נולד מאוחרדי רמב"ם אין ספר המצוות האלט אז ווערט א דאורייתא, יא די אויפגעקלערטע רמב"ם. די רמב"ן אויפן פלאץ איז משיג אין קריגט אויפן רמב"ם.
אין ישיבה האט מען געפרעגט, לויט'ן רמב"ם 👍 ווי אזוי זאגט מען ספק דרבן לקןלא, יעדע דרבנן ווערט דאך א דאוירייתא?
אין חתן סופר איז דא א געשמאקע כאפ אין דעם ענין.
איינע פון די תירוצים [איך מיין אז דער מגילת אסתר אויפן פלאץ רעדט דערפון] איז אז אין הכי נמי אז יעדע דרבנן איז א דאורייתא אלץ לא תסור, און די סיבה פארוואס ביי א דרבנן איז דא קולות איז ווייל זיי האבן עס מעיקרא אזוי מתקן געווען אז ווען עס איז א ספק איז מען מקיל וכדומה.
איינע פון די קושיות אויף די מהלך איז אז די גמרא זאגט אז אויב נשים זענען נאר מחויב אין ברכת המזון מדרבנן קענען זיי נישט מוציא זיין אנשים וואס זענען מחויב מן התורה, איז אויב יעדע דרבנן איז א דאורייתא פארוואס זאלן זיי נישט קענען מוציא זיין?
זאגט דער חתן סופר, אודאי איז עס אויף די נשים א חיוב דאורייתא, אבער עס איז די דאורייתא פון לא תסור, נישט פון ברכת המזון, ממילא קענען זיי נישט מוציא זיין איינעם מיט ברכת המזון וואס זיי האבן צו יענע מצוה קיין שייכות, ודפח"ח.