עם עקש תתעקש! יונגערמאן מאכט צונער פאלעסטינער סימפאטיזער
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15509
עם עקש תתעקש! יונגערמאן מאכט צונער פאלעסטינער סימפאטיזער
א ווידיאו פון א היימישער יונגערמאן ווי ער ענטפערט ציניש אפ א פאלעסטינער קאפ פארדרייער מאכט כוואליעס אויף סאושל מידיע
די וידיאו קליפ איז נעכטן געפאוסט געווארן דורך האסידיק1 אויף טוויטער און סאיז ממש תיכף געגאנגן וויירעל
https://twitter.com/hasidic_1/status/1565039212000313345?s=21&t=2k3hl72HlJa4xb5QzV3HCg
דא איז די אריגינעלע גאנצע וידיאו
https://youtu.be/TZCa2qdyHNk
די קאלטקייט און די חכמה וויאזוי דער יונגערמאן באהאנדעלט דעם פראוואקאטאר ווערט באוואונדערט פון נאנט און ווייט, מבינים טענהן אז דאס איז א מעסטער לעקציע אינעם כלל פון אל תען כסיל כאולתו
נאכן ליטווישן קאלטן רשעות סעלצער וואס לויפט שוין עטליכע חדשים, האבמיר אצינד א נייעם סאושעל מידיע העראו פונעם היימישן לאגער
📎 BBD9B009-8EF6-4832-A147-DDB7E5E90812.jpeg
מסכים. ער איז גוט. חידוש ער האט עס נישט אויסגעשניטן.
וואס איז די סעלצער בילד?
סעלדזער בילד גייט נאך מיט, אבער וואס איז פשט אריינשטעלן די מיטלסטע בילד?
אשריכם אז איר ווייסט נישט וואס
דאס איז
איים סארי, אבער די ווידיא איז א גרויסע פארשעמונג פאר חסידישע אידן. איך רעד נישט פון די קורצע אויסגעשניטענע חלק, נאר פון די גאנצע זאך.
זענען מיר חסידים נישט געניג מאדנע און פאני, סיי מיטן אויסזען, מיט אונזער מאדנע מנהגים און געפירעכצער.. אז דאס פעלט אונז נאך אויס?
פארוואס קענען אונז נישט האבן קיין נארמאלע דיסקאסיע מיט א יוטובער.. אזוי ווי די שיינע שמועס וואס דער ליטוואק האט געהאט?
צו איז די יוטובער בארעכטיגט פארן קומען דרייען א קאפ? ניין! און וועגן דעם? גייען מיר אים גיבן גוטע סחורה צו ווייזן ווי מאדנע מיר זענען? איינער נעמט זיך שרייען פון קאר ארויס "רעד נישט צו אים! מ'גייט ריפן פאליס!" בארואיג דיך... ער קומט פרעגן קשיות און וויל פירן א דיסקאסיע.
איך האב נישט קיין טענות אויף דעם חסידישן אידל, ער האט נישט ממש שלעכט געענטפערט, הגם דעם לויפעריי צום סוף ווי כאילו א קאץ לויפט אים נאך, קוקט נישט אויס דאס בעסטע. און הגם ער וואלט געקענט ענטפערן בעסער, ווייס איך נישט צו איך אויף זיין פלאץ וואלט יא געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו ענטפערן קליגער. אבער צו פארשפרייטן די ווידיא און ארויסהייבן אונזער נייע היראו איז נעריש. עס מאכט נאר אז מען זאל גיין קוקן די גאנצע ווידיא און זען אז חסידישע אידן זענען מאדנע בריאים.
ווען די ביסט ווען א כינעזער פון טשיינעטאון און די האסט נישט קיין שום בייעס לכאן או לכאן און די זעסט די גאנצע ווידיא, וואס וואלסטו געטראכט אויף חסידישע אידן?
פארוואס קען מען זיך אפשטעלן א מינוט און כאפן א פריינטליכע פראדאקטיווע שמועס?
יענער איז נישט געקומען פירן א נארמאלע דיסקוסיע, אונז קוקן נישט אויס ווי צידרייטע ברואים ווען איינער קומט מאכן פראוועקרציעס. ערגער וואלט געווען ווען אונז פאלן פאר א יעדע נאר פון מארק.
עצי שטיםער קומט פרעגן קשיות
ער קומט ברענגן תירוצים
[
דערהויבענע אידיענער איז נישט געקומען פירן א נארמאלע דיסקוסיע, אונז קוקן נישט אויס ווי צידרייטע ברואים ווען איינער קומט מאכן פראוועקרציעס. ערגער וואלט געווען ווען אונז פאלן פאר א יעדע נאר פון מארק.
מר. קלונימוס עצי שטיםער קומט פרעגן קשיות
ער קומט ברענגן תירוצים
דאס איז נישט די נקידה. אונז חסידישע אידן ווייסן פשוט נישט וויאזוי צו אינטעראקטן מיט אנדערע מענטשן... ער איז נישט גערעכט פארן קומען דרייען א קאפ, איז זאג עס אים שיינערהייט..
דער ליטוואק מאכט ממש א קידוש השם, ער ווייזט אז אונז אידן קענען זיין נארמאלע מענטשן.
פארשטייסט, דער פראוואקאטאר דער גוי וואס קומט זיך רייצן ער איז דער נארמאלער, נאר דער איד מעג אים נישט ענטפערן אויף זיין שפראך. אפשר מוז ער זיך גאר באדאנקען פארן גוי? אים געבן א קוש און זיך אנטשולדיגן פאר אים כדי צו אויפווייזן אז אונז זענען פארט ''נארמאלע'' מענטשן.... אט א דאס איז א טיפיקעל פארגלות'טע נעבעכדיגע קאמפלעקס אידל. מען שפייעט אויף אים און ער איז זיכער אז ס'רעגן.
דערהויבענע אידיענער איז נישט געקומען פירן א נארמאלע דיסקוסיע, אונז קוקן נישט אויס ווי צידרייטע ברואים ווען איינער קומט מאכן פראוועקרציעס. ערגער וואלט געווען ווען אונז פאלן פאר א יעדע נאר פון מארק.
ניין: נאר מ'וואלט איהם געדארפט פרעגן (דעם פאלעסטינער פראוואקאטאר) וואס ער זאגט צו די פאלעסטינער רציחות פון אידן. איך וואלט איהם געזאגט אז ווען די פאלעסטינער וועללן אויפהערן מיט זייערע רציחות פון אידן, וועל איך אפשר אנהייבן צו האבן א שטיקל סימפאטיע צו זייער מצב. אפגעזעהן אז זייערע אייגענע פיהרערס האבן דאס צוגעברענגט.
שאלתיאלפארשטייסט, דער פראוואקאטאר דער גוי וואס קומט זיך רייצן ער איז דער נארמאלער, נאר דער איד מעג אים נישט ענטפערן אויף זיין שפראך. אפשר מוז ער זיך גאר באדאנקען פארן גוי? אים געבן א קוש און זיך אנטשולדיגן פאר אים כדי צו אויפווייזן אז אונז זענען פארט ''נארמאלע'' מענטשן.... אט א דאס איז א טיפיקעל פארגלות'טע נעבעכדיגע קאמפלעקס אידל. מען שפייעט אויף אים און ער איז זיכער אז ס'רעגן.
קודם כל האט קיינער נישט געגעבן גערעכט פאר דעם גוי אדער געזאגט אז ער איז יא נארמאל.
די פאקט איז אז ער גייט אנגעטון ווי די נארמאלע גויאישע גאס און רעדט א נארמאלע פליסיגע ענגליש און איז זיך מסביר. אונז זענן שוין ביי דיפאולט מאדנע.. אונז מוזן עס נישט ווייזן בשתי ידים. מען קען אים אפילו מסביר זיין שיין אדער אפילו שארף אז ער טוט נישט ריכטיג מיטן קומען דרייען א קאפ פון עמך מענטשן... אבער מען דארף זיך נישט אויפירן ווי מאדנע ברואים.
איך בין זיכער אז ווען איך גיי מיט א קעמערע צו די מוסלמענער און פרעג וועגן די מלחמה פין די פאלעסטינער אויף איזרעיל און אלע חורבנות וואס זיי מאכען דארט אהן, און אלע קרבנות וואס זיי האבן געהארגעט און קינדער וכו', אויב זיי האלטען עס איז גערעכט, בין איך זיכער זיי וועלען אלע זאכן גרייט צו רעדן בשלום.
אויב איך וועל אהיים קומען גאנץ, ווען עס זיין א נס.
קומט א פאלעסטינער עושה מעשה זמרי און מאכט א פנים פין א תם, כאילו ער ווייסט נישט פון גארנישט, אוודאי ווייל מען נישט רעדן מיט אים.
היסטאריעאיך בין זיכער אז ווען איך גיי מיט א קעמערע צו די מוסלמענער און פרעג וועגן די מלחמה פין די פאלעסטינער אויף איזרעיל און אלע חורבנות וואס זיי מאכען דארט אהן, און אלע קרבנות וואס זיי האבן געהארגעט און קינדער וכו', אויב זיי האלטען עס איז גערעכט, בין איך זיכער זיי וועלען אלע זאכן גרייט צו רעדן בשלום.
אויב איך וועל אהיים קומען גאנץ, ווען עס זיין א נס.
קומט א פאלעסטינער עושה מעשה זמרי און מאכט א פנים פין א תם, כאילו ער ווייסט נישט פון גארנישט, אוודאי ווייל מען נישט רעדן מיט אים.
סאו דיין תריץ איז אז די אראבערס זענען גרעסערע חיות.
איך הער.
[ציטאט אראפגענומען]
און וואס גייט דיר עס אן?
אנאנים: דו ביסט גערעכט. דו האסט א שטארקע נקודה. איך האב געזעהן אן ענליכן קליפ ווי א פראוואקאטאר טרעפט אן א גרופ פון 4, אדער 5 חסיד'ישע יונגעלייט. ער פרעגט זיי אויב זיי ווייסן עפעס איבער די פראטאקאלן פון די זיקני ציון. כמעט אלע האבן געצויגן מיט די פלייצעס. צו זאגן אז זיי ווייסן גארנישט. איינער, א..."חכם"...האט געזאגט אז ס'האט מסתמא צו טון מיט ..."ציונות"...! לאל... א ביטער געלעכטער...!. נאר איך מיין אז דער פאלעסטינער פראוואקאטאר איז געקומען חוה"מ פסח אדער סוכות. ווען דער עולם איז נישט געווען אין קיין מאאד זיך צו טענה'ן מיט איהם...!
עצי שטיםאיים סארי, אבער די ווידיא איז א גרויסע פארשעמונג פאר חסידישע אידן. איך רעד נישט פון די קורצע אויסגעשניטענע חלק, נאר פון די גאנצע זאך.
זענען מיר חסידים נישט געניג מאדנע און פאני, סיי מיטן אויסזען, מיט אונזער מאדנע מנהגים און געפירעכצער.. אז דאס פעלט אונז נאך אויס?
פארוואס קענען אונז נישט האבן קיין נארמאלע דיסקאסיע מיט א יוטובער.. אזוי ווי די שיינע שמועס וואס דער ליטוואק האט געהאט?
צו איז די יוטובער בארעכטיגט פארן קומען דרייען א קאפ? ניין! און וועגן דעם? גייען מיר אים גיבן גוטע סחורה צו ווייזן ווי מאדנע מיר זענען? איינער נעמט זיך שרייען פון קאר ארויס "רעד נישט צו אים! מ'גייט ריפן פאליס!" בארואיג דיך... ער קומט פרעגן קשיות און וויל פירן א דיסקאסיע.
איך האב נישט קיין טענות אויף דעם חסידישן אידל, ער האט נישט ממש שלעכט געענטפערט, הגם דעם לויפעריי צום סוף ווי כאילו א קאץ לויפט אים נאך, קוקט נישט אויס דאס בעסטע. און הגם ער וואלט געקענט ענטפערן בעסער, ווייס איך נישט צו איך אויף זיין פלאץ וואלט יא געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו ענטפערן קליגער. אבער צו פארשפרייטן די ווידיא און ארויסהייבן אונזער נייע היראו איז נעריש. עס מאכט נאר אז מען זאל גיין קוקן די גאנצע ווידיא און זען אז חסידישע אידן זענען מאדנע בריאים.
ווען די ביסט ווען א כינעזער פון טשיינעטאון און די האסט נישט קיין שום בייעס לכאן או לכאן און די זעסט די גאנצע ווידיא, וואס וואלסטו געטראכט אויף חסידישע אידן?
פארוואס קען מען זיך אפשטעלן א מינוט און כאפן א פריינטליכע פראדאקטיווע שמועס?
דער איז א באקאנטע אנטיסעמיט/טראול וואס זיכט נישט צי פירן קיין שמועסן, ס'קימט עים נישט קיין ענטפער, ובפרט אז ער הערעסט מענטשן רעכטס און לינקס.
אנלעס איינער קען עים גיט ציפיקסן, אזוי ווי דעם חסיד, דארף מען עים איגנארן.
דעם שייגעץ ביים טראולןדער אינגערמאן איז א מוציא שם רע אויף כלל ישראל.
אנשטאט אויסניצן דעם געלעגנהייט און קלאר ארויסברענגען אז אונז אידן זענען נישט פאראנטווארטליך וואס די ציונים טוען צו זיי, און אונז זענען נישט קיין ציונים, שטעלט ער אהער א פנים וואס ברענגט ארויס ווי כאילו דאס פארקערטע.
דער אראבער האט נישט געבעטן אז אונז זאלן בארעכטיגן די פאלעסטינער אדער חמאס!
ר' דאנקבאר: און אפשר דארף אן אראבער פארענטפערן פאר די אידן פארוואס זיינע ברידערס זענען אזעלכע גרויסע רוצחים און שונאי ישראל. אפילו דיך, וואס נאך פאר דו וועסט האבן א טשענס צו זאגן אז דו ביסט אויף זייער זייט און דו האסט פיינט די ציונים, וועל זיי ארייינשטעכן א מעסער אין דיין הארץ. אדער א קויל. אדרבה. פרוביר אויס. גיי אריין אין אן אראבישע געגנט אין פאלעסטינע (ווי דו רופסט אן ארץ ישראל) אדער אין פראנקרייך. שפאציר דיך אדורך. פרוביר האבן א וויכוח מיט איינעם פון זיי. לאז אונז וויסן וואס איז געשעהן נאכדעים. (אויב דו קענסט.).
berlbalagulehר' דאנקבאר: און אפשר דארף אן אראבער פארענטפערן פאר די אידן פארוואס זיינע ברידערס זענען אזעלכע גרויסע רוצחים און שונאי ישראל. אפילו דיך, וואס נאך פאר דו וועסט האבן א טשענס צו זאגן אז דו ביסט אויף זייער זייט און דו האסט פיינט די ציונים, וועל זיי ארייינשטעכן א מעסער אין דיין הארץ. אדער א קויל. אדרבה. פרוביר אויס. גיי אריין אין אן אראבישע געגנט אין פאלעסטינע (ווי דו רופסט אן ארץ ישראל) אדער אין פראנקרייך. שפאציר דיך אדורך. פרוביר האבן א וויכוח מיט איינעם פון זיי. לאז אונז וויסן וואס איז געשעהן נאכדעים. (אויב דו קענסט.).
ווער רעדט דא פון זיך פארענטפערן??
די ציונים ימח שמם לייגן ארויף א שמיציגע ליילעך אויף כלל ישראל אין אלגעמיין, און וואס די ציוניסטישע מדינה לייגט אריין שווערע ביליאנען אין די גאנצע וועלט אז אין וועלטליכע בליק זאל אויסזען אז אידן זענען פארברענטע שטיצער פון אלעס וואס די ציונים טוען אפ, לכה״פ טוען פארטיידיגן.
איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז ווען ס׳קומט כאטש אונטער א געלעגענהייט קלארצושטעלן אז מיר זענען נישט קיין ציוניסטישע שטיצער!!! מיר פארענטפערן זיך נישט, נאָר דאס איז א דערקלערונג וואס די וועלט איז זיך טועה.
מענטשן פון די סיק - seek רעליגיע אין נוא יארק גייען אנגעטוהן אזוי ווי אראבער, און אסאך פארמישן זיך מיט זיי אז זיי זענען מיסלאמענע (טעראריסטן…) און זיי ליידן פון אסאך האסן אטאקעס קעגן זיי. און ווען איינער שטעלט זיי אפ און האלט עם פאָר… וועט ער זאגן אנטשולדיגס, אבער איך בין א סיק און נישט קיין אראבער, איך פארשטיי פארוואס די מישט אויס וועגן מיינע בגדים. די זעלבע איז דא! אונז זענען אידן און נישט קיין ציוניסטן, און די אראבער פארשטייען דאס שוין איינמאל!!!
slayer of trolls📎 48A08C2C-E266-43C3-B5C6-4F903FED9DB8.jpeg
יש קונה עולמו בשעה אחת
דער יונגערמאן האט זיך קונה שם געווען, נאר א שאד ער וויל נישט ארויסגעבן זיין אידענטיטעט. ער איז געווארן די אייקון פון 'טאמעוואטע'...
דאנקבאר berlbalagulehר' דאנקבאר: און אפשר דארף אן אראבער פארענטפערן פאר די אידן פארוואס זיינע ברידערס זענען אזעלכע גרויסע רוצחים און שונאי ישראל. אפילו דיך, וואס נאך פאר דו וועסט האבן א טשענס צו זאגן אז דו ביסט אויף זייער זייט און דו האסט פיינט די ציונים, וועל זיי ארייינשטעכן א מעסער אין דיין הארץ. אדער א קויל. אדרבה. פרוביר אויס. גיי אריין אין אן אראבישע געגנט אין פאלעסטינע (ווי דו רופסט אן ארץ ישראל) אדער אין פראנקרייך. שפאציר דיך אדורך. פרוביר האבן א וויכוח מיט איינעם פון זיי. לאז אונז וויסן וואס איז געשעהן נאכדעים. (אויב דו קענסט.).
ווער רעדט דא פון זיך פארענטפערן??
די ציונים ימח שמם לייגן ארויף א שמיציגע ליילעך אויף כלל ישראל אין אלגעמיין, און וואס די ציוניסטישע מדינה לייגט אריין שווערע ביליאנען אין די גאנצע וועלט אז אין וועלטליכע בליק זאל אויסזען אז אידן זענען פארברענטע שטיצער פון אלעס וואס די ציונים טוען אפ, לכה״פ טוען פארטיידיגן.
איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז ווען ס׳קומט כאטש אונטער א געלעגענהייט קלארצושטעלן אז מיר זענען נישט קיין ציוניסטישע שטיצער!!! מיר פארענטפערן זיך נישט, נאָר דאס איז א דערקלערונג וואס די וועלט איז זיך טועה.
מענטשן פון די סיק - seek רעליגיע אין נוא יארק גייען אנגעטוהן אזוי ווי אראבער, און אסאך פארמישן זיך מיט זיי אז זיי זענען מיסלאמענע (טעראריסטן…) און זיי ליידן פון אסאך האסן אטאקעס קעגן זיי. און ווען איינער שטעלט זיי אפ און האלט עם פאָר… וועט ער זאגן אנטשולדיגס, אבער איך בין א סיק און נישט קיין אראבער, איך פארשטיי פארוואס די מישט אויס וועגן מיינע בגדים. די זעלבע איז דא! אונז זענען אידן און נישט קיין ציוניסטן, און די אראבער פארשטייען דאס שוין איינמאל!!!
דער סאטמארע ב"ש איז צוקער זיס.
די שפיץ פונעם שפיל איז לכאורה זיין תמימות'דיגע שאלה ''כ'האב געהערט פון א מלחמה אין אוקריינא, ס'דא נאך א מלחמה''...? 😂 און נאך דערצו מיט זיין פארלוירענע בעטענדע מינע אויפן פנים זיך אויסדרייענדיג צום פאטאגראפירער פאר הילף...
יא, ער וואלט נישט געדארפט אריינלויפן אין ביהמ''ד דערנאך, אבער ס'איז זייער קלאר אז ער האט באמת נישט געהאט צופיל צייט זיך משוגע צו מאכן מיט דעם שייגעץ, פארקערט, ווען ער האט ווען מער צייט וואלט די שפיל מסתמא נישט אזוי גוט געלונגען.
איך בין כמעט זיכער אז ס'איז באמת יא געווען אידן וואס האבן אים געענטפערט צו די זאך נאר דער אנטיסעמיט האט עס פשוט נישט ארויפגעלייגט. יעדער פארשטייט אז ווען מ'מאכט א אזא סארט קליפ, כאפט מען אפ גענוג און נאך מענטשן, און נאכדעם קלויבט מען אויס די בעסטע, - אין אונזער פאל די וואס מאלן אראפ די היימישע קאמיוניטי מיט די נעבעכדיגסטע פארבן.
דעם לאנגווייליגן ליטוואק האט ער ארויפגעלייגט נאר צוליב די פאליציי סומאטוכע אינדערמיט, און אונזער היראו האט ער מסתמא ארויפגעלייגט בלויז ווייל ער האט נישט געכאפט די שפּיל ווי דעי אינגערמאן האט אים צונאר געלייגט, ביי אים איז דאס געווען א זאפטיגע געלעגנהייט צו צייגן די נארישע אומוויסענדהייט פון חסידישע אידן, הערשט נאכן פובליצירן די ווידעא האט ער געכאפט אין וואספארא נעץ ער איז אריינגעפאלן.
ווען ער קומט ווען מיך פרעגן יעצט וואס איך זאג צו די פאלעסטינע קאנפליקט וואלט איך אים צוריקגעפרעגט "און וואס זאגסטו..."? אבער שפילן תמ'עוואטע איז נאך אלס בעסער און פאערפול, איך בין נאר נישט אזא גוטע שפילער.
און איך וואלט נישט געשפילט נאר געזאגט אין פנים אריין. אז אנגעהויבן פון מוכאמעד זענט עטץ אלע בלוטיגע שלענג מדבר שוואמען, און ס'איז א נחת צו הערן און זען טעגליך ווי מ'פארטיליגט אייך ווי די שרצים אין די היי נאמבערס.
און ער מוז עס נישט ארויפלייגן...
אין לנו חלק במדינה הנאציונות
זאל ער כאטש זאגן דער אמת אז ער איז נישט קיין ציוניסט!!
דער אינגערמאן האט פאראורזאכט א שרעקליכע חילול השם. ער האט ר״ל גענומען אויף זיך ציוניסטישע פאטריאטישקייט!!
שעמען זאל ער זיך!!
א שאנדע אויף אים!!
איך האב מיך געדארפט מוטשען צו אידענטיפיצירן ווער ס'איז דער העלד, פון וואס דער פותח האשכול רעדט, אין די ווידעאו. ווען נישט די בילד וואס ער האט געלייגט וואלט איך דעפעניטילי געזאגט אז ס'איז דער לעצטער, ליטווישער אינגערמאן און נישט דער דזשינדזשי. ווי איינער האט שוין אויבן געזאגט, יעדער פרעמדער, וואס טראגט נישט קיין צד אין דעם קאנפליקט, וואס וואטשט דער ווידעאו טראכט אז ווי'ר אלל גילטי עז פאָכּ.
דאס איגנארירן און מאכן זיך תמוואטע ווערט נישט אויסגעטייטשט ווי כאילו א טענה אז מיר זענען נישט אחראי אויף וואס די איזראעליס טוען, ווי אייניגע תמימים מיינען, נאר ענדישער ווי א גאווה'דיגער, אראגאנטער וועג פון זאגן: איך דארף, און וועל, מיך נישט פארענטפערן פאר קיינעם פאר מיינע ראסן פארברעכנס -- אבער אייך וועלן מיר פארשרייען אלס אנטיסעמיט אויב דו וועסט נאר אזויפיהל ווי א קרום מיט די נאז געבן -- א מין אטיטוד וואס אפילו די איזראעליס, די באשולדיגטע אליינס, האבן נישט. זיי ענטפערן כאטשיג ווי נארמאלע מענטש און מאכן אן עפפארט אויף פאבליק רילעישאנס, צו פראפאגאנדע, ווי-אזוי דו ווילסט עס רופן.
פארפאלן, די איזראליס האבן מצליח געווען יעדעם איבערצוצייגן אז אידן און איזראעל זענען סינאנימעס. דיעל דערמיט! אז דו קענסט עס נישט פארטראגן, טוה דיך אויס די היט און רעקל. שנייד דיך אפ די בארד און פאות און סטאפ זאגן ולירושלים עירך..
נ.ב. דאס אז דער איז א טראלל פארענטפערט עס נישט. אין אַן איידיעל וועלט וואלט געדארפט זיין אז אזוי ווי דער טראלל רעפרעזענטירט נישט דער פאלעסטינער קאמיוניטי און זייערע פליטים, זאלן די אינגעלייט וואס ער האט אפגעשטעלט נישט רעפרעזענטירן די מעדזשאריטי אפיניענס אין אונזערע קהילות. איז אבער א פראבלעם אז אן אינדיווידועל יוטיוב viewer וואס קומט אקראָס דער ווידעאו ווייסט אי נישט אז דער איז א טראלל, ווייל ער האט נישט דוקא געוואטשט זיינע אנדערע ווידעאוס, און אי נישט אז אונזערע קהילות האבן יא אסאך ווערייעטי. אלזא ווען דער פותח האשכול קומט עצה'ן אז יעדער זאל ענטפערן ווי דער דזשינדזשי האט ער נאר אויפגעטוהן אז ביי דעם אינאסענט viewer ווערט נאר רי-ענפאָרסד דער געדאנק אז מיר זענען אלע יא ביי די זעלבע מיינונג בשעת ווען דער טראלל בלייבט מיט זיין מכלומרשטע בענעוואלענט אימעדזש, טוהענדיג פשוט וואס טויזנטער אנדערע טוען אויף יוטיוב. גייען ארום און פרעגן רענדאם שאלות פון מענטשן בנוגע עני טאפיק. וואטס די פראבלעם וויט דעט?
איך וואלט די טראל דערלאנגט א פראסק, ווען ער פראבירט מיר צוריק דערלאנגן איינס, פרעג איך אים דערנאך;
What do you say to the Palastinians in NY hitting American dads in their face?
ר׳ טאמבל, סאיז מיר נישט אינגאנצן קלאר וואס דיין פוינט איז, אבער אויב איז דיין טענה אז זיך מאכן תמעוואטע פאר א טראלל אויף אן עלעגאנטן און צינישען וועג איז ווייניגער עפעקטיוו ווי זיך פארענטפערן על האמת, דאן ערלויב מיר צו דיסעגריען
ערשטענס, ווען דער חכם מכל אדם האט געזאגט אל תען כסיל כאולתו האט ער דאך ממש דאס געמיינט, ווייל א נער קען מען נישט קלוג מאכן וכמאמר החכם Never argue with an idiot, they will drag you down to their level and beat you with experience
צווייטענס, והוא העיקר, קומט ער דאך אוודאי נישט דא פארן ריינעם אמת, ער זיכט בלויז סאונדבייטס וואס ער קען שטיקלען און שמעלצן כדי אראפצומאלן א בילד און א אגענדע וואס ער שטופט, כדרך המידיא והפראפאגאנדעניקס און ווי חב״ד הויזן האט שוין ערווענט, איז מאכט דאך סייווי נישט קיין נפק״מ וואס די וועסט אים זאגן, ער גייט דאס בכלל נישט ווייזן
דריטענס, דיין הנחה אז סדא תמימותדיגע אינדיווידואלע יוטיוב viewers וואס זענען נישט אזוי באהאווענט אז מען טראללט דא אין גרויסן, האלט אויך נישט אויס, ווייל ממ״נ, א טיפש וועט דאך ממילא נישט כאפן וכדאמרן, און דער וואס האט יא א שטיקל מח בקדקדו, פארשטייט וואס דא גייט פאר
בכלל, גלייבט זיך שווער אז סגעפינט זיך נאך א ערנסטע פראצענט (בפרט ביי אקטיווע סאושעל יוזערס) וואס האבן נאך נישט קיין עקזיסטירנדע אפיניען איבער די איזרעלי פאלעסטינער נושא און סה״כ זוכט יעדער צו קאנפירמען זיין אויסגעטרעטענע דעה און בייעס
כאפ א בליק אויף די קאמענטס, מערסטענס זענען פאלעסטינער פול מיט האס און שנאה און ער איז דא זיי צו פיטערן וואס זיי ווילן הערן, צו זען וויאזוי מען מאכט דעם אידל אומבאקוועם און מען לייגט אים גוט אויפן פלאץ
קומט אונזער העראו און לאזט זיך נישט ווערן אריינגעכאפט אין זיין פאסטקע נאר פארקערט, מאכט אים צונער אן דעם וואס ער זאל כאפן וואס מען טוט מיט אים, דאס איז א קלאסישע דעבאטע ninja power move און ער געווינט די רונדע
יאסל ראקאוועראיך וואלט די טראל דערלאנגט א פראסק, ווען ער פראבירט מיר צוריק דערלאנגן איינס, פרעג איך אים דערנאך;
What do you say to the Palastinians in NY hitting American dads in their face?
און ער וואלט דערנאך ארויסגעשטעלט די ערשטע חלק ווי ער פרעגט א רענדאם שאלה.. און דער משוגע'נע וויילענט חסיד הייבט הענט..
אוי וואלט דאס געווען א סענזאציע...
כ'מיין אז מען מעג האבן אביסל שכל.
עצי שטים יאסל ראקאוועראיך וואלט די טראל דערלאנגט א פראסק, ווען ער פראבירט מיר צוריק דערלאנגן איינס, פרעג איך אים דערנאך;
What do you say to the Palastinians in NY hitting American dads in their face?
און ער וואלט דערנאך ארויסגעשטעלט די ערשטע חלק ווי ער פרעגט א רענדאם שאלה.. און דער משוגע'נע וויילענט חסיד הייבט הענט..
אוי וואלט דאס געווען א סענזאציע...
כ'מיין אז מען מעג האבן אביסל שכל.
אויב דו ביסט יא באקאנט מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע פון עדיטן און ארומשניידן ווידעא'ס איז פארוואס האלסטו אז אויב מ'וואלט אים גוט געענטפערט וואלט ער נישט געשטיקלט און ארויסגענומען זאכן פון קאנטעקסט? אדרבה לאמיר הערן פון דיר פונטקליך וואס דו וואלסט געענטפערט דעם טראל?
טאמבל סאסאיך האב מיך געדארפט מוטשען צו אידענטיפיצירן ווער ס'איז דער העלד, פון וואס דער פותח האשכול רעדט, אין די ווידעאו. ווען נישט די בילד וואס ער האט געלייגט וואלט איך דעפעניטילי געזאגט אז ס'איז דער לעצטער, ליטווישער אינגערמאן און נישט דער דזשינדזשי. ווי איינער האט שוין אויבן געזאגט, יעדער פרעמדער, וואס טראגט נישט קיין צד אין דעם קאנפליקט, וואס וואטשט דער ווידעאו טראכט אז ווי'ר אלל גילטי עז פאָכּ.
דאס איגנארירן און מאכן זיך תמוואטע ווערט נישט אויסגעטייטשט ווי כאילו א טענה אז מיר זענען נישט אחראי אויף וואס די איזראעליס טוען, ווי אייניגע תמימים מיינען, נאר ענדישער ווי א גאווה'דיגער, אראגאנטער וועג פון זאגן: איך דארף, און וועל, מיך נישט פארענטפערן פאר קיינעם פאר מיינע ראסן פארברעכנס -- אבער אייך וועלן מיר פארשרייען אלס אנטיסעמיט אויב דו וועסט נאר אזויפיהל ווי א קרום מיט די נאז געבן -- א מין אטיטוד וואס אפילו די איזראעליס, די באשולדיגטע אליינס, האבן נישט. זיי ענטפערן כאטשיג ווי נארמאלע מענטש און מאכן אן עפפארט אויף פאבליק רילעישאנס, צו פראפאגאנדע, ווי-אזוי דו ווילסט עס רופן.
פארפאלן, די איזראליס האבן מצליח געווען יעדעם איבערצוצייגן אז אידן און איזראעל זענען סינאנימעס. דיעל דערמיט! אז דו קענסט עס נישט פארטראגן, טוה דיך אויס די היט און רעקל. שנייד דיך אפ די בארד און פאות און סטאפ זאגן ולירושלים עירך..
נ.ב. דאס אז דער איז א טראלל פארענטפערט עס נישט. אין אַן איידיעל וועלט וואלט געדארפט זיין אז אזוי ווי דער טראלל רעפרעזענטירט נישט דער פאלעסטינער קאמיוניטי און זייערע פליטים, זאלן די אינגעלייט וואס ער האט אפגעשטעלט נישט רעפרעזענטירן די מעדזשאריטי אפיניענס אין אונזערע קהילות. איז אבער א פראבלעם אז אן אינדיווידועל יוטיוב viewer וואס קומט אקראָס דער ווידעאו ווייסט אי נישט אז דער איז א טראלל, ווייל ער האט נישט דוקא געוואטשט זיינע אנדערע ווידעאוס, און אי נישט אז אונזערע קהילות האבן יא אסאך ווערייעטי. אלזא ווען דער פותח האשכול קומט עצה'ן אז יעדער זאל ענטפערן ווי דער דזשינדזשי האט ער נאר אויפגעטוהן אז ביי דעם אינאסענט viewer ווערט נאר רי-ענפאָרסד דער געדאנק אז מיר זענען אלע יא ביי די זעלבע מיינונג בשעת ווען דער טראלל בלייבט מיט זיין מכלומרשטע בענעוואלענט אימעדזש, טוהענדיג פשוט וואס טויזנטער אנדערע טוען אויף יוטיוב. גייען ארום און פרעגן רענדאם שאלות פון מענטשן בנוגע עני טאפיק. וואטס די פראבלעם וויט דעט?
די פראבלעם דא איז אז דו האלסט אז איזראעל באגייט ראסע פארברעכנ'ס קעגן פאלעסטינע, ממילא האלסטו אז די בארא פארקע אידנטום וואלט געדארפט (אלס מענטשליכקייט) נעמען אחריות דערויף. די פראבלעם איז אז אונז האלט מיר נישט אז די איזראעליס באגייען עני מענטשן-רעכט פארלעצונגען. און קיינער איז נישט מחיוב זיך צו אנטשולדיגן פאר עפעס וואס ער האט נישט געטון אפילו ווען די שואל האלט יא אזוי.
נב. דאס אז ער איז א טראול פארענטפערט עס יא. ווייל אפילו א נאר זעט אז ער האט דא בלויז געמיינט צו פייניגן אומשולדיגע דורכגייער, און אויב וואלט מיר אונז אים געענטט דאס וואס ער האט געוואלט הערן וואלט מען הערשט דאן געזען די נאאיווקייט פון די היימישע קאמיוניטי.
טריי דיך נישט אריינצולייגן אין די שיך פון א איניסענט יוטוב viewer ווייל דו ביזט א אינסיידער מיט א בייעס קעגן חסידים, אז דו ווילסט טראכט וואס וואלט געווען ווען איינער גייט ארום צו תמימות'דיגע רוסישע טעקסי דרייווערס וואס האלטן זיך אינמיטן אפרוען פון א רייזע, און פרעגט זיי 'וואס זאגסטו צו דעם וואס רוסלאנד פייניגט נאוואלני? אדער מ'גייט ארום צו תמימות'דיגע באבעס אין טשיינע טאון 'וואס זאגסטו צו די כינע טייוואן קאנפליקט? און ווען מ'זעט װיאזױ די באבע מאכט זיך נישט וואוסענדיג זאל די טראלל אנפאנגען צו גריללן 'האלא מיסיס, וואס זאגסטו צו טייוואן?
אזויווי דו קוקסט אן יענעם, אזוי קוקט די רענדאם גוי אן דעם טשעפעניאק וואס זעצט זיך אראפ אויפ'ן באנק נעבן א אומשולדיגע שטילע איד.
ס'איז זיס צו זען ווי איין ניק נאכן אנדערע פרובירט צו שרייבן א קילערע תגובה ווי דער בעפאר עם. 😂
חב''ד הויזן עצי שטים יאסל ראקאוועראיך וואלט די טראל דערלאנגט א פראסק, ווען ער פראבירט מיר צוריק דערלאנגן איינס, פרעג איך אים דערנאך;
What do you say to the Palastinians in NY hitting American dads in their face?
און ער וואלט דערנאך ארויסגעשטעלט די ערשטע חלק ווי ער פרעגט א רענדאם שאלה.. און דער משוגע'נע וויילענט חסיד הייבט הענט..
אוי וואלט דאס געווען א סענזאציע...
כ'מיין אז מען מעג האבן אביסל שכל.
אויב דו ביסט יא באקאנט מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע פון עדיטן און ארומשניידן ווידעא'ס איז פארוואס האלסטו אז אויב מ'וואלט אים גוט געענטפערט וואלט ער נישט געשטיקלט און ארויסגענומען זאכן פון קאנטעקסט? אדרבה לאמיר הערן פון דיר פונטקליך וואס דו וואלסט געענטפערט דעם טראל?
ווען יעדער ענטפערט פארן טראלל שיינערהייט אזוי ווי דער ליטוואק.. וואס וואלט ער שוין געקענט שניידן?
מען זעט ווי א איידעלער אידל מיט א שמייכל ענטפערט שיינערהייט.. ווי שלעכט קען מען עס מאכן אויסקוקן?
איך פארשטיי בכלל נישט דעם לאגיק, אז היות ער זיכט דוקה צו אראפמאלן א שלעכטע בילד פון אונז, זאלן אונז אים שוין דערלאנגען צוויי פעטש אויך אז ער זאל האבן ממש גוטע סחורה ארויפצושטעלן.. אויב עפעס מאך זיין ארבייט די שווערסטע וואס נאר שייך.
און בכלל די לינקע מידיא אין אמעריקע זיכט דען נישט אראפצומאלן מדינת ישראל אלטס בלוט פארגיסער? און דאך ביי יעדע קאנפליקט קומען ארויף די איזרעילי שיקעס אויף די לינקע טעלעוויזיע און שפילן וויקטעם און פארענטפערן זיך. און הגם די מידיא פראבירט זיי אראפצומאלן ווי די אגרעסערס, דאך טוען זיי וואס זיי קענען צו פארמינערן די דעמעדזש..
און יא! זיי טוען עפעס אויף.. חזקה על פראפעגאנדע וכ'
זע דא אפאר משלים.
דא איז לינקע פראפעגאנדע ביי די פאריגע מלחמה.
https://youtu.be/MZKgZbGjVdg
נאך
https://youtu.be/NeZ4yXyzUG0
און קוק ווי די איזרעיליס פראבירן אלע צו מאכן דעמעדזש קאנטראל..
https://youtu.be/ZGqc4BsAf40
נאך
https://youtu.be/pxuCW8r4lkw
און נאך
https://youtu.be/D81jhypLzUc
מיר דארפן זיך אויסלערנען וויאזוי צו האבן א גוטע פאבליק רילעישנס מיט די מידיא.
אינמיטן מיין שיינע ענטפער וועל איך זאגן אז ''מ'דארף הארגענען יעדע פאלעסטינער וואס האלט אינמיטן דורכפירן א טעראר אטאקע'' און ער וועט ארויפלייגן מיינע ווערטער ''מ'דארף הארגענען יעדע פאלעסטינער''..
איך וויל באמת פארשטיין וואס דו טראכסט. איך ווייס נישט צו דו מאכסט זיך אדער דו ביזט באמת אזוי תמימות'דיג.
השם ישמר
פאר אזא מענטש לוינט זיך נישט צי ענטפערן ער איז א טראול
בד"כ וואס די וועסט יא אדער נישט זאגן גייט עס ארויסקומען שלעכט.
איך וואלט עם געענטפערט אז מוכאמעד איז א פיג אבער איך בין נישט זיכער אז איך וועל ענדיגן די יאר פרידליך
אפשר ווען מ'באגעגענט אזא מוכאמעד, זאל מען עהם איינפאך זאגן ווי מ'זאגט פאר עני היימישער טראלל.
שעפעלע, ברויכסט נאך ברעכען?... [בלשון נקיה...]
ווען ביסט פיניש, פלאש אראפ...
כלבאשבוער׳ טאמבל, סאיז מיר נישט אינגאנצן קלאר וואס דיין פוינט איז, אבער אויב איז דיין טענה אז זיך מאכן תמעוואטע פאר א טראלל אויף אן עלעגאנטן און צינישען וועג איז ווייניגער עפעקטיוו ווי זיך פארענטפערן על האמת, דאן ערלויב מיר צו דיסעגריען
ערשטענס, ווען דער חכם מכל אדם האט געזאגט אל תען כסיל כאולתו האט ער דאך ממש דאס געמיינט, ווייל א נער קען מען נישט קלוג מאכן וכמאמר החכם Never argue with an idiot, they will drag you down to their level and beat you with experience
דער חכם מכל אדם האט געזאגט דעם מאמר ביי א פאל ווען דער דעבאטע איז וואָן אָן וואָן, ווען דער אנדערער פרובירט דיך סתם צו דרייען א קאפ. אבער דא האב איך מורא האט דער רויטער געטוהן די פונקט פארקערטע פון שלמה'ס עדווייס. ווייל דא איז דער גאנצער מטרה פון דעם טראלל צו ווייזן פאר די אוידענץ, טאקע דאס אז דו ביסט אן עקש. זיין מטרה איז נישט צו האבן אן ארגומענט מיט דיר אדער דיך איבערצוצייגן אדער אפילו נישט צו דרייען א קאפ. ער וויל פאר די אוידענץ אויסקוקן ווי דער נארמאלער וואס פרעגט "אומשולדיגע" קוועשטנס וועגן נושאים וואס זענען אויף דער סדר היום אדער אין די נייעס ווי מ'זאגט, און אייך מאכן אויסקוקן ווי אומוויסנדע, קאלטע אומאינטרעסירטע מענטשן מיט אפּאטיע צו פאלעסטינער און זייער וויי-געשריי. צו ריכטיג מקיים זיין דעם 'ועם עקש' וואלט דער אינגערמאן אים געדארפט ענטפערן בערך אזוי:
איך פיהל זייער פאר די פאלעסטינער און זייער פּלייט, אבער רעליגיע און סטעיט זענען באזונדערע זאכן אזוי אויך זענען אידן וואס וואוינען אין אנדערע מדינות און במילא אזוי ווי איך וועל נישט באשולדיגע
מוסלעמענער דאהי וועגן אטאקעס וואס בין-לאדין פלאנט אויס אין אפגאניסטאן האב איך אויך נישט צייט פאר יעדן טאג א צווייטער יוטיוב טראלל, זיך צו דארפן פארענטפערן אויף אומרעכטן וואס ווערן דורכגעפירט אין אן אנדערע לאנד ביי א סטעיט גאווערנמענט.
קען איך גיין וואוינען אין סאודע אראביע?
גייטס ארויס פין ישראל.
Re: עם עקש תתעקש! יונגערמאן מאכט צונער פאלעסטינער סימפאטיזער
היסטאריעקען איך גיין וואוינען אין סאודע אראביע?
גייטס ארויס פין ישראל.
ביסטו דאך יא א ציוני. נו דארפסטו דיך יא פארענטפערן?! מאך אפ, ארץ ישראל איז יא דיינס אדער נישט? עס איז, אבער נאכנישט יעצט...? אומממ..סארי אבער כ'פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט.
דו קענסט נישט גיין קיין סאודיע אראביע פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו קענסט נישט גיין וואוינען אין פוילן פרי-האלאוקוסט. גיי האב טענות צו די ראטשילדס און די מאנטעפיוריס.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דער איז געווארן א געהעריגע סעלעברעטי...
📎 Screenshot_20220920-002405_Telegram.jpg
אבער מ'ווייסט דאך נישט זיין נאמען, זיין אקאוינט?
דער איד איז דאך אַן ערליכער און דערפאר האט ער געמיינט אז דער פאלעסטינער וועט כאפן ביים ווינק: הער אראבער, איך ווייס נישט וואס דו רעדטסט פון.., דריי נישט דעם קאפ, פיץ אפּ און מאך משוגע דיינע ציוניסטישע פיינט…!
אבער ער וואלט געדארפט קלאר שטעלן צום פינטל: ״איך בין א איד, נישט קיין ציוניסט. וואס די ציונים ימח שמם טוען, זענען נאָר זיי פאראנטווארטליך פונקט ווי אייסיס איז פאראנטווארטליך אויף וואס זיין טוען!
און פטור א געשעפט, און מיט דעם אראפגענומען די חילול השם און פארשעמונג וואס די ציונים פארפלעקן די אלגעמיינע יודנטום.
דער איד זאגט מיר אויפן טעלעפאון אז ער האט חרטה אויף דעם, און האט נישט געהאט קיין נערוון אפצוקאכן די שמיציגע ציוניסטישע מיסט און בכלל טראכטן פון זיי ימח שמם.