☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דער אמת'ער על חטא

דער אמת'ער על חטא

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15506

תוהו ובוהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 3:50 am

· #507871
דער אמת'ער על חטא
נאכ'ן פאררייכערן א דזשוינט און זיך אנעסן ווי קיינמאל בעפאר, איז דער סאטמארער משיח - אינדארסירט דורך אלע פאראייניגטע מוסדות און קהילות - געקומען צו מיר אין חלום און מוחה געווען בכל תוקף אויפ'ן משיח שקר וואס האט איבערגעגעבן א פאלשע על-חטא ליסטע רח"ל, און איינוועגס האט ער מיר איבערגעגעבן די ריכטיגע חטאים אויף וואס מיר דארפן זיך קלאפן:

על חטא שחטאנו לפניך באריזאנע ווייץ
על חטא שחטאנו לפניך בב"ק
על חטא שחטאנו לפניך בגלילות והמסתעף
על חטא שחטאנו לפניך בדאווענען קארליבאך
על חטא שחטאנו לפניך בהוצאה בעירוב
על חטא שחטאנו לפניך בוואכנאכט אין בעקיארד
על חטא שחטאנו לפניך בזיין ביי קרבתנו
על חטא שחטאנו לפניך בחינוך ע"י קאממאן קאר
על חטא שחטאנו לפניך בטעסלע קארן
על חטא שחטאנו לפניך בי. י. דזשעקאבסאן
על חטא שחטאנו לפניך בכשר'ן שבת עלעוועיטער
על חטא שחטאנו לפניך בלאנגע פאנדזשעלאוס
על חטא שחטאנו לפניך במאדערנע ברילן
על חטא שחטאנו לפניך בנחמו קומזיץ
על חטא שחטאנו לפניך בסידור קידושין
על חטא שחטאנו לפניך בעסן או יו
על חטא שחטאנו לפניך בפארקויפן חמץ אנליין
על חטא שחטאנו לפניך בצומת הגידין
על חטא שחטאנו לפניך בקיד-טשאטשקע
על חטא שחטאנו לפניך ברויטע שרייענדע קליידער
על חטא שחטאנו לפניך בשירים ושיעורים
על חטא שחטאנו לפניך בתפילין בייטלעך

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 9:35 am

· #507877
ועל כולם, אדמו"ר הסליחות, סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם זריקה מהישיבה.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם זריקת הילדים מהמוסדות.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם גערת חכם של "שייגעץ ארויס!"

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם נידוי מהקהילה.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם מכת מרדות.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם הפחדה של גיהנום וכף הקלע.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם שריפת הבית.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם חיתוך הזקן.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם כינוסים ושטיפת מוח.

ועל חטאים שאנו חייבים עליהם ניכור ממשפחה וחברים.

יעדער זאל צולייגן חטאים מיט עונשים וואס פאלן איהם ביי און מ'וועט אלעס צאמנעמען און שרייבן איין לאנגע כוללות קוויטל און לאמיר צוזאמען איינרייסן בי די כסאות הכבוד להעביר את רוע הגזירה!

חדשים » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 11:07 am

· #507883
יא יא, כ’האב דאך געשמעקט אז יענס איז א משיח שקר...

א גאנצע ליסטע אן דערמאנען איינמאל טעכנאלאגיע, סמארטפאון, פילטער, וכו’. מילא אנליין שאפינג איז שוין מותר געווארן לעיטלי, אבער אזאנס האב איך מיר נישט גערישט. משיח באדערט עס נישט? Wow

און וואס טוט זיך מיט די לאנגע שייטלען? טייטע הויזן? מעיקאופ? אוועקפארן אויף שבועות? גיין מיט א שניעל? ליינען נישט אויסגעהאלטענע אויסגאבעס? דאווענען אין אונזערע שולן? בקיצור, מען דארף מאכן א בלאט טעסט און זען אויב עס איז עכט סאטמארע בלוט...

Btw, וואס מיינט בב”ק? בארביקיו, בני ברק...

רביה”ק, וואס איז כסאות הכבוד? וואס איז די לשון רבים? איין גאט און איין אדמו”ר. כפירה איז נישט ערלויבט דא...

מתבודד » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 11:11 am

· #507884
די ארגינעלע פשט פון ב”ק איז בוירט קאנטראל, אבער קוקט אויס די פייטן האט עס געשריבן אין ר”ת מ’זאל טאקע קענען אריינלערנען אויך בארביקיו און בני ברק. אפשר.

מתבודד » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 11:11 am

· #507886
די על חטא הנ”ל איז עולה בקנה אחד מיט א שטיקל פיוט וואס איך האב געטראפן אין א גאר אלטן מחזור וואס איז ווארשיינליך ארויסגעשניטן געווארן דורך די רשעות’דיגע צענזורן.




אנשי ווילי כשהיו במצוקה, בקשו רחמים למעלה תקח בחזרה את התורה, כי היא עוד לא עוז ואורה, כי אם לקושי היא לנו ולמצוקה, נשמע תפילתם וענה בבהירה, פח אשפה גדול אניח בלי ובעדפארד הפינה, תזרקו המצוות המייגעות שמה, ולאחר שבוע אקח הכל בחזרה. ויהי כי יצא הכרוז והשמועה, באו הכל עם המשקפיים שחורה ולבנה, זרקו לפח את זה בכוונה, עם טלפונים בטעג ומאושר נשמרה, באו הנשים בכעס עם הטוכאל’ה, וגם השפיצלעך בפח מצאו מנוחתה, גרביים לבנות חסידיים שם נעשה קבורתה, וכהנה וכהנה רבות וקשות מצאו להם נחלה. ויהי כי נתמלאה סאתם, בא בכבודו לראותם וליקחותם, וכאשר רק נסתכל לרגע בפנים, יצאה שאגה אשר נשמעה בכל העולם, הוי הוי בני כי טעיתם, לא זו התורה אשר נתתי לכם, מה שלקחתם לכם זו אשמתכם, ולמצוות שלי שכחתם והזניחם. וכל העם געו בבכיה, טעות לעולם חוזר ועשו תשובה, למצוות אמיתיות נשמע ונעשה, ולא נהיה עוד טיפשים לקבל כל שגיעה ושגיאה.

יעקב מעקסוועל » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 4:18 am

· #508045
מ'פארציילט טאקע, יענע מאנטאג ווען דער באשעפער האט צוריק גענומען די תורה, איז כנסת ישראל געקומען מיט א טענה צום באשעפער. דו זאגסט דו נעמסט צוריק דער תורה, און דערווייל האט זיך גארנישט געטוישט? דער עולם גייט אין שול, די מקוואות זענען פול, די מוחים שרייען מען זאל נישט רעדן ביים ליינען, די חדר לערנט נישט קיין וועלטליכע לימודים, יעדער גייט ווייטער מיט הוט און רעקל, וואס איז פשט?

מיד ענה הקב"ה, די אלע זאכן האט מיט מיר גארנישט, לך לאומן שעשה את זה.

מרדכי מרדכי » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 1:59 pm

· #508275
תוהו ובוהו
נאכ'ן פאררייכערן א דזשוינט און זיך אנעסן ווי קיינמאל בעפאר, איז דער סאטמארער משיח - אינדארסירט דורך אלע פאראייניגטע מוסדות און קהילות - געקומען צו מיר אין חלום און מוחה געווען בכל תוקף אויפ'ן משיח שקר וואס האט איבערגעגעבן א פאלשע על-חטא ליסטע רח"ל, און איינוועגס האט ער מיר איבערגעגעבן די ריכטיגע חטאים אויף וואס מיר דארפן זיך קלאפן:

על חטא שחטאנו לפניך באריזאנע ווייץ
על חטא שחטאנו לפניך בב"ק
על חטא שחטאנו לפניך בגלילות והמסתעף
על חטא שחטאנו לפניך בדאווענען קארליבאך
על חטא שחטאנו לפניך בהוצאה בעירוב
על חטא שחטאנו לפניך בוואכנאכט אין בעקיארד
על חטא שחטאנו לפניך בזיין ביי קרבתנו
על חטא שחטאנו לפניך בחינוך ע"י קאממאן קאר
על חטא שחטאנו לפניך בטעסלע קארן
על חטא שחטאנו לפניך בי. י. דזשעקאבסאן
על חטא שחטאנו לפניך בכשר'ן שבת עלעוועיטער
על חטא שחטאנו לפניך בלאנגע פאנדזשעלאוס
על חטא שחטאנו לפניך במאדערנע ברילן
על חטא שחטאנו לפניך בנחמו קומזיץ
על חטא שחטאנו לפניך בסידור קידושין
על חטא שחטאנו לפניך בעסן או יו
על חטא שחטאנו לפניך בפארקויפן חמץ אנליין
על חטא שחטאנו לפניך בצומת הגידין
על חטא שחטאנו לפניך בקיד-טשאטשקע
על חטא שחטאנו לפניך ברויטע שרייענדע קליידער
על חטא שחטאנו לפניך בשירים ושיעורים
על חטא שחטאנו לפניך בתפילין בייטלעך
די דאזיגע חטאים איז פאר'ן יא טוהן אדער צוליב נישט טוהן

אויב מעג איך לערנען פשט ווענדט זיך וועם מען פרעגט

פאלאצ'ינטא » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:08 pm

· #533555
אי אפשר לפורטם כי רבי'ס הם