☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ישיבת מגן דוד - טרענס טיטשער

ישיבת מגן דוד - טרענס טיטשער

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15560
בלאט: 1 2

יעקב מעקסוועל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 1:50 pm

· #509235
ישיבת מגן דוד - טרענס טיטשער
ישיבת מגן דוד, וואס איז א ספרד'ישע פרומע מוסדות אין ברוקלין, האט זיך געטראפן אין אן ערנסטע פעקל ווען זיי האבן אויפגענומען א נייע טיטשער צום נייעם יאר. זיי האבן נישט געכאפט אז "זי" איז געבוירן געווארן א ביילאגישע "ער".

די טעות האט פאסירט צוליב דעם וואס דער וואס האט אויפגענומען די נייע טיטשער איז אזוי נאאיוו, עס איז זיי אפילו נישט איינגעפאלן צו טראכטן אז עס איז דא אזא זאך.

לעצטע וואך מיטוואך, ווען עס איז געווען די טאג וואס די עלטערן האבן זיך געטראפן מיט די איינגעשטעלטע, איז געווארן א טומל צווישן די עלטערן. למעשה דאנערשטאג איז זי/ער אריינגעקומען צום ערשטען טאג פונעם יאר. ווי עס קוקט אויס האבן זיי אים/איר נאכנישט אפגעזאגט פונעם ארבעט, מורא האבנדיג פון די קאורט וואס וועט זיכער נאכקומען.

פרייטאג האבן זיי געשיקט די מעסעזש צו די עלטערן.
📎 307105675_10158579882430426_2848649142694434777_n.jpg א בילד פונעם טישטער מיט איר מאן און קינד. (פרעג מיר נישט וועמענ'ס קינד...)
📎 photo_2022-09-16_14-08-33.jpg

שאלתיאל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 1:55 pm

· #509236
OMG
קרעיזי ווארלד קיין שום זאך איז שוין נישט ווי עס קוקט אויס.

נעקסט לעוועל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 2:14 pm

· #509237
באשעפער אין הימל...
באט ס'איז עניוועיס צייט אז די חברה זאלן באקומען א לעקציע אין טרענס... וואס קען זיין בעסער ווי פערזענליכע דוגמא ...

פארווע חסיד » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 2:31 pm

· #509238
דער מיט'ן הוט אויפן בילד איז א ביאלאגישער "זי"?

שמן למאור » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 2:36 pm

· #509239
ישיבה נייעס מיט א ווידיא פון די טיטשער אין קלאס
https://t.me/YidInfo/27901
איך זע נישט די גרויסע פראבלעם דערמיט. סך הכל וועלן די קינדער באמערקן ווי די טישטערס קול איז אביסל מענעריש. אויב ער/זי הייבט אהן צו פארקויפט טרענס-אידעלאגיע דאן איז דאס פינקט אזא פראבלעם ווי ווען א געהעריגע מאן אדער פרוי טוט עס. און מען קען אדער יא אדער נישט טון וואס מען האט צו טון.

לויט ווי עס ווערט באריכטעט איז ער/זי אן אקטעוויסט וואס האט שטעדירט אין YU און טוט עס בדוקה, וויסנדיג אז מען וועט אים/איר אפזאגן... און האט אנגעגרייט א פעסטע לאו-סוט.
📎 Screenshot_20220918-143752_Telegram.jpg 📎 Screenshot_20220918-143734_Telegram.jpg

נעקסט לעוועל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 2:40 pm

· #509240
לאמער זעהן צי די בלאט אדער די איד העט די באריכטן די שרעקליכע מכשול...

דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:21 pm

· #509243
די סקול/חדר קען לכאורה ליגעלי גארנישט טוהן אין אזא פאל, עכ'פ אויף די מינוט ספעציעל אז יענער איז נאך אן אקטיוויסט און מן הסתם איז צוגעגרייט זאפאסן מיט געלט און אדוואקאטן דערפאר.

אבער פארוואס נעמען זיך נישט די עלטערן צוזאם און ארבייטן אויס מיט די קינדער אז זיי זאלן נישט, שטייצעך מדעת עצמם, זיך משתתף זיין מיט די סאציעלע לימודים ביי יענעם טיטשער? און קען אפילו זיין אז דער טיטשער וועט נמאס ווערן פון סתם זיצן דארט און גארנישט טוהן, און פטור אן עסק? עם עקש תתעקש!

כ'רעד שטותים?? קען זיין.

באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:23 pm

· #509248
נעקסט לעוועל
לאמער זעהן צי די בלאט אדער די איד העט די באריכטן די שרעקליכע מכשול...
ביסטו נאריש?
רעדן דערפון ביי היימישע קרייזן איז דאך פונקט אזא תועבה.
כ'ווייס נישט ווי דו שעמסט דיך נישט צו שרייבן אזא פרעכע תגובה

Chasidishmashpia » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:55 pm

· #509250
זייער מאדנע ווי אזא טעות קען פאסירן.

צוזאמגעדרייט » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:01 pm

· #509251
דער גאלדענער אדלער
די סקול/חדר קען לכאורה ליגעלי גארנישט טוהן אין אזא פאל, עכ'פ אויף די מינוט ספעציעל אז יענער איז נאך אן אקטיוויסט און מן הסתם איז צוגעגרייט זאפאסן מיט געלט און אדוואקאטן דערפאר.

אבער פארוואס נעמען זיך נישט די עלטערן צוזאם און ארבייטן אויס מיט די קינדער אז זיי זאלן נישט, שטייצעך מדעת עצמם, זיך משתתף זיין מיט די סאציעלע לימודים ביי יענעם טיטשער? און קען אפילו זיין אז דער טיטשער וועט נמאס ווערן פון סתם זיצן דארט און גארנישט טוהן, און פטור אן עסק? עם עקש תתעקש!

כ'רעד שטותים?? קען זיין.
ווי איך פארשטיי האט מען אים שוין פארשיקט און ער איז שוין נישט איינגעשטעלט אין די מוסד,
כ'האב טאקע גארנישט געהערט וויאזוי זיין "ריספאנס" איז געווען.

צוזאמגעדרייט » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:12 pm

· #509253
Re: ישיבת מגן דוד - טרענס טיטשער
ער איז אן עקל פון א מענטש, ווילסט זיין א "טרענס"? קיין פראבלעם, פון מיין זייט ווער א מאלפע אויב די ווילסט, וואס זיכסטו אבער אין אן ארטאדאקסישער מוסד? גיי דיר דיין וועג און לאז אונז אפ, טראלל.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 6:07 pm

· #509257
פארווע חסיד
דער מיט'ן הוט אויפן בילד איז א ביאלאגישער "זי"?
..וחילופיהן ב---
זה חליפתי---
המחליף פרה בחמור...!

טעיק יור פיק...!

באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 6:10 pm

· #509258
אין מיין בליק זענען די אלע מאדנע ברואים אזעלכע אנע סיפוק אין לעבן, און דאס איז די תשובה אויף אלעס.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 6:19 pm

· #509259
דער גאלדענער אדלער
די סקול/חדר קען לכאורה ליגעלי גארנישט טוהן אין אזא פאל, עכ'פ אויף די מינוט ספעציעל אז יענער איז נאך אן אקטיוויסט און מן הסתם איז צוגעגרייט זאפאסן מיט געלט און אדוואקאטן דערפאר.

אבער פארוואס נעמען זיך נישט די עלטערן צוזאם און ארבייטן אויס מיט די קינדער אז זיי זאלן נישט, שטייצעך מדעת עצמם, זיך משתתף זיין מיט די סאציעלע לימודים ביי יענעם טיטשער? און קען אפילו זיין אז דער טיטשער וועט נמאס ווערן פון סתם זיצן דארט און גארנישט טוהן, און פטור אן עסק? עם עקש תתעקש!

כ'רעד שטותים?? קען זיין.
דו דארפסט פארשטיין אז די ברואים זענען נישט פאסיוו, אלע פון זיי האבן אן אג'ענדא. זיי קומען במחשבה תחילה צו "קעמפן פאר זייערע רעכטן"... אלס א גרופ! און, ליידער די קאורטס געבן זיי (כמעט) אלעס נאך.

היסטאריע » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 6:36 pm

· #509262
איז עס נישט לעגאל צו אפזאגן פין זיין א טיטשער אין א רעליגיעזע מוסד, צוליב רעליגיעזע פארשידנהייטן?

שמן למאור » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 6:42 pm

· #509263
היסטאריע
איז עס נישט לעגאל צו אפזאגן פין זיין א טיטשער אין א רעליגיעזע מוסד, צוליב רעליגיעזע פארשידנהייטן?
פארגעס פון רעליגיע.
ל.ג.ב.ט. דיסקרימינאציע איז פון די ג' חמירות אין אמעריקע.

שעצונג » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:27 pm

· #509264
עי בּי שטיין וועט מען דאך אוודאי אננעמען אין די מוסדות התורה אָן קיינע פראבלעם וויבאלד ער איז א רעביש אייניקל… פיטעקציע

צוזאמגעדרייט » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:49 pm

· #509269
Re: ישיבת מגן דוד - טרענס טיטשער
באהעלפער
אין מיין בליק זענען די אלע מאדנע ברואים אזעלכע אנע סיפוק אין לעבן, און דאס איז די תשובה אויף אלעס.
דו זאגסט דאך ממש וואס זיי זאגן. זיי טענה'ן אטע דאס.

שעצונג » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:18 pm

· #509276
Chasidishmashpia
זייער מאדנע ווי אזא טעות קען פאסירן.
ישיבת מגן דוד איז קוים א שומר שבת חדר.
ס׳איז זייער מעגליך אז די אנפירער פון די חדר האבן עס אנגעשטעלט בכוונה. די שולע מגן דוד ווערט זעלבסט געפירט דורך ליבעראלע נידריגע מענטשן. נישא אומזונסט ווייסן די מאדערענע אז מען שיקט נישט דארט. די חדר איז ספעציעל געשטעלט פאר ארויסגעפאלענע שוואכע וואס האבן נישט גיין שום גדרים און אידישקייט. לויט מיין אינפארמאציע איז די מוסד א חלק פון די ציוניסטישע שמד אפאראט. די מוסד איז לחתחילה געגרינדעט געווארן דורך פרייע אנהענגער פון די ציוניסטישע מדינה.

נעקסט לעוועל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:20 pm

· #509278
באהעלפער
נעקסט לעוועל
לאמער זעהן צי די בלאט אדער די איד העט די באריכטן די שרעקליכע מכשול...
ביסטו נאריש?
רעדן דערפון ביי היימישע קרייזן איז דאך פונקט אזא תועבה.
כ'ווייס נישט ווי דו שעמסט דיך נישט צו שרייבן אזא פרעכע תגובה
זאג, דו פארשטייסט די באדייט פון סארקאזם?
אדער מ'דארף עס מסביר זיין אויך?

באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:24 pm

· #509280
דאס מיינט סארקאזם? דאס מיינט נעקסט לעוול טיפשות

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 11:45 pm

· #509292
נעקסט לעוועל
לאמער זעהן צי די בלאט אדער די איד העט די באריכטן די שרעקליכע מכשול...
זייער גרעסטע פראבלעם וועט זיין צו שרייבן די נאמען פון די מוסד. מגן דוד, ט'פוי

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 12:37 am

· #509296
שמעון וואלף: זיי האבן נאך אן ערנסטן פראבלעם. געוויינליך ווען ס'רעדט זיך פון א פרוי וועלן זיי זאגן אז ס'איז געווען א מאן, אן "ער". אבער דא ווייסן זיי נישט וואס צו זאגן. נישט געזארגט, זייערע חכמים יודעי העיתים אזוי ווי שמואל שלמה טעלער המכונה ש.ב. מרגליות וועט זיך שוין צו עפעס דערטראכטן. ער'ט זאגן אז אויך ביים רבי'ן זי"ע איז געווען אן ענליכע מעשה, און וואס די רבי זי"ע האט געזאגט מ'זאל טון, אזוי ווי די אויפגעבאקענע, אויספאנטאזירטע מעשה וואס דער בלאט האט געברענגט בשם הרה"ח ר' מענדל גרינבערג (טשיקאגא), משב"ק, איבער דעם "מוסד" עידזשענט וואס האטציך אריינגעכאפט אין הויז פון רבינו הק' זי"ע, ער האטציך באהאלטן אין בוילער רום, ער האט געוואלט שיסן דעם רבי'ן רח"ל, נאר די סי.איי.עי. האט איהם געכאפט. איך ווייס נישט ווען מענדל טשיקאגא האטציך דאס גע'חלומ'ט, אבער דער בלאט האט עס געברענגט באריכות אין א גאנצע סעריע פון עטליכע וואכן.

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:27 am

· #509303
עצי שטים
היסטאריע
איז עס נישט לעגאל צו אפזאגן פין זיין א טיטשער אין א רעליגיעזע מוסד, צוליב רעליגיעזע פארשידנהייטן?
פארגעס פון רעליגיע.
ל.ג.ב.ט. דיסקרימינאציע איז פון די ג' חמירות אין אמעריקע.
די זעלבע יודישע מוסד וואס עקזעסטירט נאר אלס די פרייהייט רעכטן, איז כפוי טוב מיט דינייען פרייהייט רעכטן פון אנדערע גרופעס.

יודען קענען גענוג די סיסטעם אז פאר זיי איז אויך דיסקרימינאציע פון די ג' חמורות. זיי נוצען די קאנסטיטוציע גענוג און נאך צו טוהן וואס זיי ווילען און ווען זיי ווילען. זיי מאכן א לעבן דערמיט, לאז א צווייטען אויך לעבן.

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:34 am

· #509304
צוזאמגעדרייט
ער איז אן עקל פון א מענטש, ווילסט זיין א "טרענס"? קיין פראבלעם, פון מיין זייט ווער א מאלפע אויב די ווילסט, וואס זיכסטו אבער אין אן ארטאדאקסישער מוסד? גיי דיר דיין וועג און לאז אונז אפ, טראלל.
מגן דוד, איז בארדאר ליין ארטאדאקסיש. ס'איז די גרעסטע עלטסטע מוסד פון סירישע יודען אין ניו יארק. ס'פלעג אייביג לויפן לויט די גייסט פון די עלטערע ספרד'ישע קאמיוניטי. היינט איז דא געהעריגע פרומע מוסדות און שטיבער, אבער אמאל איז געווען נאר מגן דוד וואס האט קינדער פון שטובער ווי מ'איז נישט מקפיד אויף שולחן ערוך. אויף יודישקייט יא, דאס איז די ווארימע ספרדישע גייסט, אבער למעשה איז שוואכע מעשות, אפענערהייט גלוי לכל.

שעצונג » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 6:48 am

· #509307
שמעון וואלף
נעקסט לעוועל
לאמער זעהן צי די בלאט אדער די איד העט די באריכטן די שרעקליכע מכשול...
זייער גרעסטע פראבלעם וועט זיין צו שרייבן די נאמען פון די מוסד. מגן דוד, ט'פוי
ווער איז אינטערסירט זיך צו באפאסן מיט א גואישע אדער פרייע אנטשטאלט?
די מגן דוד מוסד איז בכלל נישט אידיש. זיי עדענטיפעצירן זיך אלס ״רעליגיעז״ אבער אין ווארהייט זענען זיי כופרים און אפילו מחללי שבתות שיקן דארט. בעיסיקלי איז עס א פרייע סקול
(די סקול ווערט געפאנדעט דורך די ציוניסטישע פעדעראציע)

מרדכי מרדכי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 8:06 pm

· #509401
שעצונג
Chasidishmashpia
זייער מאדנע ווי אזא טעות קען פאסירן.
ישיבת מגן דוד איז קוים א שומר שבת חדר.
ס׳איז זייער מעגליך אז די אנפירער פון די חדר האבן עס אנגעשטעלט בכוונה. די שולע מגן דוד ווערט זעלבסט געפירט דורך ליבעראלע נידריגע מענטשן. נישא אומזונסט ווייסן די מאדערענע אז מען שיקט נישט דארט. די חדר איז ספעציעל געשטעלט פאר ארויסגעפאלענע שוואכע וואס האבן נישט גיין שום גדרים און אידישקייט. לויט מיין אינפארמאציע איז די מוסד א חלק פון די ציוניסטישע שמד אפאראט. די מוסד איז לחתחילה געגרינדעט געווארן דורך פרייע אנהענגער פון די ציוניסטישע מדינה.
איר קענט אפשר מחליט זיין וועלכע סארט חדר דאס איז ???

קוים שומר שבת וס. קיין שום גדרים אין אידישקייט.
די מוסד איז א חלק פון די ציוניסטישע שמד אפאראט וס. פרייע אנהענגער פון די ציוניסטישע מדינה.
מאדערנע שיקן נישט אהין וס. ארויסגעפאלענע וואס איז פארקערט פון מאדערן?

שמן למאור » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 8:16 pm

· #509403
וואלווי
צוזאמגעדרייט
ער איז אן עקל פון א מענטש, ווילסט זיין א "טרענס"? קיין פראבלעם, פון מיין זייט ווער א מאלפע אויב די ווילסט, וואס זיכסטו אבער אין אן ארטאדאקסישער מוסד? גיי דיר דיין וועג און לאז אונז אפ, טראלל.
מגן דוד, איז בארדאר ליין ארטאדאקסיש. ס'איז די גרעסטע עלטסטע מוסד פון סירישע יודען אין ניו יארק. ס'פלעג אייביג לויפן לויט די גייסט פון די עלטערע ספרד'ישע קאמיוניטי. היינט איז דא געהעריגע פרומע מוסדות און שטיבער, אבער אמאל איז געווען נאר מגן דוד וואס האט קינדער פון שטובער ווי מ'איז נישט מקפיד אויף שולחן ערוך. אויף יודישקייט יא, דאס איז די ווארימע ספרדישע גייסט, אבער למעשה איז שוואכע מעשות, אפענערהייט גלוי לכל.
דאן פארשטיי איך זיכער נישט מה כל הרעש. וואס שטערט זיי א טרענס טיטשער? די קינדער דארפן נישט וויסן אז די טיטשער איז טרענס, אדער אז עקזעסטירט בכלל אזא זאך ווי טרענס.
וואס האט זיין פערזענליכע לעבן מיטן זיין א טיטשער?

צוזאמגעדרייט » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 8:19 pm

· #509404
Re: ישיבת מגן דוד - טרענס טיטשער
עצי שטים
דאן פארשטיי איך זיכער נישט מה כל הרעש. וואס שטערט זיי א טרענס טיטשער? די קינדער דארפן נישט וויסן אז די טיטשער איז טרענס, אדער אז עקזעסטירט בכלל אזא זאך ווי טרענס.
וואס האט זיין פערזענליכע לעבן מיטן זיין א טיטשער?
כ'האף אז דו מיינסט עס ציניש, אויב נישט לאז וויסן און מ'העמיר ענטפערן.

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 8:25 pm

· #509405
כל הרעש איז, ווייל ווער ס'איז א ציוניסט איז א כשר'ע יוד. און ביי כשר'ע יודען איז א ציוניסט כשר. און אויב ביי זיי פאלט אריין א 'עכטע' עבירה ווי דעם, ווערט א רעש פאר א ערליכע סיבה.

פרימארגען » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:15 pm

· #509413
באהעלפער
אין מיין בליק זענען די אלע מאדנע ברואים אזעלכע אנע סיפוק אין לעבן, און דאס איז די תשובה אויף אלעס.
אויף וואס איז דיין בליק געבויט? זאג נאר פיש וואס זענען טרענס ווערן אויך טרענס ווייל עס פעלט זיי סיפוק?

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:23 pm

· #509415
פיש איז נאטורליך און קען נישט זיין טרענס פעט.

שמן למאור » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:15 pm

· #509433
צוזאמגעדרייט
עצי שטים
דאן פארשטיי איך זיכער נישט מה כל הרעש. וואס שטערט זיי א טרענס טיטשער? די קינדער דארפן נישט וויסן אז די טיטשער איז טרענס, אדער אז עקזעסטירט בכלל אזא זאך ווי טרענס.
וואס האט זיין פערזענליכע לעבן מיטן זיין א טיטשער?
כ'האף אז דו מיינסט עס ציניש, אויב נישט לאז וויסן און מ'העמיר ענטפערן.
איך מיין ערענסט.

חדשים » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:31 pm

· #509436
עצי שטים
וואלווי
צוזאמגעדרייט
ער איז אן עקל פון א מענטש, ווילסט זיין א "טרענס"? קיין פראבלעם, פון מיין זייט ווער א מאלפע אויב די ווילסט, וואס זיכסטו אבער אין אן ארטאדאקסישער מוסד? גיי דיר דיין וועג און לאז אונז אפ, טראלל.
מגן דוד, איז בארדאר ליין ארטאדאקסיש. ס'איז די גרעסטע עלטסטע מוסד פון סירישע יודען אין ניו יארק. ס'פלעג אייביג לויפן לויט די גייסט פון די עלטערע ספרד'ישע קאמיוניטי. היינט איז דא געהעריגע פרומע מוסדות און שטיבער, אבער אמאל איז געווען נאר מגן דוד וואס האט קינדער פון שטובער ווי מ'איז נישט מקפיד אויף שולחן ערוך. אויף יודישקייט יא, דאס איז די ווארימע ספרדישע גייסט, אבער למעשה איז שוואכע מעשות, אפענערהייט גלוי לכל.
דאן פארשטיי איך זיכער נישט מה כל הרעש. וואס שטערט זיי א טרענס טיטשער? די קינדער דארפן נישט וויסן אז די טיטשער איז טרענס, אדער אז עקזעסטירט בכלל אזא זאך ווי טרענס.
וואס האט זיין פערזענליכע לעבן מיטן זיין א טיטשער?
עפעס פעלט דא פון די מעשה. ווען און וויאזוי איז מען געוואר געווארן אז די טיטשער איז טרענס? וואס האבן די עלטערן/תלמידות רעאגירט? אויב האט די טיטשער גערעדט דערפון און געמאכט א גאנצע עסק, קען איך פארשטיין אז די עלטערן זענען נישט באקוועם דערמיט. ווי נישט ווי איז עס א זאך וואס איז פרעמד פאר זיי און זיי ווייסן נישט וואספארא עפעקט דאס וועט לאזן אויף זייערע קינדער. די מערסטע סעקיורד איז צו בלייבן מיט די סטאטוסקווא.

שמן למאור » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:07 pm

· #509443
איך פארשטיי אז עס קען שטערן פאר עלטערן אז טיטשערס וועלן פרעדיגן וועגן טרענס.
מיין שאלה איז נאר אז היות די מוסד איז דאך זייער מאדערן און עס שטערט דאך זיי נישט צו אויפנעמען פרייע אדער גויאישע טיטשערס, איז דאך עס א אנגענימענע זאך אין די ליבעראלע ניו יארק אז מען לערנט די זאכן מיט קינדער. דאס איז דאך די לעצטערע איבערקערענישן אין די בלויע שטאטן ווס. די רויטע שטאטן מיט די גאנצע פלארידע "דאנט סעי געי" סאמאטוכע.

ממנ"פ, איז דא אין די מוסד געהעריגע ליגאלע גיידליינס איבער וואס מען מעג יא אדער נישט אויסלערנען פאר די קינדער, דאן מוז זיך די טרענס טיטשער אויך האלטן דערצו. און אויב איז נישטא אזעליכע תקנות דאן קען יעדע צווייטע ליבעראלע טיטשער עס פרעדיגן, וא"כ וואס איז אנדערש א טרענס טיטשער?

סתם נישט צו גלייכן די טיטשער בלויז ווייל זי איז טרענס איז דאך טאקע ריכטיגע דיקרימינאציע וואס האט נישט קיין פשט.

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:21 pm

· #509444
ווען מ'זעט איין טרענס ביי עפעס מאדערנע, מיינט מען אלע ווילן דאס אזוי און זענען דערמיט איינשטימיג.
אבער ניין, אויך מאדערנע און אפילו נאך ווייטערע, זענען ווייט נישט איינשטימיג דערמיט.

חדשים » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:22 pm

· #509445
דא איז באשריבן די גאנצע מעשה מיט אסאך דיטעילס וואס ערגענצן די בילד. נאכן ליינען, האב איך באקומען א שטארקע געפיל צו איר זייט פון די מעשה.

שמן למאור » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:36 pm

· #509447
באהעלפער
ווען מ'זעט איין טרענס ביי עפעס מאדערנע, מיינט מען אלע ווילן דאס אזוי און זענען דערמיט איינשטימיג.
אבער ניין, אויך מאדערנע און אפילו נאך ווייטערע, זענען ווייט נישט איינשטימיג דערמיט.
נישט נאר וואס די מאדערענע ווילן עס נישט נאר רוב ריפאבליקאנער ווילן עס נישט. אבער אז די מוסד איז נישט מקפיד וועמען זיי נעמען פאר טיטשערס און זיי קערן נישט אויב ער איז א פרייע אדער א גוי דאן קוקן זיי דען יא אויב ער איז א ליבעראלער וואס האלט אז מען דארף אויסלערנען פאר קינדער ל.ג.ב.ט. רעכטן וכדומה?
עס איז שוין אייגנטליך מעגליך דא א טיטשער צוויי וואס לערנען אויס די זאכן דארטן אין די מוסד...
פארגעס נישט, ווי פאריקט אונז קוקן עס אהן, איז אין די ליבעראלע מידיא וועלט די זאך שטארק אנגענומען.

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:40 pm

· #509448
זאגסט גוט, אין די 'מידיע'. אבער מעגסט שוין רילייזען, מידיע איז נישט איך און דו... מידיע איז א מאסק! וואס וויל פירן אונזער דעה מיט כח.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:52 pm

· #509450
עצי שטים
באהעלפער
ווען מ'זעט איין טרענס ביי עפעס מאדערנע, מיינט מען אלע ווילן דאס אזוי און זענען דערמיט איינשטימיג.
אבער ניין, אויך מאדערנע און אפילו נאך ווייטערע, זענען ווייט נישט איינשטימיג דערמיט.
נישט נאר וואס די מאדערענע ווילן עס נישט נאר רוב ריפאבליקאנער ווילן עס נישט. אבער אז די מוסד איז נישט מקפיד וועמען זיי נעמען פאר טיטשערס און זיי קערן נישט אויב ער איז א פרייע אדער א גוי דאן קוקן זיי דען יא אויב ער איז א ליבעראלער וואס האלט אז מען דארף אויסלערנען פאר קינדער ל.ג.ב.ט. רעכטן וכדומה?
עס איז שוין אייגנטליך מעגליך דא א טיטשער צוויי וואס לערנען אויס די זאכן דארטן אין די מוסד...
פארגעס נישט, ווי פאריקט אונז קוקן עס אהן, איז אין די ליבעראלע מידיא וועלט די זאך שטארק אנגענומען.

פארגעס נישט, זי איז געווען געקליידעט אין א צניעות'דיגע "סקירט" און אויסגעזען פרום.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:55 pm

· #509451
עצי שטים
סתם נישט צו גלייכן די טיטשער בלויז ווייל זי איז טרענס איז דאך טאקע ריכטיגע דיקרימינאציע וואס האט נישט קיין פשט.
דו פראבירסט צו פארקויפן ליבעראלע שיטות? אדער דו ווילסט פארשטיין פארוואס מען האט איר פארשיקט?

שמן למאור » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:58 pm

· #509453
חדשים
דא איז באשריבן די גאנצע מעשה מיט אסאך דיטעילס וואס ערגענצן די בילד. נאכן ליינען, האב איך באקומען א שטארקע געפיל צו איר זייט פון די מעשה.
זיי לייגן פארשטייט זיך אראפ די טיטשער ווי די געליטענע נעבעך. זיי טענה'ן אז ער האט בלויז געוואלט זיין א טיטשער און עס נישט געטון מיט א כוונה תחילה צו מאכן א לאוסוט.

וואס האט מיר געפאלן איז די פאלגנדע ווערטער...
The controversy comes as New York yeshivas are already under fire for a perceived lack of secular education, and LGBTQ rights in the community are under the spotlight as New York’s Yeshiva University attempts to block a Pride club from recognition on campus.

יא יא, דאס וויל מען עווענטועל באצווינגען פאר יעדעם צו לערנען...
עס וועט נישט געדויערן לאנג און די שטאט טאטעס אין ניו יארק וועלן באצווינגען אונז אלע צו לערנען ל.ג.ב.ט. לימודים... מען טאר דאך נישט צוריקהאלטן די קינדער פון וויסן וואס זיי זענען...

מען וועט ליינען אזוי אין די קומענדיגע ניו יארק טיימס ארטיקל:
דזשאסעף קראוס האט פארציילט פאר די טיימס ווי ער האט ניטאמאל געוויסט פון אזא זאך ווי געי לערנענדיג אין די חסידישע ישיבות. ער פילט ווי מען האט אים ממש צוגענומען די רעכט פון זיין וואס ער איז, און פראקטיצירן זיין סעקסואלע אידענטיטעט. "איך בין זיכער אז הונדערטע קינדער ליידן יעדע טאג אין אזא אינווייערמענט" האט ער אונז געזאגט אין א סטיעטמענט. "עס איז גייט נאך דארטן אהן די צעריקגעשטאנענע מהלך פון בלויז סטרעיט און פערטיג".
ווען אונז האבן אנגעפרעגט די לויערס פון UTA האבן זיי אונז נישט געגעבן קיין אנטווארט...

למעשה אויף די ברענער שוי טענה'ט אלען דערשאוויץ אז די מוסד האט אויך א גוטע קעיס.
https://youtu.be/okY_IHjFNIE

חדשים » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:03 am

· #509455
לויט די ארטיקל האט זי רעזיגנירט פון די אייגענע ווילן. איך זע נישט וואס די קעיס קען זיין.

מי ימצא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:08 am

· #509457
עצי שטים
מען וועט ליינען אזוי אין די קומענדיגע ניו יארק טיימס ארטיקל:
דזשאסעף קראוס האט פארציילט פאר די טיימס ווי ער האט ניטאמאל געוויסט פון אזא זאך ווי געי לערנענדיג אין די חסידישע ישיבות. ער פילט ווי מען האט אים ממש צוגענומען די רעכט פון זיין וואס ער איז, און פראקטיצירן זיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אידענטיטעט. "איך בין זיכער אז הונדערטע קינדער ליידן יעדע טאג אין אזא אינווייערמענט" האט ער אונז געזאגט אין א סטיעטמענט. "עס איז גייט נאך דארטן אהן די צעריקגעשטאנענע מהלך פון בלויז סטרעיט און פערטיג"
ווען אונז האבן אנגעפרעגט די לויערס פון UTA האבן זיי אונז נישט געגעבן קיין אנטווארט...
מיין קערפער הייבט זיך אן ווארפן אין א קאלטע פיבער.

סוי אויב איך קוק אן אזאנס גרויליג, וואס אפשר (איך האף אז נישט) וועלן מיינע קינדער אנקוקן ווי העכסט נארמאל.
אפשר, אפשר, זענען מיינע עלטערן גערעכט מיט דעם וואס זיי האלטן אז די יעצטיגע ארטיקל איז שרעקליך, און אין מיינע אויגן איז עס אקעי צו געבן א געהעריגע עדיוקעשען פאר די קינדער?????????

שוין, נישט אויף אלעס איז דא א ענטפער!!!!!

חדשים » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:09 am

· #509458
צוזאמגעדרייט
פארגעס נישט, זי איז געווען געקליידעט אין א צניעות'דיגע "סקירט" און אויסגעזען פרום.
נישט "אויסגעזען" פרום, זי איז פרום. ליין די צוגעצייכענטע ארטיקל.

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:12 am

· #509459
חדשים
לויט די ארטיקל האט זי רעזיגנירט פון די אייגענע ווילן. איך זע נישט וואס די קעיס קען זיין.
אין די ארטיקל שרייבן זיי אז זי האט נישט געקענט קאמענטן פאר די טיימס וועגן די רעזיגנאציע. זעט אויס אז עס איז געווען עפעס א אפמאך.
זיי דערמאנען אויך בתוך הדברים וועגן גיין אין קאורט.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:12 am

· #509460
מי ימצא
מיין קערפער הייבט זיך אן ווארפן אין א קאלטע פיבער.

סוי אויב איך קוק אן אזאנס גרויליג, וואס אפשר (איך האף אז נישט) וועלן מיינע קינדער אנקוקן ווי העכסט נארמאל.
אפשר, אפשר, זענען מיינע עלטערן גערעכט מיט דעם וואס זיי האלטן אז די יעצטיגע ארטיקל איז שרעקליך. און אין מיינע אויגן איז עס אקעי צו געבן א געהעריגע עדיוקעשען פאר די קינדער?????????
ס'איז לדעתי א שטארקע טענה.

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:21 am

· #509461
צוזאמגעדרייט
ס'איז לדעתי א שטארקע טענה
זיכער אז זאכן שיפטן...
ביי טרענס איז עס אינטערשטעליג פון ג. און ל. ווייל דאך איז טרענס א לעבנס טויש, און קינדער וואס טוען עס און נעמען פיובירטי בלאקערס קען עס האבן ווייטגרייכנדע קאנסעקווענסן. אבער אפילו אין די רעכטע לאגער ווי די זאכן זענען מיט צוואנציג יאר צוריק געווען מופרך לגמרי איז עס שוין היינט מער אנגענומען.
די ווינט בכלליות איז מער און מער אנצונעמען די אותיות חברה, און זיי גיבן מער רעכטן און אנערקענונג. נישט צו לאנג צוריק איז געי מערידזש נישט געווען ליגאל אין אמעריקע, און אבאמא האט עס ליגאליזירט! יא בלויז אבאמא... נישט קיין 50 יאר צוריק. אבער עס גאלאפירט שנעל אין יענע דירעקציע.. עס איז העכסט נארמאל פאר א ליבעראלע משפחה אין לאס אנדזשעלעס אדער ניו יארק סיטי צו האבן לכה"פ איין אותיות מעמבער אין די משפחה אויב נישט מערערע. די זאך עקספלאדירט אויף א מאסשטאבליכע פארנעם, און די קאורטס, פאלעטישנס, און מידיא איז אויף זייער זייט.

חדשים » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 11:31 pm

· #509550
הרב יששכר כ”ץ שרייבט אז ער קען גוט די טיטשער, און הלואי זאלן אלע אונזערע קינדער’ס טיטשער’ס האבן די יראת שמים און אהבת התורה און זיין א מדקדק בקלה כבחמורה אזויווי זי איז.
לגבי די חלק ההלכה, ער אטעטשט א 60 בלעטערדיגע בירור וואס איך האב נישט דורכגעלערנט.

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 11:41 pm

· #509552

😂
בלאט: 1 2