pm

· #510266
וואס מיינסטו איך חלום וואך?
די רמ"א איז מתיר, אוי וויי ס'שטימט דאך נישט מיט אינזער אג'ענדע, אה ווייסטע וואס מען וועט זיך א עצה געבן מיט עם, מען וועט איינרעדן די עולם אז ער רעדט ביי א דרשה.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 1:32 pm

· #510267
אשפגתני מאוד, איך קען אפשרייבן א דיקן בוך פון אלע מיינע שו"ת סעסיעס מיט ערנסטע דיינים וואס פסק'נען פון בויך סברות, ווי רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. למעשה האב איך א חבר א גוי וואס האט געהאט א near death experience און ער האט מער ווייניגער ארויס וואס גייט פאר דארט אויבן, אויף וואס מ'שיקט אין גיהנם און אויף וואס אין גן עדן, וואס ברויזט אויף גאט און וואס מאכט איהם העפפי, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה 😂 😂 😂

חב''ד הויזן » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 1:58 pm

· #510268
קהל'ס נער
וואס מיינסטו איך חלום וואך?
די רמ"א איז מתיר, אוי וויי ס'שטימט דאך נישט מיט אינזער אג'ענדע, אה ווייסטע וואס מען וועט זיך א עצה געבן מיט עם, מען וועט איינרעדן די עולם אז ער רעדט ביי א דרשה.
ס'איז מיר אינטרעסאנט פארוואס דו קוקסט אן ווי אויפן קאפ געפאלן איינער וואס צווייפלט אין די אויטענטישקייט פון דיין שמועס.

אויך בין איך נייגעריג, אויב וואלט די דיין 'נישט' מתיר געווען דיינע ענינים צו דאן וואלט די דיין נאך אלס געווען א ערנסטע דיין אדער דעמאלטס וואלט ער געווען א חלק פון די ביליגע אגענדע שטיפערס.. למאי נפקא מינה? ווייל אויב זיין ערנסקייט באשטייט פון זיין מתיר זיין דיינע אגענדעס דאן קענסטו נישט ניצן זיין ערנסקייט פאר א ראי'. ודו''ק.

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 3:01 pm

· #510269
רביה''ק זי''ע
אשפגתני מאוד, איך קען אפשרייבן א דיקן בוך פון אלע מיינע שו"ת סעסיעס מיט ערנסטע דיינים וואס פסק'נען פון בויך סברות, ווי רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. למעשה האב איך א חבר א גוי וואס האט געהאט א near death experience און ער האט מער ווייניגער ארויס וואס גייט פאר דארט אויבן, אויף וואס מ'שיקט אין גיהנם און אויף וואס אין גן עדן, וואס ברויזט אויף גאט און וואס מאכט איהם העפפי, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה 😂 😂 😂
רביה"ק איז דא צירוק ווי אין די אלטע גוטע צייטן...

היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 4:13 pm

· #510270
קהל'ס נער
וואס מיינסטו איך חלום וואך?
די רמ"א איז מתיר, אוי וויי ס'שטימט דאך נישט מיט אינזער אג'ענדע, אה ווייסטע וואס מען וועט זיך א עצה געבן מיט עם, מען וועט איינרעדן די עולם אז ער רעדט ביי א דרשה.
נישט דאס איז דער שמועס במחכ"ת. פארדריי נישט. דער שאלה איז וואס אן ערענסטע דיין וואלט געזאגט.

היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 4:19 pm

· #510271
רביה''ק זי''ע
אשפגתני מאוד, איך ........


, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה 😂 😂 😂
דערמאנסט מיר א מעשה.
א דארף'סַ איד פלעגט קומען מיט די שאלות צום רב אין שטאט. אמאהל איז ער געקומען, נאכדעם וואס ער איז פאר א לאנגע צייט נישט געוועהן מיט א שאלה.
פרעגט אים דער רב, וואס איז געשעהן? נישט געהאט קיין שאלה פאר אזא לאנגע צייט?
זאגט דער דארף'סַ איד, אז ער איז אויפגעקומען מיט א פאטענט, היות עס שטייט לכלב תשליכון אותו, ווען ער ווארפען יעדער שאלה פאר דער הונט, אויב דער הונט עסט עס, איז א ראי'אז עס איז טריפה, אבער אויב דער הונט לאזט עס איבער איז א ראי'אז עס איז כשר.
נו, פרעגט דער רב, וואס איז געשעהן? פארוואס ביסטו היינט יא געקומען?
זאגט דער דארף'ס איד, דער הונט איז א גרויסע מחמיר.

רביה"ק,
גיב אכטונג פאר דיין גוי, ער קען זיין א גרויסער מחמיר.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 4:31 pm

· #510273
אויב איז עס אמת אז מ׳דארף מחמיר זיין און אז נישט גייט מען פלאקערן וויל איך דאך מחמיר זיין, כ'מיין דו ליינסט בכלל וואס דו שרייבסט? אבער נישט געזארגט, אין הלכה איז ער א גרויסער מקיל, אדרבה, ער איז מחמיר מקיל צו זיין, כ'מיין דערפאר איז ער דאך א גוי 😃 😛

שמן למאור » מוצ"ש אקטאבער 15, 2022 8:59 pm

· #510281
רביה''ק זי''ע
רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. 😂 😂 😂
איך האב געהעריג געמיינט אז די טרייבסט שפאס, ביז איך האב דעם שבת נאכגעקוקט אין די הקדמה צום משנה ברורה, און ער שרייבט טאקע בזה הלשון:
ובשולי היריעה פתחתי שער, ושמו שער הציון, בו ציינתי על כל דבר שבתוך המשנה ברורה, כדי לידע מבטן מי יצאו הפנינים האלו.
ס'טאקע מורא'דיג אינטערסאנט אז ער ניצט אזא לשון. ער גיבט דאך אוועק דעם גאנצן סוד...

היסטאריע » מוצ"ש אקטאבער 15, 2022 9:28 pm

· #510282
רביה''ק זי''ע
אויב איז עס אמת אז מ׳דארף מחמיר זיין און אז נישט גייט מען פלאקערן וויל איך דאך מחמיר זיין, כ'מיין דו ליינסט בכלל וואס דו שרייבסט? אבער נישט געזארגט, אין הלכה איז ער א גרויסער מקיל, אדרבה, ער איז מחמיר מקיל צו זיין, כ'מיין דערפאר איז ער דאך א גוי 😃 😛

אמת איז סאבזעקטיוו, אבער א רחמנות איז דער וואס טרעפט זיין אמת פין א הונט.

מי אני » מוצ"ש אקטאבער 15, 2022 10:06 pm

· #510283
עצי שטים
רביה''ק זי''ע
רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. 😂 😂 😂
איך האב געהעריג געמיינט אז די טרייבסט שפאס, ביז איך האב דעם שבת נאכגעקוקט אין די הקדמה צום משנה ברורה, און ער שרייבט טאקע בזה הלשון:
ובשולי היריעה פתחתי שער, ושמו שער הציון, בו ציינתי על כל דבר שבתוך המשנה ברורה, כדי לידע מבטן מי יצאו הפנינים האלו.
ס'טאקע מורא'דיג אינטערסאנט אז ער ניצט אזא לשון. ער גיבט דאך אוועק דעם גאנצן סוד...
די געדאנק איז אז די connotations פון איין שפראך טייטשן זיך נישט איבער, און זענען נישט דאס זעלבע, צו א צווייטע. אין לשה"ק איז דאס נישט עכט pejorative ווי עס איז אין אידיש. ובפרט וואו דאס איז (לכאורה) מיוסד על מליצה. אונז טרעפן אין איוב (לח כט), במענה הקב"ה לאיוב מן הסערה, וואו הקב"ה נוצט די לשון (כביכול) אויף זיך אליין: מִבֶּטֶן מִי יָצָא הַקָּרַח. ע"ש.

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 16, 2022 1:48 am

· #510289
עס איז דאך אינטרעסאנט, ווייל דער מושג פין "בויך סברא" איז שוין זיכער געוועהן בימיו, און עס מיינט להיפוך פין א קאפ סברא וואס מיינט געטראכט מיט שכל, איז א בויך סברא אהן שכל.

דער פסוק פין איוב איז מער א עקספרעסיע ווי מען זאגט אויף אידיש אויסגעזויגן פין פינגער.

מתבודד » זונטאג אקטאבער 16, 2022 7:55 am

· #510297
בויך סברות אין יענע צייטן זענען גערופן געווארן ”סברות כרסיות”, און נישט מבטן וכו’ וואס איז א מליצה ארויסצוברענגן ”ווי איז דער מקור” אזוי ווי הרב @מי אני ברענגט ארויס.

האסטו א ציטוט פונעם נודע ביהודה
והנה אין לי נחת לדבר בדבר שאין לו עיקר בתלמוד כי התלמוד הוא מקור לשאוב ממנו סברות וראיות ובדבר שאין לו שורש אין למצוא ראיות וסברות שרשיות רק סברות כרסיות,

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 16, 2022 10:20 am

· #510300
כ'האב א שאלה שלא מן העניין: אזא איינער וואס כריסו מלא וגדוש בתלמוד, פונוואנעט ווייסט ער צו א סברא וואס קומט פון זיין בויך קומט נישט אויך פון יענע געדאנקענגאנג (אדער בויכגאנג) וואס די תלמוד האט אים געלערנט? דאס מיין איך נישט מיך אוודאי נאר כ'רעד למשל פון אזא איינער ווי לאמיר זאגן משה מנדלסון?

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 16, 2022 11:33 am

· #510304
מתבודד
בויך סברות אין יענע צייטן זענען גערופן געווארן ”סברות כרסיות”, און נישט מבטן וכו’ וואס איז א מליצה ארויסצוברענגן ”ווי איז דער מקור” אזוי ווי הרב @מי אני ברענגט ארויס.

האסטו א ציטוט פונעם נודע ביהודה
והנה אין לי נחת לדבר בדבר שאין לו עיקר בתלמוד כי התלמוד הוא מקור לשאוב ממנו סברות וראיות ובדבר שאין לו שורש אין למצוא ראיות וסברות שרשיות רק סברות כרסיות,
בעצם זעה איך אז עס גייט נאך פריער, אין תשובות מהרי"ל.
און גערעכט, זיי נוצען עס אלץ אהן א מקור, נאך פין זיך אויפגעמאכט.
אבער דאך, מוז מען זיין א גאון אין מחלק זיין צווישן א כרס אין א בטן. עס מיינט דער זעלבע. בטן איז לשון קודש. כרס איז נישט לשון מקרא.

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 16, 2022 12:07 pm

· #510305
אדער מל' בּעלי בטן

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 12:04 am

· #510321
מי אני און מתבודד: תנוח דעתכם שהנחתם את דעתי. מענטשן וואס וואלטן (לכאורה) געדארפט צו וויסן בעסער זינקען אין ליצנות. מ'פרובירט נאך איבערצושטייגן איינער דעם צווייטן. די אלע ליצנות טרייבער הייבן נישט אן צו האבן דעם קלענסטן מושג ווער דער בעל משנה ברורה איז געווען. און וואס זיין ציהל מיט אהערשטעללן דעם מאנומענטאלן חיבור. און די שווערע און אויסמאטערנדיגע ארבעט פון יארן. שוין. מ'האט זיך אנגעטשעפעט אויף א ווארט. און מ'בויעט גאנצע בנינים אויף דעם.

איך האב איין קלייינע בקשה צו די אלע חכמים בעיניהם. ביטע ליינטס אדורך די גאנצע הקדמה פון הרב ישראל מאיר (פופקא) קאגאן. נישט נאר איין קליינע שורה'לע אין די פיסנאטן פון זיין בוך. כלשונו הצח של אחד החכמים ולא נבונים...!

היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 8:05 am

· #510327
ביסט גערעכט. מען ברויך נישט חוזק מאכן פין דער ספר, ער האט עס געמאכט מיט שווייס און בלוט, און אהער געשטעלט א גוטע ארבעט.

אבער דער נקודה וואס ווערט דא ארויס געברענגט, אז אין אורח חיים בעיקר, איז דא א שטארקע אפעלגעטיקא? צו ספרים. איינער האט געשריבן אזוי, און עס ווערט א הלכה, כאטש דער זאך האט נישט קיין קראפט מדינא דגמרא וכו'.

איך פארשטיי אז אין אורח חיים וואס עס האנדלט זיך אסאך ענינים ווי תפילה וכדומה לו, האבן אסאך ענינים מיט געפיל, אבער פין וואס קומט דער חיוב מחייב זיין הלכות פין געפיל ארויס? איז עס נישט"בויך" סברות?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:39 pm

· #510336
היסטאריע: דו ביסט גערעכט. אט דאס איז דאך די נקודה פונ'ם בעל משנה ברורה. ער ברענגט דיר אראפ די פונקטליכע אדרעס פון ווער ס'זאגט די סברא אדער פסק. דו זאלסט אליין באשליסן אויב דו נעמסט עס אן אדער נישט. אויך. כדי להוציא מליבן של--- אז ער האט אליינס אויסגעטראכט דעם פסק אדער מנהג.

אז מ'רעדט שוין. ס'זענען דא געוויסע פארשוינען (מלשון פרשנדתא) וועלכע האלטן אז דער חפץ חיים זאלל (ח"ו) האבן פלאגיאירט פסקים און מימרות פונ'ם שו"ע הרב. ווייל ס'איז אין געוויסע פלעצער טאקע דא אן ענליך לשון פון ביידע. אט פאר דעם האט ער טאקע מחבר געווען דעם שער הציון. אייביג ווען ער ציטירט א פסק אדער א מימרא פונ'ם בעל התניא צייכנט ער צו (בשם) הגר"ז. הגאון ר' זלמן. אזוי אויך ווען ער ציטירט א פסק פון די גדולי הפוסקים האחרונים ווי דער מג"א אדער ט"ז צייכנט ער צו פון וועם די מימרא אדער פסק איז. און מנהגים ברענגט ער אייביג בשם דעם מהרי"ל.

היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:14 pm

· #510340
איר זעהט אויס צו זיין אויסגעקאכט אין משנה ברירה!!

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 5:05 pm

· #510345
היסטאריע: א ביסל.מ'זאגט אויף ענגליש...It's my favorite book...!

מרדכי מרדכי » זונטאג אקטאבער 23, 2022 8:00 pm

· #510528
רביה''ק זי''ע
למעשה האב איך א חבר א גוי וואס האט געהאט א near death experience און ער האט מער ווייניגער ארויס וואס גייט פאר דארט אויבן, אויף וואס מ'שיקט אין גיהנם און אויף וואס אין גן עדן, וואס ברויזט אויף גאט און וואס מאכט איהם העפפי, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה 😂 😂 😂
אפשר מאכסטו א באשרייבונג איבער די מעשה,
עס קען אפילו אריין אינעם וועקער

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 23, 2022 8:17 pm

· #510532
בובר האט גע'טענה'ט דאס. רעליגיעז מיינט לעבן מיט גאט, ווען די פאסט נאך יענעמ'ס רעליגיע, איז עס יענעמ'ס גאט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 23, 2022 8:21 pm

· #510533
מרדכי מרדכי
רביה''ק זי''ע
למעשה האב איך א חבר א גוי וואס האט געהאט א near death experience און ער האט מער ווייניגער ארויס וואס גייט פאר דארט אויבן, אויף וואס מ'שיקט אין גיהנם און אויף וואס אין גן עדן, וואס ברויזט אויף גאט און וואס מאכט איהם העפפי, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה 😂 😂 😂
אפשר מאכסטו א באשרייבונג איבער די מעשה,
עס קען אפילו אריין אינעם וועקער
דער וועקער ערלויבט נישט קיין אפיקורסת.