☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט

ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15538

תרמב » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 1:29 pm

· #508558
ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט
די אפיס פון די בריטישע קעניגרייך האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט זאגנדיג אז די דאקטורים זענען באזארגט איבער די געזונט צושטאנד פונעם קעניגן, דאס האט געפירט צו שפעקולאציעס אז די קעניגן איז געשטארבן, ווייל זיי האבן געזאגט אז מ'גייט נישט מעלדן ביז די גאנצע פאמיליע איז דארט, און זיי אלע קומען צו פארן יעצט, די מידיא אנקארס האבן שוין אן שווארצע רעקלעך און נעקטייס ווי די פראטאקאל איז אז מ'דארף גיין ווען די מאנארך שטארבט, דאס איז א אנדייטונג אז זיי ווייסן דערוועגן און זיי ווארטן אויף רשות צו מעלדן, מענטשן האבן שוין אנגעהויבן צו לייגן בלומען ארום די באקינגהעם פאלאץ, עס איז אינטערסאנט אז די קעניגן האט נאך באגריסט צוויי טעג ליז טרוס צו ווערן די נייע פרעמיערשע אין ענגלאנד, אויף די בילדער האט נישט אויסגעקוקט ווי זי האלט שוין ביים שטארבן.

קומט יעצט אריין די נייעס אז BBC האט אפיציעל באשטעטיגט אז די קעניגן איז געשטארבן היינט אין אוונט, עס איז ערווארטעד אז דער זון פרינץ טשארלס זאל איבערנעמען די סימבאלישע מלוכה, די גאנצע בריטישע קאמענוועלט איז איינגעהילט אין א טרויער...

מר. קלונימוס » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 1:38 pm

· #508559
יעצט האלט די שוין נישט ביים שטארבן

שאלתיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 1:47 pm

· #508561
רעבעצין עליזאבעט איז געשטארבן.

לויט א ספעציעלע פראטאקאל מיטן נאמען ''לאנדאן ברידזש'' וועלכע איז גרייט נאך פון די 60'יער יארן וועט די פראצעדור אריבערגיין ווי פאלגענד:

פרעימיער מיניסטער (ליז טראס וועלכע איז ממש יעצט ערוועלט געווארן) וועט באקומען די ביטערע בשורה דורך די פריוואטע סעקרעטאר פונעם קעניגן דורך א זיכערע טעלעפאן ליניע.

-סעקרעטאר פון ממשלה באקומעט די נייעס און ער מעלדעט עס פאר די מיניסטארן

-די נוסח :'' אין די מינוט זענען אונז אפגעדעיט געווארן איבער די טויט פון הוד מלכותה''

די פענער גייען אראפ צו האלב. ביז צען מינוט וועט דער בית המלוכה אפדעיטן די ברייטע מאסן

- די פרעסע וועט באקומען די נייעס דורך די אפיציעלע מידיע אפיס און די פרעזענטארן וועלן אנטון טונקעלע שניפלסעך און די באריכט וועט זיך אנפאנגען מיט א סעריע בילדער גרייט פון פאראויס ביז עס וועט ארויסגיין די אפאציעלע באריכט.

- די אויפנאמע פון טשארלס אלץ קעניג וועט זיין צומארגנס. זייגער 10 וועט זיך צוזאמען קומען א ספעציעלע קאמיטע אין די פאלאץ וועלכע וועט אויסרופן טשארלס אלץ יורש.

-2 טעג נאך די טויט אויסרוף וועט די ארון געשטעלט ווערן אין באקינגהאם פאלאץ.

- די גרויסארטיגע לווייה וועט פארקומען 10 טעג נאכן טויט אויסרוף אין וועסטמינסטער קירכע. די טאג פון לוויה וועט זיין א נאציאנאלע יום אבל און טרויער פאראדן וועלן מארשירן איבער גאנץ ענגלאנד.

און איך האב געמיינט אז נאר אונז האבן אדמו"רים און רבי'ס..

שאלתיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 2:11 pm

· #508563
טראכט נאר אריין אין דעם:

א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.

איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.

קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.

די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.

געהעריגע רעביסטעווע..

תרמב » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 2:27 pm

· #508564
באקומען פון איינעם א ווערטל

זי האט נעבעך אסאך מיטגעמאכט, אן אייניקל אירע האט זיך אויסגעטאן די ווייסע זאקן און חתונה געהאט מיט א ספרדישע....

Chasidishmashpia » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 3:18 pm

· #508568
געווען א מיתת נשיקה?

תוכו כברו » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 3:24 pm

· #508569
אז מ'רעדט שוין, וואס איז די מעשה מיט די ענגלישע מלוכה, דער קעניג האט עפעס מאכט אדער ס'איז בלויז א סימבאלישע זאך?

כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 4:21 pm

· #508574
א טשיקאווע מעשה האט זיך אויסגעשפילט אויף סאושל מידיא היות אז אין קאנאדא דארפן נייע בירגער שווערן געטריישאפט צו די מלוכה און ווען די נייעס איז אריינגעקומען איז מען געבליבן סטאק אינדערמיט, סהאט גענומען א וויילע ביז מען האט אויסגערופען

His Mastery King Charles III, King of Canada

און

The Queen is dead, long live the king"!

https://twitter.com/robroc/status/1567933492859736073?s=20&t=q9V9UeA6riaT8hnKE-ELUA
📎 rocha.png

פרייוויליג » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 6:05 pm

· #508584
שאלתיאל
טראכט נאר אריין אין דעם:

א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.

איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.

קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.

די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.

געהעריגע רעביסטעווע..
עס איז טאקע צייט צו אויפלעזן די גאנצע קעניגרייך און דאנעטן די געלט פאר היימלאזע.

די וועלט זאל פשוט נישט רעאגירן צו די קינגדעם מער.

לפורקנך סברית » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 6:23 pm

· #508585
נישט אמת.
די גאנצע קעניגרייך אינדוסטרי ברענגט אריין שווערע מיליאנען פון טוריזם..

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 6:53 pm

· #508587
בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....

סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?

מתבודד » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 7:15 pm

· #508590
קהל'ס נער
בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....
פארגעס פון ווערן קעניג אזוי שנעל, צוליב ’געוויסע’ סיבות האט מען אפגעשטיפט די קרוינונג אויף נאך א יאר...

חב''ד הויזן » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 7:44 pm

· #508591
קהל'ס נער
בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....

סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?
ווייל די פאלק האט איר געקרוינט. סימפל.

אז דו וועסט האבן א ציבור וואס וועט דיך קרוינען דאן ביזטו קעניג. אין מלך בלא עם.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 8:08 pm

· #508592
די לצים פאסמאקעווען זיך

Nanach » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 8:36 pm

· #508593
פאר אלע דא וואס מיינען אז עס איז נאר סימבאליש, לאמיר אייך מודיע זיין לא מיט אן א'.

די קעניג אין ענגלאנד האט באמת א כח, עס איז טאקע נישט קיין טאטעל מאנארכי, אבער די פאוער ליגט ביי די קעניגרייך. פאר איין דוגמא, אין ענגלאנד וואוט מען נאר פאר די האוז אף קאמאנס (עקוועוועלענט צי קונגרעס אין אמעריקע). די האוז אף לארדס (עקוועוולענט צו סענאט דא) קומט אדער בירושה אדער ווען די קעניג שטעלט אריין, און עס איז אנלימיטעד וויפיל די מלוכה קען אריינשטעלן, און טעקניקעל קען די מלוכה עס צונעמען אפילו פון איינעם וואס האט עס בירושה (עס געשעהט כמעט נישט).

דאס איז איינע פון די וועגן פאר די מלוכה צו קאנטראלן די געזעצן אן צו דארפן וועטאען.

איך בין פויל צו שרייבן ווייטער אבער תן לחכם ויחכים, סערטש אביסל וועסטו זען אז זי/ער האט געהעריג פאוער, אזוי ווי א קאנסטעטאשענעל מאנארך.

שאלתיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 8:43 pm

· #508594
טעארעטיש האט זי אביסל פאוער אבער פראקטיש- זירא. יעדער זאך וואס זי טוט מוז זי זיך דורכרעדן מיט ד פרעמיער און זי איז צוגעבינדן צו אומגעשריבענע ראלס און געזעצן און. למעשה האט זי נישט קיין געהאט קיין פראקטישע אייינפלוס אויף גארנישט.

Nanach » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 9:01 pm

· #508595
שאלתיאל
טעארעטיש האט זי אביסל פאוער אבער פראקטיש- זירא. יעדער זאך וואס זי טוט מוז זי זיך דורכרעדן מיט ד פרעמיער און זי איז צוגעבינדן צו אומגעשריבענע ראלס און געזעצן און. למעשה האט זי נישט קיין געהאט קיין פראקטישע אייינפלוס אויף גארנישט.
טאקע דאס בין איך שולל אין מיין תגובה, זי האט געהאט אסאך מער פאווער ווי מענטשן ווייסן.
לייג דיר גוט אריין דערין וועסטו געוואר ווערן אסאך חידושים

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 9:29 pm

· #508596
קהל'ס נער
סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?
מיט א צירקע 1500 יאר צוריק האט געלעבט א מענטש מיט'ן נאמען Cerdic וואס האט געגרינדעט די קעניגרייך פון וועסעקס און זיך אונטערגענומען צו באשיצן אלע מענטשן וואס וואוינען אין זיין קעניגרייך (ווילאנג מ'באליידיגט איהם נישט...), ויקרא שמו בישראל Cerdic of Wessex. פאר איבער טויזענט יאר האבן ער און זיינע יורשים געטריי געדינט די איינוואוינער פון וועסעקס, געהאלטן ארדענונג אין לאנד, געדינגען סאלדאטן און זיי געפירט אין קאמף קעגן פיינטליכע קעניגן און אינוואדירער ווי די Danelaw און נאך, אין לויף פון די יארן זענען 15 פון זיי אומגעקומען אויפ'ן שלאכטפעלד דינענדיג געטריי זייער היימלאנד, זיי האבן מצליח געווען אין זייער מלחמות מיט פיינטליכע קעניגן און דאס קליינעם לענדל איז זיך צואוואקסן אין די לענג און די ברייט ביז זיי האבן איינגענומען גאנץ ענגלאנד און שפעטער דאס גאנצע בריטישע אינזל. אזוי האבן זיי געטריי געפירט און געשיצט דאס לאנד ביז אום 1643 ווען די קאזינס פון קעניג טשארל'ס דער ערשטער (AKA פארלימענט...) האבן צאמגעשטעלט אן אייגענע ארמיי און איהם אנידערגעזעצט און צום טויט פאראורטיילט און געשטעלט טאמעס פעירפעקס אלץ Commander-in-Chief of the Forces צו באשיצן דאס לאנד אנשטאט. אום 1660 האט פארלאמענט געשלאסן אן אפמאך מיט טשארלס' זוהן - טשארלס II - און מ'האט איהם געלאזט צוריקקומען זיך באזעצן אינעם אחוזה וואס זיינע אור-עלטערן האבן זיך אזוי מוסר נפש געווען אויפצובויען און באשיצן אבער די אויפגאבע צו באשיצן דאס לאנד איז געבליבן ביים Commander-in-Chief of the Forces (איין אויסנאמ'ס פאל איז געווען קעניג דשארדש II וואס האט געפירט די ארמיי אין קריג אין יאר 1743) און מיט דעם האט זיך געענדיגט די עיקר דשאב פונעם בריטישן מאנארך און פון דעמאלטס און ווייטער זיצן זיי במנוחה און עסן די פירות פון זייערע אורעלטערנ'ס מסירות נפש... למעשה זיצט דער קעניג נישט ממש ליידיג, כ'ווייס נישט וואס פונקטליך זיין אויפגאבע איז אבער לויט ווי איך פארשטיי דינט ער ענליכע פונקציעס ווי ראובן ריבלין אין מדינת ישראל (אזוי פארענטפערט מען איין קשיא מיט א צווייטע קשיא 😂 ).

איפכא מסתברא? קען זיין, אבער דאס איז וויאזוי די גאנצע זאך האט זיך אנגעפאנגען, קוק דא.

למעשה שטערן זיי נישט קיינעם, זיי טארן ניטאמאל זאגן א מיינונג אין פאליטיק, ס'נישט ווי אנדערע לענדער וואו די קעניגליכע פאמיליעס האבן געמאכט טראבל און מ'האט זיי געמוזט ארויסטראסקענען אדער אומברענגען און בארויבן זייערע פאלאצן און פארמעגנס. זאלן זיי זיך ענדשויען מיט זייערע פאלאצן און וועכטער און ווער ס'פארגינט זיי נישט זאל קוקן די אנדערע זייט, לגבי די געלט וואס ס'קאסט אויפצוהאלטן דאס שפיל דאס ווערט געדעקט דורך די טוריזם וואס זיי ברענגען אן...

שמן למאור » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 9:33 pm

· #508597
📎 IMG_20220908_213210_966.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 9:41 pm

· #508599
שאלתיאל
טראכט נאר אריין אין דעם:

א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.

איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.

קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.

די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.

געהעריגע רעביסטעווע..
שאלתיאל: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. די בני המלוכה. די פרינצן. די קינדער פון די קעניגן עליזאבעטה די צווייטע, יר"ה ע"ה, האבן אלע געדינט אין מיליטער. דער יונגערער זון איז אפילו געווען א געלערנטער מיליטערישער העליקאפטער פיילאט. די באבע, די מלכה בכבודה ובעצמה איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה א טראק מעקעניק. דער איינציגער וועלכער האט גארנישט בייגעשטייערט פאר'ן וואוילזיין פונ'ם לאנד איז געוען פרינץ פיליפ. וועלכער איז אליין נישט געווען קעניג. ווייל ער איז נישט געווען מזרע המלוכה. זיין תפקיד איז געווען צו שטיין ביי אלע אפיציעלע צערעמאניעס נעבן זיין רביצין און שמייכלען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 9:47 pm

· #508600
עצי שטים
📎 IMG_20220908_213210_966.jpgIMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?

Nanach » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 9:50 pm

· #508601
berlbalaguleh
עצי שטים
📎 IMG_20220908_213210_966.jpgIMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
96

צקון לחש » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 9:56 pm

· #508602
@רביה"ק זי"ע know your enemy, דער נשיא פון מדינת ישראל היינט צוטאג איז נישט ריבלין נאר הערצאג!

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 10:05 pm

· #508603
מתבודד
קהל'ס נער
בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....
פארגעס פון ווערן קעניג אזוי שנעל, צוליב ’געוויסע’ סיבות האט מען אפגעשטיפט די קרוינונג אויף נאך א יאר...
די בני המלוכה (אדער זייערע חסידים) קריגן זיך ארום. איז געבליבן אז למען השלום וועט דער יונגערער ברודער זיין קעניג אין סטעמפארד הילל. (דארט וואו קהילתנו הקדושה האט א ביהמ"ד אויף קעיזענאוו רד.). און דער עלטערער ברודער וועט זיין קעניג אין גאלדערס גרין. נאר לעצטנס הייבט דער יונגערער ברודער און זיינע חסידים אן צו קריכן קיין גאלדערס גרין. און זיי זענען ברויגז אויפ'ן עלטער'ן ברודער פארוואס ער טיילט זיך נישט מיט די מלוכה מיט'ן ברודער.ס'איז דא א דריטע פראקציע. וועלכע האבן געהאלטן מיט די אלטע קעניגן זצ"ל. זיי האלטן אז די 2 ברודערס זענען נישט ראוי צו פיהרן די מלוכה. זייער טאטע איז אויך געווען א פוסטער ליידיגגייער. זיי זענען חסידים פון די אלטע קעניגן. זיי האבן זיך באזעצט אין גאלדערס גרין. און זיי ווילן פארטרייבן דעם עלטערן ברודער. זיי זאגן אז ער זאלל גיין דרייוון א טעקסי אדער פאררעכטן שיך...!

מתבודד » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 10:06 pm

· #508604
אזוי קוקט עס אויס...
📎 Screenshot_20220908-220048_WhatsApp.jpg

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 10:28 pm

· #508608
berlbalaguleh
עצי שטים
📎 IMG_20220908_213210_966.jpgIMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
די איין מאל וואס מען דארף שוין יא שרייבן לאורך ימים ונשים.. שרייבסטו עס נישט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 10:32 pm

· #508609
יין שרף
berlbalaguleh
עצי שטים
📎 IMG_20220908_213210_966.jpgIMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
די איין מאל וואס מען דארף שוין יא שרייבן לאורך ימים ונשים.. שרייבסטו עס נישט.
יין שרף: איך האב עס בכונה נישט געשריבן. נאר איך האב הנאה אז ס'איז דא ווער ס'באמערקט...ייש"כ.

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 10:56 pm

· #508611

אין א וואך ארום גייט שמעקעדיג זיך לאזן הערן דעראויף..

כלבאשבוע » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 5:28 am

· #508622
די שווארצע ״קעביס״ קומען אין מאסן איר אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד
📎 CDF8F297-35BD-4767-A520-E06F54988635.jpeg

כלבאשבוע » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 5:33 am

· #508623
באריכט פון 1948 ווען דער נייער קעניג טשארלס איז געמאלעט געווארן דורך א אידישן מוהל

https://twitter.com/oferaderet/status/1567956067807625216?s=46&t=2o9z5vuBmPncAvkpogEkUA
📎 A814CBE8-3868-4723-8F1E-8260B67D26EB.png

כלבאשבוע » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 5:40 am

· #508624
א זיס בילד ווי די קעניגן שמייכלט שטארק

א שיינע מעשה When the Queen was snapped 'gigglin'
https://www.bbc.com/news/in-pictures-56242398
📎 C5A6EF55-CB01-4DAA-A1CB-0C53A9BDA4D1.jpeg

נ נח » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 9:09 am

· #508629
מ'שמועסט אז זי איז נעבעך אוועק פין די וועקסין...

צקון לחש » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 9:48 am

· #508635
לענ"ד איז זי געווען אן ערנסטע יפה מראה, אינטערסאנט צו ס'ווערט ארויסגעברענגט ערגעץ וואו.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:41 am

· #508731
נישט אויף די עלטערע יארן. נאר דאס איידלקייט האט אייביג אראפגעשיינט פון איהר פנים. אן אמת'ע מלכה. פון א משפחה אוהבי ישראל. איהר מוטער האט זיך אויך אויסגעצייכנט מיט אהבת ישראל. ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

שאלתיאל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:46 pm

· #508770
איך געדענק נאך ווי היינט די גוטע יארן אין קינדערגארטן ווען אונז פלעגן מיר העפטיג שפילן 'קעניג'. עס פלעגט זיין א גרינעם דינסטאג ווען איינער פון די נאז-רינענדיגע קינדער מיט א געהויבענע געמיט פלעגט זיך אנטון א פלעסטיק קרוין, גענומען א לעגא שטעקן אין האנט און זיך געשפירט ווי נאפאליאן קייזער נאכן אפהאלטן די מעכטיגע זיג אויפן 'אויסטערליץ' פראנט. אין די צייט אבער וואס אונז האמער שוין פונלאנג אויסגעוואקסן די קינדערישע פאנטאזיעס און זיך אומגעקערט צום ריאליטעט זעהט זיך אויס אז ס'פארהאן אזוינע וואס נישט. די יעניגע זענען געבליבן ערנסט שפילן קעניג און עס גאר גענומען צו א נעקסט לעוועל, זיי האבן זאגאר 'עכטע' קרוינען פון גאלד און זילבער און פאלאצן מיט באדינער פונקט ווי די פירשטן און פרינצן פון מנחם מנדל'ס ביכער. וואס איך קען נישט פארשטיין איז וויאזוי מען ברענגט צו דער המון מיטצושפילען מיטן 'פארשטעלונג' און אזוי צו שאלען און יאוועלען פון פרייד פארן קעניג'ס פרעכטיגע קארעטע וואס געלאפירט אדער קלאגן און טרויערן נאכן טויט פונעם 'מאיעסטעט' ווייל ווי ווייט איך געדענק, מיין 'קעניגשאפט' פלעגט זיך יוזשעלי ענדיגן ווען א פארראצטע 'ווידעשפעניגער' האט אראפגעריסן דעם פלעסטיק קרוין און מיך אראפגעוארפן פון טראן...

נאך א מיינונג » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 1:56 pm

· #508783

איך געדענק נאך ווי היינט די גוטע יארן אין קינדערגארטן ווען אונז פלעגן מיר העפטיג שפילן 'רבי'. עס פלעגט זיין א גרינעם דינסטאג ווען איינער פון די נאז-רינענדיגע קינדער מיט א געהויבענע געמיט פלעגט זיך אנטון א פלעסטיק שטריימל, גענומען א לעגא שטעקן אין האנט און זיך געשפירט ווי דער רבי ר' צץ נאכן אפהאלטן די מעכטיגע זיג מיט די שטן ביים מצה אויוון. אין די צייט אבער וואס אונז האמער שוין פונלאנג אויסגעוואקסן די קינדערישע פאנטאזיעס און זיך אומגעקערט צום ריאליטעט זעהט זיך אויס אז ס'פארהאן אזוינע וואס נישט. די יעניגע זענען געבליבן ערנסט שפילן רבי און עס גאר גענומען צו א נעקסט לעוועל, זיי האבן זאגאר 'עכטע' שטריימלעך און קאלפיקעס פון מינק מיט פוקסן פאל און פאלאצן מיט באדינער פונקט ווי די צדיקים און וואונדער–מאכערס פון מנחם מנדל'ס ביכער. וואס איך קען נישט פארשטיין איז וויאזוי מען ברענגט צו דער המון מיטצושפילען מיטן 'פארשטעלונג' און אזוי צו שאלען און יאוועלען פון פרייד פארן רבי'ס פרעכטיגע מאטארקאדע וואס געלאפירט אדער קלאגן און טרויערן נאכן טויט פונעם 'רבי זכיתוי גיין עלייני' ווייל ווי ווייט איך געדענק, מיין 'רביסטיווע' פלעגט זיך יוזשעלי ענדיגן ווען א פארראצטע 'ווידעשפעניגער' האט אראפגעריסן דעם קאלפיק און מיך אראפגעוארפן פון טראן...

FTFY

שאלתיאל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 1:59 pm

· #508784
שוין דערמאנט אויבן די ענליכקייט טראץ וואס ס'איז אן אשכול איבער קעניגן עליזאבעט און נישט איבער רבי'ס.

שאלתיאל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 7:27 pm

· #508979
קוקט אויס ווי ס'קומט א גוטס מיט דער פרישע קעניג טשארלס. היינט ווען ער האט געחתמ'ט אין די וויזיטערס בוך און האט זיך פארהאנקערט מיט די טינט האט ער זיך גענומען שעלטן אין פראנט פון די קעמערע.
https://youtu.be/2Encm187scA

דאס איז געקומען נאך אן אנדערע אינצידענט אום שבת, אויך מיט א פענע, ווען ער האט בייזערהיט פארלאנגט אראפרוימען פון טיש אן אומשולדיגע פענע.
https://youtu.be/HhV2082VhPA

לעבן זאל דער מאיעסטעט!

קהל'ס נער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 7:46 pm

· #508980
שאלתיאל
קוקט אויס ווי ס'קומט א גוטס מיט דער פרישע קעניג טשארלס. היינט ווען ער האט געחתמ'ט אין די וויזיטערס בוך און האט זיך פארהאנקערט מיט די טינט האט ער זיך גענומען שעלטן אין פראנט פון די קעמערע.
https://youtu.be/2Encm187scA

דאס איז געקומען נאך אן אנדערע אינצידענט אום שבת, אויך מיט א פענע, ווען ער האט בייזערהיט פארלאנגט אראפרוימען פון טיש אן אומשולדיגע פענע.
https://youtu.be/HhV2082VhPA

לעבן זאל דער מאיעסטעט!
האלאו רעד נישט אויף מיין רבי.
ער האט זיך נישט גערעיגט, ער האט זיך געבייזערט......
ער האט נישט געשאלטן, ער האט געהאט א קפידה.......

ווי האט יענער געזאגט?
רביס שלאפן נישט, זיי לאנען זיך צי.
זיי עסן נישט, זיי בייסן צי.
זיי גייען נישט אין בית הכסא, זיי שפארן זיך איין.

צקון לחש » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 9:00 pm

· #508986
קהל'ס נער
האלאו רעד נישט אויף מיין רבי.
אוי זאגסטו גוט, דער דערמאנט מיר פון דיין און @שאלתיאל'ס רבי... 😃

אלבערט איינשטיין » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:44 pm

· #509041
קהל'ס נער
ווי האט יענער געזאגט?
רביס שלאפן נישט, זיי לאנען זיך צי.
זיי עסן נישט, זיי בייסן צי.
זיי גייען נישט אין בית הכסא, זיי שפארן זיך איין.
זאגסט עס נישט גוט.
כך קבלתי מרבותי:
די רבי שלאפט נישט. "די רבי שפארט זיך צו",
די רבי עסט נישט. "די רבי מאכט א לחיים",
די רבי גייט נישט אין טוילעט. "די רבי איז ארויס".

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 11:29 pm

· #509124
Re: ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט
די רבי רעגט זיך נישט, ער האט א קפידה.

בן-עולם-הבא » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 7:51 am

· #509825
פראווען א מלווה מלכה נעמט געווענלעך א שעה-צוויי, העכסטנס דריי. דא האט מען עס אפגעפראוועט צוויי וואכן.

נחום הסופר » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:18 am

· #511649
כלבאשבוע
באריכט פון 1948 ווען דער נייער קעניג טשארלס איז געמאלעט געווארן דורך א אידישן מוהל

https://twitter.com/oferaderet/status/1567956067807625216?s=46&t=2o9z5vuBmPncAvkpogEkUA
העי , פארוואס האט מען אים געמאלעט?

שאלתיאל » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 12:06 pm

· #511668
נחום הסופר
כלבאשבוע
באריכט פון 1948 ווען דער נייער קעניג טשארלס איז געמאלעט געווארן דורך א אידישן מוהל

https://twitter.com/oferaderet/status/1567956067807625216?s=46&t=2o9z5vuBmPncAvkpogEkUA
העי , פארוואס האט מען אים געמאלעט?
זייט קעניג דזשארדזש דער ערשטע אין 1660 זענען אלע צאצאים פון די קעניגליכע פאמיליע געמאלעט געווארן דורך אידישע רבנים. פארוואס? איינער פון די שמועות זאגן אז דער קעניגן וויקטאריע האט געהאלטן אז זי שטאמט פון דוד המלך, דער פראבלעם דערמיט איז אז וויקטאריע איז געבוירן נאכן קעניג דזשארזש סאו קען נישט זיין דאס איז דער ארגינעלע כוונה.