בְּתוֹךְ עַמִּי מתבודד דערהויבענע איד.
איך טראכט שוין לאנג פון עפענען א היימישע קלאב, מיט עקסטער שעות פאר מענער און פרויען און אולי שעות פאר משפחות.
ווער ס’ווייסט פון א רב וואס וואלט געגעבן א הכשר זאל זיך אנרופן...
ס׳דאך א סתירה מיט דיין ניק נאמען...?
קודם כל, ווי איז דיין לייק פאר’ן איידיע דיר צו העלפן זיין ’בתוך עמך’?
יעצט די פלאן איז אז חוץ פון א bar (קרעטשמע בלע”ז) אביסל ספארטס א שטייגער ווי bowling lanes, און pool tables וועט אויך זיין ספעציעל דעזיגנירטע התבודדות שטיבלעך ווי מ’וועט האבן די אפשען אנציצינדען רילעקסינג מיוזיק, קאנטרי מיוזיק, ווילדע נ נח מיוזיק, אדער שטייטע חב”ד ניגונים ועוד, ווי אויך וועט מען האבן די מעגליכקייט אנצוטוהן VR וואס וועט דיר ארייננעמען אין א געדעכט באוואקסענע שרעקעדיגע וואלד, פאר א נויט וועט מען האבן די אפציע צו הערן געשרייען פון דערווייטענס ”אבא!!!” ”געוואלד!!” ”תעזור לי!!” וכו’ וכו’, וואס קען צוגעבן צום מצב. אן אנדערע קנעפל וועט דיר אוועקזעצן ביי א רואיגן ים מיט ענדלאזע כוואליעס, פייגלעך וועלן קוויטשקן פון דערהייעך... א חלק פון די צימערן וועלן זיין אויסגעשטאט מיט ”נא סמאוקינג” שילדן, ומכלל לאו אתה וכו’...
ערשט נאך אזא שעה התבודדות וועט מען ארויסקומען צו א פייערדיגע רקידה מיט חברים, ”מה שהיה היה, העיקר להתחיל מההתחלה.....”[-אילוסטראציע]
בקיצור אין איין ווארט,
סטעי טונד!!!