☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?

פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15550

צוזאמגעדרייט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 3:48 am

· #508835
פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
די זיצט און שימפעסט פאר כעס אויפן היימישן חינוך סיסטעם באלד אזוי ווילד ווי דער טייוול אום חודש אלול, מ'דארף טון אזוי מ'דארף טון אזי, די רבנים זענען דיקטאטורן, די עסקנים זענען דורעכגעפוילט, מלמדים זענען אין בעסטן פאל נישט שולדיג נאר זענען בלויז טיפשים, די מוסדות זענען קורופטירט. מ'וויינט און מען לאזט טרערן ווי קראקאדילן אזש פאר א דרויסענדער קען זיך דאכטן אז איר זענט געבינדן מיט אייזערנע קייטן ממש.

איך ברוביר צו צוזאמשטעלן וואס איר ווילט אבער לאגיש גייט עס פשוט נישט, כ'מיין וואס ווילסטו? די טענות'ט אז די היימישע סיסטעם\(קולט) איז א געמיש פון שקר און קאנטראל, א קאמיונעטי פון קלוגע פירער מיט פארנאטישע נאכפאלגער. פיין, כ'הער אזוי גייט די וועלט, רוב מענטשן האבן ליב צו קאנטראלירן אדער צו זיין קאנטראלירט, מ'קען אויסרעכענען אן א צאל לענדער פעלקער און געמיינדעס וועלכע פירן זיך בלינדערהייט אינטער זייערע פירער, טייל ברוטאלע און טייל מער צעווילעזירטע.

אינז וואוינען אבער אין נ"י, די קענסט טון וואס די העק עס שמעקט דיר, עס דרייען זיך נישט דא ארום קיין בערדיגע פארשוינען אויף אלטע טעיאטוא פיקאפ טראקס מיט מיט עי קעי 47'ס אויפן אקסל. ווער לאזט דיך נישט שיקען דיינע קינדער אין חב"ד, אדער צו ליטווישע מוסדות, צו מאדערענע מוסדות? אויב די ווילסט ממש זיין אייגנארטיג קענסטו אפילו געבן היים שולע עדיוקאציע.

ווען איינער קומט מיט די טענה אז ער\זי וויל פארלאזן יודישקייט אינגאנצן און זיך גיין לעבן א סעקולארע לעבן, דעמאלט האט ער א שטארקע טענה, פאקט ווייזט אז ס'איז כמעט אומעגליך אדער על כל פנים ס'איז זייער א שווערע "סטראגל", מען זעהט טאקע ווי גרויסע פראצענטן פון או טי די'ס מיטשען זיך מיט אלערליי פראבלעמען.

אבער זיך געבן א גליטש ארויס פונעם לאקאלע סיסטעם און שיקן די קינדער צו אן ענגליש רעדנדע מוסדות אדער דאס גלייכן, מ'קען מיינען אז מען רעדט פון זיך אריין-שווערצן קיין עריע 51. כ'זאג נישט, עס געשעהט נישט פון זיך אליינס, קיינער גייט נישט קומען צו דיין טיר מיט א גרינע רעגיסטראציע קארטל (כ'רעדט פון א דורכשניטליכע פארדינער), אבער אז די זארגסט זיך באמת פאר דיין קינד'ס וואוילזיין פונקט אזוי שטארק ווי דיין אויסגעריסענע גארגל דינערט בין גברא לגברא, אויב ס'איז ממש אזוי, דארף עס אייך נישט זיין צו שווער.

סא וואס ווילסטו? ווילסט טוישן די סיסטעם? אויב יא, וויל איך אייך אויפמערקן צוויי נקודות,
1) "איטס עי לאסט געים", נישט די און נישט די נו יארק טיימס גייען טוישן די 'קולטור' אפילו כחוט השערה, פינטל.
2) פארוואס ווילסטו א טויש? הייב אויף דיין מכילטא און גיי! ס'איז אזויווי די זאלסט פארן צו טעהעראן און מסביר זיין די גייסטליכע פירער אז פרויען דארפן און זאלן האבן רעכטן. אוואדאי, איך האלט אויך אזוי, אבער דער שמייליגער דארטן האט אן אנדערע סארט מח סטרוקטור ווי מיר און דיר.
די האלסט אז די היימישע סיסטעם איז נישט די עכטע יודישקייט, ס'איז סתם בלאף און כ'ווייס נישט וואס. נישט קיין פראבלעם, די מיזט עס נישט דעבאטירן מיט קיינעם, די דארפסט נישט אריינגעבן קיין פאפירן אין געריכט, קענסט פשוט און גראד אוועק שפאצירן.

אין צוויי שירות:
אויב די גלייבסט אין די רבנים איז דאך די חינוך אמת און הייליג.
אויב נישט, איז וואס זיכסטו דארט?

מיין פראגע איז נישט פארוואס די פארפירסט, ס'איז פארשטענדליך, קען זיין אז די האסט שטארקע און גערעכטע טענות אויף די וועג וויאזוי מען האט דיר אויפגעצויגן, אבער "איים סא סארי" סתם זיצן פויל און פאסיוו און וויינען, דאס איז אין מיינע אויגן אבסורד ביז גאר! ווער רעדט נאך אז די מיט דיינע אייגענע הענט לייגסטו ארויף דיינע קינדער יעדן טאג אויף א באס און די שיקסט זיי אפ צו א חדר\סקול וואס די אליינס האלסט אז ס'איז גגעעפפעעררלליךך!

היפאקריט!

צוזאמגעדרייט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 3:51 am

· #508836
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
דאס איז געשריבן צו מענטשן וועלכע שיקן צו חסידישע מוסדות און שעלטן אויפן סיסטעם, איך בין בכלל נישט דא צו דן זיין וואס איז לטובת די קינדער, איך קום אויך נישט זאגן וואס איז אמת אדער נישט, גוט אדער שלעכט.
איך אדרעסיר בלויז א געוויסע קולטור און איך ברענג נאך זייערע טענות אין-באגלייט מיט פראגע צייכענעס. דאכצעך מיר און ס'זעהט מיר אויס אז די קולטור (אדער ווי-זוי אימער מען וויל זיי\עס ריפן) די סארט מענטשן ציילן זיך אין גרויסע ציפערן.

מרדכי מרדכי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:28 am

· #508839
איך האב טאקע אזוי געטוהן אבער מיין נישט אז עס איז אזוי גרינג ווען די פאמיליע לייגט פרעשור

היסטאריע » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 8:28 am

· #508841
איז דא חסידישע מוסדות וואס לערנען מיט די קינדער בעסער?

און דער עיקר נקודה וואס די פארשטייסט נישט, איך זאל גיין? נעווער!! דער רבי זאל גיין!!!

דער טיימס וועט דיר זאגן זאלסט גיין צו גואוטמאלע צו לב טהור, וואס וואלסטו געענטפערט?

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:15 am

· #508842
איך לייג מיין קינד אויף דעם באס, ווייל דאס איז באמת די בעסטע אפציע וואס אונז האבן אויפן טיש. נאר אונז זעמער בני מלכים און אונז פארלאנגען קיין ברעקל ווייניגער ווי שלימות...!
(צו שרייען און פארפירן וועט אויפטון איז א שאלה... אבער שטיל טאָר מען נישט בלייבן.)

צוזאמגעדרייט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:26 am

· #508856
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
אמת, ס'איז דא פעלער ווי מען איז איז טאקע געבינדן, למשל מאן אין ווייב וועלכע האבן מיינונגס פארשידענהייטן. אבער אין רוב פעלער וואס איך האלט מיט זענען זיי סתם פויל.

היסטאריע » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 11:25 am

· #508859
דאס איז א אינטערסאנטע ספין, אז די קעיסעס וואס מען וויל האלטען די קינדער אין היימישער מוסדות ווען מען איז נישט צוזאמען, וועט נישט האבן קיין האפט אין קארט, ווייל די ישיבות געבן נישט קיין גוטע עדיוקעישן.

מרדכי מרדכי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:20 pm

· #508916
איז שוין געשען אז מען האט איינעם ארויסגעווארפן פון א קהילה/חסידות ווייל ער האט געשיקט צי א צווייטע מוסד?

פאליטיקאנט » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:53 am

· #508934
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
מרדכי מרדכי
איז שוין געשען אז מען האט איינעם ארויסגעווארפן פון א קהילה/חסידות ווייל ער האט געשיקט צי א צווייטע מוסד?
כ'ווייס נישט אויב אפיציעל מטעם הקהילה, אבער אז משפחות זאלן זיך צוקריגן (שווער נישט רעדן מיטן איידעם) האב איך שוין מיטגעהאלטן.

קהל'ס נער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 1:08 am

· #508937
איך קען א יוד וואס זיין זוהן איז ליידער ליידער, אויף אלע נאציס און אנטעסעמיטן געווינטשן, געווארען א ברסלב'ער. די טאטע האט געבלאזן און נישט גערעדט מיטן זוהן פאר 2 חדשים, ביז דער טאטע האט געזען, אז ער האט 2 ברירות:
1. האבן א ברסלב'ע זוהן און זיין צוקריגט מיט אים,
2. האבן א ברסלב'ע זוהן און נישט זיין צוקריגט מיט אים.

וברוב חכמתו האט ער גענומען די צווייטע אפציע.

א שווער וואס רעדט נישט מיטן איידעם פאר'ן שיקן אין א צווייטע מוסד, לאז עים גיין קאקען, ער וועט נישט רעדן מיט דיך ביז ער וועט קראכן, איינמאל ער זעהט אז דו גייסט זיך נישט טוישן פארלירט ער די אפעטיט פון פייטן.

אונטער חכם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 1:18 am

· #508938
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
[ציטאט אראפגענומען]
דער זעלבער פעלבערבויםַ שרייט אויף יוחנן דאן אז ער איז א היפאקריט ווייל ער האט יא באקומען א גוטע עדיוקעישאן אין סטאלין.

כמעט אלע זיינע תירוצים פאלן אוועק ווען עלטערן האבן די ברירה צו שיקן אין סטאלין.

קל וחומר » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 3:23 am

· #508939
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
הרב צוזאמגעדרייט, איך מוז דיר געבן קרעדיט פארן אזוי גוט אויפכאפן וואס די טיימס האט באמת געמיינט.

האסט נישט ליב אונזער דרך אין חינוך אין ניו יארק? ביסט נישט קיין חסיד פון אונזערע חוקי התועבה? גלייכסט נישט אונזער קאלירפולע קולטור?
פארוואס דע העל וואוינסטו נאך דא??? הייבט אייך אלע אויף און צוהט ענק אריבער קיין פלארידע, טעקסעס אדער אריזאנע.

אלא מאי, ביסט יא מסכים צו געניסן פון אונזערע פראגראמען, אייניגע רעכטן, ווירבלנדיגע עקאנאמיע, סטאבילע ריעל עסטעיט וכו וכו, דאן דארפט איר אויך קענען צושטעלן נארמאלע בעיסיק עדוקאציע פאר די קינדער אז זיי זאלן טאקע אויך קענען צוגעבן צום כלליות'דיגן עקאנאמיע און זיין א גברא בגוברין.
לאו מלכא אנא.

היפאקריט!

צוזאמגעדרייט » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 3:45 am

· #508941
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
קל וחומר
היפאקריט!
ווער? כ'בין א טראפ צעמישט.

טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 4:10 am

· #508942
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
צוזאמגעדרייט
פאקט ווייזט אז ס'איז כמעט אומעגליך אדער על כל פנים ס'איז זייער א שווערע "סטראגל", מען זעהט טאקע ווי גרויסע פראצענטן פון או טי די'ס מיטשען זיך מיט אלערליי פראבלעמען.
עקסקיוז מי, טאלק פאר יורסעלף. אוודאי אויב דו מיינסט אז דו קענסט סוויטשן אזוי נישט מיר נישט דיר פון א ראש לשועלים (כאטש נאר מיט טשערי לייטס) צו א ראש לאריות וועט עס זיין א סטראגל, טאקע ווייל אונזער סיסטעם שטאפירט דיך אזוי ווייניג אויס. אבער צו זיין א זנב לאריות איז אזוי לייכט ווי איינפאך פטור ווערן פון דעם סאבעל שוואנץ [emoji23] און אמאל אויכעט שניידן די אנדערע שווענץ תרתי משמע.. לול עגעין. כווייס נישט ווי ס'קומט צו מיר היינט די קריעטיוועטי אבער ס'שארט זיך מיר פון די ארבל..


Sent from my SM-G973F using Tapatalk

היסטאריע » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 8:25 am

· #508943
כמעט אלע זיינע תירוצים פאלן אוועק ווען עלטערן האבן די ברירה צו שיקן אין סטאלין
איך האב נישט ליב סטאלין, איך האב ליב סאטמאר. איך וויל אז אין סאטמאר זאלען מיינע קינדער קענען מער לימודי חול, און זאלען רעדן ענגליש מיט דער הייליגער הברה פין אונגארן.

מתבודד » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 10:18 am

· #508950
אן טוישן מוסד איז דא אסאך צו טון ארויסצוהעלפן די קינדער קענען בעסער ענגליש.

מיין פאטער האט אלס ערווארט פון מיר די זעלבע גוטע צייכענעס אויף די לימודי חול בחינות און רעפארט קארטלעך ווי די לימודי קודש. מ’האט געקויפט די ענגלישע מאגאזינען פונקט ווי די אידישע, (יאפ.. נאכ’ן שרייען מיט די אנדער קינדער ”ענגליש פוי טמא” בין איך אינדערהיים געזיצן אויפן קאוטש און דורכגעליינט די ’aim!’ וכדו’) ווען איך האב געמאכט א טעות אין ארויסזאגן אדער אויסלייגן א ווארט אין ענגליש אומריכטיג האבן מיינע עלטערן גענומען די פאר מינוט מיר צו פאררעכטן און שוין אויך אויסלערנען די כללים ארום דעם, און מיין רעדן ליינען און שרייבן ענגליש איז טאקע געווען פאראויס פון רוב פונעם כתה.

כללו של דבר, אויב טוסטו נישט די מינימום צו אליינס אויסלערנען דיין קינד ענגליש, אבער שפעטער שרייסטו אז די מוסדות טוען נישט גענוג, אפי’ דיין טענה איז גערעכט, ביסטו א...

היפאקריט.

היסטאריע » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 10:52 am

· #508953
זייער שיין. עס ווענדט זיך אבער אין דעם קינד, נישט יעדער האט די מוחות צו קענען זיך לערנען אליין ליינען ענגלישע שפראך און ליינען א מאגאזין. זאגען אז קויפן אפאר מאגאזינען מאכט אז די קינדער זאלען קענען ליינען ענגליש בשעת ווען אין חדר איז א האלבע קלאס ביזי דורכטוהן צו וואס מען לערנט איז כפירה און ווארפען ספיטבאללס, איז א שיינער דמיון.

און נאך א נקודה. דער קלוגער אינגעל, דער וואס קען כאפען שפראך פין מאגאזינען און דורך אליין נישטערן, פאר אים זארגט מען נישט, ער וועט קענען גענוג גוט... דער מוח בינוני, וואס קען נאר וואס מען לערנט אים אויס, און ער בלייבט סך הכל מיט דער אפציע צו זיין א באקסעס שלעפער, אדער קנעטער אין מצה בעקעריי, וועגען אים רעדט מען.

אונטער חכם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 8:52 pm

· #508985
Re: פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?
קל וחומר
הרב צוזאמגעדרייט, איך מוז דיר געבן קרעדיט פארן אזוי גוט אויפכאפן וואס די טיימס האט באמת געמיינט.

האסט נישט ליב אונזער דרך אין חינוך אין ניו יארק? ביסט נישט קיין חסיד פון אונזערע חוקי התועבה? גלייכסט נישט אונזער קאלירפולע קולטור?
פארוואס דע העל וואוינסטו נאך דא??? הייבט אייך אלע אויף און צוהט ענק אריבער קיין פלארידע, טעקסעס אדער אריזאנע.

אלא מאי, ביסט יא מסכים צו געניסן פון אונזערע פראגראמען, אייניגע רעכטן, ווירבלנדיגע עקאנאמיע, סטאבילע ריעל עסטעיט וכו וכו, דאן דארפט איר אויך קענען צושטעלן נארמאלע בעיסיק עדוקאציע פאר די קינדער אז זיי זאלן טאקע אויך קענען צוגעבן צום כלליות'דיגן עקאנאמיע און זיין א גברא בגוברין.
לאו מלכא אנא.

היפאקריט!
וואס איז דער דמיון פון מופן פון איין לאנד צום צווייטן ביז טוישן מוסד?

קל וחומר » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 1:18 pm

· #509011
איך געדענק נישט אז איך זאל שרייבן וועגן מופן צו א צווייטן לאנד.
בכל אופן די דמיון וועגן מופן צו א צווייטע סטעיט איז גאנץ פשוט, טויזנטער מענטשן מופן יעדן טאג צו אנדערע סטעיטס פאר אלע מיני סיבות. ס'איז לכאורה נאך גרינגער (מצד פסיכאלאגישע דרוק) פאר רוב היימישע צו מופן צו אן אנדערן שטאט ווי צו לייגן די קינדער אין א בעדערענע מוסד.

היסטאריע » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 1:55 pm

· #509013
אונטער חכם
וואס איז דער דמיון פון מופן פון איין לאנד צום צווייטן ביז טוישן מוסד?
מיט וואס איז עס אנדערש? נאך מער, די מדינה איז נישט אונזער, עס איז דא דינא דמלכותא, רעדט מען זיך איין אז מען איז באלעבאס דא אין אמעריקע און מען מאכט א געהעריגע מרידה באומות צו זאגן קלאר און אפן אז מען גייט נישט פאלגען די ממשלה.

נאר דווקא די מוסדות, וואס געהערן צום ציבור, און זענען מושלט פון יחידים, זיי האבן א רעכט צו זאגן פאר רוב ציבור וויאזוי מען גייט פירען די מוסדות נגד דעתם? א פלא!!

מען האקט

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:40 pm

· #509115
איך ווייס אז וואס איך גיי דא זאגן איז נישט דער סאבדזשעקט אין דעם אשכול. אבער דער קעפל איז שטארק ענליך און זייער נוצליך.

איך האב געליינט אין דעם אנדער'ן אשכול (זוכר נמחקות פון אייוועלט) אז די וואך איז דא געווען א שטיקל ערנסטע זוכעניש פון א 4 יעריג קינד וואס האטציך פארלוירן. חברים האבן איבערגעדרייט א שטאט (כלשונו של המגיב). מ'האט געטראפן דאס קינד. ער איז ארויף אויף דעם ראנג באס. און געענדיגט אין אן אנדער חדר.

בדידי הוה עובדא. ביי מיר איז געשעהן די פארגאנגענע וואך דינסטיג אזא מעשה. א קליין יונגל פון נוירסערי האט געדארפט גיין די ערשטע מאל אויף מיין באס. ער איז נישט געווען ביי זיין סטאפ. פלוצלינג שטעלט מיך אפ דער דרייווער פון א מוסד וואס האט אן ענליכן נאמען (נאר נישט די זעלבע) צו די ישיבה וואו איך דרייוו. ער זאגט מיר אז ער האט א יונגל וואס באלאנגט אויף מיין באס. דעם יונגל'ס באבע האט געמאכט א טעות און איהם ארויפגעלייגט אויף די ראנג באס. די מזל איז אז דער יונגל האט געהאט אן איי. די. טעג מיט זיין נאמען. פון מיין ישיבה.

נ.ב.: אויב דער מנהל (אדער סיי ווער) וויל נאכמאכן איי-וועלט און אויסמעקן מיין תגובה מיט דעם תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין, וועל איך גארנישט ברויגז זיין...!