☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ווערטער וואס טרענדן אויף טוויטער

ווערטער וואס טרענדן אויף טוויטער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15511

סמבטיון » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 1:41 pm

· #507907
ווערטער וואס טרענדן אויף טוויטער
די לעצטע שטיק צייט האלט אין איין טרענדן יודישע ענינים אויף טוויטער, איינער קען עס מסביר זיין? למשל יעצט אויפן מעניט איז "hashem " טרענדינג נעכטן האט געטרענד davening און אזוי ווייטער און ווייטער, ווען עס מאכט זיך איין מאל אין א שטיק צייט וואלט איך פארשטאנען אבער לעצטענס יעדן טאג רעד מעןן פון יודישקייט רעבעס אאז"וו, טוויטער איז א פלאטפארמע וואס ווערט געניצט דורך הינדערטע מיליאנע מענטשן, סא וואס איז איז פשט פון דעם?

מי ימצא » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 1:54 pm

· #507909
ר' נחמן מברסלב האט געזאגט : ווען א האלבע וועלט וועט שוין רעדן פונעם אייבירשטען, דעמאלס וועט משיח קומען.
אפשר מיינט עס עפעס?

סמבטיון » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 9:52 pm

· #507979
יא, איך בין כמעט זיכער

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 10:27 pm

· #507982
Re: ווערטער וואס טרענדן אויף טוויטער
מאָסק שטאמט פון אידן, ניין?

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 12:34 am

· #508011
זייער פשוט, די AI פון טוויטיר האט געכאפט אז די ביסט א יוד שיקט ער דיך יודישע טרענד, ווארט נאך אביסל וועסטו באקימען imainiach#