☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כינוס בחורי ישראל

כינוס בחורי ישראל

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15536

דאס איז נישט מיך » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 9:15 pm

· #508484
כינוס בחורי ישראל
עס ווערט געפלאנט א גרויסע כינוס פאר די בחורים פין נ"י און נ"ז קומעדיגע מאנטאג אקעגן פגעי האטעכנעלאגיע

דאס איז נישט מיך » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 9:18 pm

· #508487
י''א אז עס גייט אויפטרעטען דארט הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וואס וויילט יעצט אין נוא יארק

תוכו כברו » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 10:30 pm

· #508495
ווער שטייט אינטער דעם?

ששון ושמחה » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 11:29 pm

· #508502
.
📎 2לאגא כינוס בחורי ישראל.jpg

שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 11:41 pm

· #508503
די עקסטרעמיסטן הערן נישט אויף. קודם די פרויען, יעצט די בחורים...
איינער מוז טרעפן א בעסערע דזשאב פאר די עסקנים ליידיגייערס.

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 12:00 am

· #508504
גארנישט קיין עקסטרעמיסטן און ליידיגייערס, דיי עווענט-פלענערס האבן געטראפן א נייע טאקטיק צי מאכן געלט דורך כינוסים אקעיגן פגעי הווייסעכוואס, און יעדע פאר וואכן מאכט מען איבער די joke, איינמאל פאר מענער נאכדעים פרויען נאכדעים קינדער נאכדעים בחורים, ווען די אינטערנעט סקעם גייט שוין זיין אויסגעדראשען, גייט מען מאכן כינוסים אקעיגן לאנגע פאנג'עלאוס אא"וו, מען קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי, אמער זיי טוען עס דאך...עהעם...לעצוירעח פערנאתע.....

מי ימצא » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 12:21 am

· #508509
אויב סאיז דאך לצורך פרנסה און מיר טוען דאך אלעס נאר לצורך פרנסה, מיינד יאר אוין ביזנעס!

איים סארי מען זאל מיך נישט נעמען ראנג, וואס איז אנדערש דער וואס האקט אויף דעי וואס האקן? סך הכל האסטו באקומען א חינוך צו האקן אויף עקרעמיסטן. און יענער האט באקומען א חינוך צו האקן אויף אויפגעקלערטע.

יעדער זאל טייטשן מיינע ווערטער ווי אזוי זיי ווילן. אבער איך מיין סאיז צייט צו אפלאזן יענעם'ס עבירות, געב א געזונטע חינוך פאר דיינע קינדער, אז זיי האבן גארנישט מיט יענעם. קיינער קען אונז נישט זאגן וואס צו טאהן, אבער אונז קענען אויך נישט זאגן יענעם וואס צו טאהן.

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 12:36 am

· #508511
מי ימצא
אויב סאיז דאך לצורך פרנסה און מיר טוען דאך אלעס נאר לצורך פרנסה, מיינד יאר אוין ביזנעס!

איים סארי מען זאל מיך נישט נעמען ראנג, וואס איז אנדערש דער וואס האקט אויף דעי וואס האקן? סך הכל האסטו באקומען א חינוך צו האקן אויף עקרעמיסטן. און יענער האט באקומען א חינוך צו האקן אויף אויפגעקלערטע.

יעדער זאל טייטשן מיינע ווערטער ווי אזוי זיי ווילן. אבער איך מיין סאיז צייט צו אפלאזן יענעם'ס עבירות, געב א געזונטע חינוך פאר דיינע קינדער, אז זיי האבן גארנישט מיט יענעם. קיינער קען אונז נישט זאגן וואס צו טאהן, אבער אונז קענען אויך נישט זאגן יענעם וואס צו טאהן.
מיין באבע פלעיגט זאגן (נישט ממש) "ווען מ'קטן'ט אקעיגן די ווינט ווערט מען נאס".

איי דאונט קעיר זאל די עקסטרעמיסטן פון מיין זיין גיין מיט גאטשעס מוזהבות אויפן קאפ, אבער ווען זיי הייבן אן אינז צי באשמיצן גייען זיי ציריקכאפן.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 12:44 am

· #508512
Re: כינוס בחורי ישראל
איך'ל שטארבן ווי א פאר'קטן'טע גאטקע ווי איידערן זיין איינס פון אכציג טויזנט קעלבן.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 12:55 am

· #508516
מי ימצא
אויב סאיז דאך לצורך פרנסה און מיר טוען דאך אלעס נאר לצורך פרנסה, מיינד יאר אוין ביזנעס!

איים סארי מען זאל מיך נישט נעמען ראנג, וואס איז אנדערש דער וואס האקט אויף דעי וואס האקן? סך הכל האסטו באקומען א חינוך צו האקן אויף עקרעמיסטן. און יענער האט באקומען א חינוך צו האקן אויף אויפגעקלערטע.

יעדער זאל טייטשן מיינע ווערטער ווי אזוי זיי ווילן. אבער איך מיין סאיז צייט צו אפלאזן יענעם'ס עבירות, געב א געזונטע חינוך פאר דיינע קינדער, אז זיי האבן גארנישט מיט יענעם. קיינער קען אונז נישט זאגן וואס צו טאהן, אבער אונז קענען אויך נישט זאגן יענעם וואס צו טאהן.
יא, כ׳געב בס״ד א געזונטע חינוך פאר מיינע קינדער... אבער ווען ס׳דא א ווינט/מצב/כינוס אין גאס האט עס ווי נישט ווי אן השפעה אויף מיין שטוב אויך. און בכלל וואסערע פארגלייך - צווישן די האקערס אין די האקערס אויף די האקערס - איז דאס?
זיי מאכן כינוסים, פלאקאטן ברבים; און אונז דא און ווינקל טאר מיר זיך נישט ארויסגעבן דאס ווייטאג?? ווארט נאר ווארט, ווען אונז וועל מיר זיך צאמנעמען ׳בכינוס גדול׳ קעגן זיי...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 1:06 am

· #508518
Re: כינוס בחורי ישראל
תוכו כברו
ווער שטייט אינטער דעם?
מן הסתם עטליכע פרומע ליידיגייערס וואס זוכן זיך צו משתלט זיין על הצבור, ובחדא מחתא שוין צו מאכן אפאר טולער באופן נקיה ודלה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

פרנס החודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 2:02 am

· #508525
Re: כינוס בחורי ישראל
גארנישט מיט טעכנאלאגיע , אפאר ביסנעס מענטשן ווילן קרוינען צבי מאיר זילבערבערג פאר א מין גדול הדור.

פרנס החודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 2:04 am

· #508526
Re: כינוס בחורי ישראל
אויב וועלן זיי מצליח זיין צוזאמברענגען קווינס מיט מאנרא אונטער איין דאך, איז עס א אויפטוה איינס אין דער וועלט.

תוכו כברו » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 9:47 am

· #508634
שמועות אז דער כינוס איז געקענסלט.

קידוש » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:41 pm

· #508926
רויב גרויסע ראשי ישיבות האבען ארויגעבעקט ( אדער קיינמאל מסכים געווען)
עס וועט פארקומען היינט נאכט אין בארץ פארק( בעלזע זאל) פאר וועלכע בחורים עס ווילען גיין, נישט קיין באשטימטע ישיבות

פרנס החודש » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:44 pm

· #508927
Re: כינוס בחורי ישראל
פרנס החודש
אויב וועלן זיי מצליח זיין צוזאמברענגען קווינס מיט מאנרא אונטער איין דאך, איז עס א אויפטוה איינס אין דער וועלט.
לא זכינו…