☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ממשיך אין זוויעהל

ממשיך אין זוויעהל

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15518

בעל דרשן » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 11:39 pm

· #508144
ממשיך אין זוויעהל
לעצטע וואך איז אוועק אדמו"ר רבי שלמה השני מזוויעהל ביים לויה האט מען נישט אויפגענומען קיין ממשיך נאך זייענדיג אונטער שאק נאכדעם וואס די רבי איז פלוצלינג נסתלק געווארן

ווי עס קוקט אויס וועט מען בקרוב אויפנעמען א ממשיך צו זיין די איש על העדה
צוויי נעמען זענען אויפן ליסטא איינס הרב שמואל דוד גולדמן א ברודער פונעם רבי'ן זצ"ל א זון פון רבי אברהם מזוויעהל וואס צו זיין זייט שטייען די זקני הקהילה און די פני העדה דערנאך איז דא די עלסטע זון פונעם רבי'ן רבי שלמה השני וואס די יונגע חסידים זעען אים אלץ פאסיגע ממשיך

ווי אזוי עס זאל זיך נאר אויסלאזן איז צום האפן אז די המשכה וועט אריבערגיין בשלום ובשלוה לתפארת די הייליגע זוויעהל'ער שלשלת

באהעלפער » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 11:42 pm

· #508145
ס'שוין דא מער זווילע רביס ווי חסידים

חב''ד הויזן » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 11:45 pm

· #508146
וואס איז פשט פון די צוויי אפציעס? פארוואס זאל מען נישט גיין צום זון?

בעל דרשן » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 11:47 pm

· #508147
אין אסאך פלעצער ווי ס'איז געווען ברודער'ס האבן זיי איבערגענומען
גור און באבוב יוכיח
די ברודער רבי שמואל דוד איז דאך א זון פונעם רבי'ן רבי אברהם א דור נענטער אין גאלדענע קייט און די זון פון רבי שלמה השני איז ווי נישט ווי נאך א יונגערמאן

היסטאריע » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 11:56 pm

· #508149
ווי איז ער געווען רבי?

יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 12:02 am

· #508150
ער האט אן עלטערן ברודער א רבי, מען קען גיין צו עם..

Chasidishmashpia » זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 1:41 pm

· #508205
יין שרף
ער האט אן עלטערן ברודער א רבי, מען קען גיין צו עם..
וואס איז טאקע די מעשה מיט די עלטערע ברודער?

Chasidishmashpia » זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 6:20 pm

· #508231
למעשה הער איך אז בנו בכורו פון רבין זצ"ל ווערט נתמנה אלס רבי.

דאס איז נישט מיך » זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 8:48 pm

· #508239
ק''פ
בחסידות זוועהיל מינו את הרה״צ רבי משה נתן נטע גודלמן, בנו בכורו של כ״ק האדמו״ר מזוועהיל זצ״ל, לממשיך דרכו ולמלא מקום אביו בהנהגת החסידות.

בחסידות הכתירו את בנו הבכור של הרבי זצ״ל עם סיום ימי השבעה על הרבי, שהסתלק לגנזי מרומים באופן פתאומי, לאחר שעבר אירוע לבבי קשה בתחילת השבוע שחלף, כשהוא בן 66 בפטירתו.

ל׳חדשות JDN׳ נודע כי הרבי זצ״ל לא השאיר צוואה הוראה לגבי זהות ה״ממשיך״ ולכן, באופן חריג, לא הוכרז על ממלא מקום במהלך הלוויה שהתקיימה בסמוך למרכז החסידות בשכונת בית ישראל בירושלים. רק כעבור שבוע הוחלט על מינוי הבן הבכור לתפקיד האדמו״רות
הרה״צ רבי משה נתן נטע נולד בשנת תשמ״ג לאביו, שהיה אז מרביץ תורה בישיבות סלונים ובאיאן, ובנו של כ״ק האדמו״ר בעל האור אברהם מזוועהיל זצ״ל.

הוא גדל והתחנך במוסדות החינוך של החסידות ועשה חיל בלימודו. במהלך לימודיו בישיבה הוא התגלה כעילוי גדול שרבים מהר״מים ומהתלמידים בישיבה נהגו להתפלפל עמו בלימוד.

שמעו הלך לפניו וכשהגיע לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הרה״צ רבי מרדכי טברסקי מירושלים שנפטר בשנת תשנ״ב, בנו של כ״ק האדמו״ר מרחמסטריווקא ארה״ב רבי חי יצחק בן אסתר רבקה לרפואה שלמה.

בשנים האחרונות התגורר בעיר ביתר עילית, שם שקד על תלמודו בכולל אברכים והתמסר כל כולו לתורה ולעבודה. כל גם עסק בכתיבת דברי תורתם של אדמו״רי בית זוועהיל זצ״ל.
קרעדיט jdn

נחום הסופר » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 11:53 am

· #508266
Chasidishmashpia
יין שרף
ער האט אן עלטערן ברודער א רבי, מען קען גיין צו עם..
וואס איז טאקע די מעשה מיט די עלטערע ברודער?
צוקריגט... (נישט אנגעהויבן ביים רבין וואס איז יעצט אוועק, נאר נאך ביים טאטן בעל אור אברהם וואס האט מרחק געווען דעם עלצטן)

תנחום » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 2:56 pm

· #508281
די טאטע אדער זיינע נאנטע? כ'האב פארשטאנען אז ער האט אויפגעבויט די מוסדות און נאכדעם געפלויגן נוסח מש"י...

Chasidishmashpia » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 5:45 pm

· #508301
[ציטאט אראפגענומען]
איך מיין אזוי אבער דאכט זיך עס איז אויך דא א בנין ממש נעבן מיר ישיבה וואס איז זעוויהל. אפשר האבן זיי זיך צוטיילט מיט די בנינים ווייס איך נישט.

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 8:52 am

· #508347
בעסער לאמיר ציילן די חסידים.

בני מר ומתוק » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 9:33 am

· #508349
Re: ממשיך אין זוויעהל
[ציטאט אראפגענומען]
אין ירושלים איז געווען די רבי העיקרי, ואחיו ר' גדליה משה וואס קריגט מיט אים.

זייער זיידע, דער רבי ר' מרדכי, האט געהאט א ברודער וואס איז געווען אן איידעם אין קלויזענבורג, און האט געפירט זייער קהילה אין יוניאן סיטי מיטן נאמען זוועהיל.

ער האט נישט איבערגעלאזט קינדער, און די רבנות דארט איז געגאנגען צו די שפע חיים'ס צוויטע איידעם דארטן, וואס איז נישט קיין זוועהילער אייניקל. דערפאר האט ער געבעטן זיין פלימעניק, אייניקל פון ר' מרדכי, וואס איז געווען אן איידעם אין סקווירא, צו אופשטעלן א הויף לזכרו. דאס איז איצטער אין מאנסי.

בנוסף לזה, צוויי זוועהילער אייניקלאך פירן בתי מדרש אלץ רבנים, איינער אין מאנסי (וואס האלט איך א חלק פון זוועהיל ארה"ק) און א צוויטע אין רמת שלמה (וואס האלט איך א חלק פון זוועהיל מאנסי).

Sent from my moto z4 using Tapatalk

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 10:53 pm

· #508410
דער בר הכי איז רבי אליעזר, וואס איז מיט די יארן געווארן זייער באליבט ביי אסאך, נאך פאר ער האט אנגעהויבן עמטליך רביסטעווע.
און כ'וואלט צוגעלייגט, אז ווער ס'ווייסט ווער ס'געווען זיין רעבעצין וואס איז אקורשט אוועק, וואלט עהם געהאלטן פאר א קדוש. ווייל ער האט קיין גרינגע לעבן נישט געהאט, ווייל זי איז אלץ געווען נישט געזונט מיט אסאך פראבלעמען.
איך האב מיך אלץ געוואונדערט וויאזוי ער לעבט און שמייכעלט.

בעל דרשן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:43 am

· #508703
ברוך השם אז די המשכה איז אריבער בשלום א זאך וואס איז א חידוש בימינו

בני מר ומתוק » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:16 pm

· #508786
Re: ממשיך אין זוויעהל
דוקא לעצנטס ווערט עס בעסער.

בכללות, זיינען די גרויסע מחלוקתן געווען אין א געוויסן זין א יוצא מן הכלל.

פארן קריג, זענען חסידים געווען צושפרייט איבער אסאך דערפער, און בשעת א מחלוקת פון ירושה האט איין ברודער געגאנגען צו א נייע ארט.

היינט אויך, יעדער ברודער נעמט א שטאט.

ס'איז נאר געווען במשך די ערשטע 60 יאר נאכן קריג אז א קרייז זאל זיין אלע אין איין ארט, און דערפאר ברענגט דאס א גרויסע מחלוקת

אין זוועהיל אויך האט מען גערעדט צו מחלק זיין צווישן ביתר און ירושלים, אן מחלוקת.

Sent from my moto z4 using Tapatalk

באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 3:35 pm

· #508799
ווער נעמט איבער זווילער רעבעצין אין מאנסי?

פיקוב » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 7:22 pm

· #509712
תנחום
די טאטע אדער זיינע נאנטע? כ'האב פארשטאנען אז ער האט אויפגעבויט די מוסדות און נאכדעם געפלויגן נוסח מש"י...
עס איז צוויי אנדערע סארט פרשה

תנחום » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 9:33 pm

· #509717
נו, אז די ווייסט יא, קום אריין מיט די פולע פרטים.

שעצונג » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 7:36 am

· #509732
בילד פונעם נייעם זוועהיל׳ער רבי׳ן?