☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » פאספארט בילד פון הרב שך

פאספארט בילד פון הרב שך

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15501

תוהו ובוהו » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:57 pm

· #507736
פאספארט בילד פון הרב שך
עס פארט ארום אויף טוויטער אן אינטערסאנטע פאספארט בילד אנגעבליך פון הרב שך ז"ל אלס בחור, וואו ס'קוקט אויס ווי ער פאטאגראפירט זיך אן א קאפל.
📎 181.jpg 📎 FbV8_ZnWAAA3-Mo.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:15 pm

· #507740
וואס איז דער חידוש?! אפשר אין יענע צייטן האט מען זיך געדארפט פאטאגראפירן אן א קאפל. די עיקר איז אז אויף די עלטער איז ער געווען א בעל צורה.

נישט דאס איז וואס שטערט מיך. ער האט דאך געזאגט די ערגסטע זאכן אויף דעם ליובאוויטשער רבי. נו, הגע בעצמך. אשרי זיקנתו שכיפרה על ילדותו. דעם ערשטן אשרי. אזוי ווי אויף סאטמאר'ע רב קענמען אויף איהם נישט זאגן. פאר די גאוני הדור וועלכע ווילן אוודאי וויסן וואס דער ערשטער אשרי איז...."אשרי ילדותנו שלא ביישה את זיקנותינו"...אזוי זאגט די גמ' אין מס' סוכה. אז די חסידים ואנשי מעשה האבן דאס געזינגען ביי די שמחת בית השואבה אין ביהמ"ק.

פרנס החודש » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:58 pm

· #507747
Re: פאספארט בילד פון הרב שך
די קאפל האט מען געמוזט אויסטון. נאר ער איז אנגעטון גאנץ מאדערן פאר זיין צייט, אויב איך זע גוט האט ער א שיינע side part נאר די האר איז געשניטן קורץ. בעיקר וואס כאפט מיר איז די ממזרישע אויגעלעך, ווייט פון די קעלבערנע אויגן וואס רוב פון זיינע נאכפאלגער האבן. בכלל רב ש״ך איז קיינמאל קיין תמים נישט געווען, זייער א געפילישער מענטש אבער א רעכטער פאליטיקער.

פרנס החודש » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 7:06 pm

· #507748
Re: פאספארט בילד פון הרב שך
.

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 7:15 pm

· #507750
c/p
איך המשגיח בישיבה היה אומר..
גם הרב שך לא נולד הרב שך

דאנקבאר » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 2:25 am

· #507772
🙂 😮 😃

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 2:58 am

· #507775
פרנס החודש
די קאפל האט מען געמוזט אויסטון. נאר ער איז אנגעטון גאנץ מאדערן פאר זיין צייט, אויב איך זע גוט האט ער א שיינע side part נאר די האר איז געשניטן קורץ. בעיקר וואס כאפט מיר איז די ממזרישע אויגעלעך, ווייט פון די קעלבערנע אויגן וואס רוב פון זיינע נאכפאלגער האבן. בכלל רב ש״ך איז קיינמאל קיין תמים נישט געווען, זייער א געפילישער מענטש אבער א רעכטער פאליטיקער.
פרנס החודש: יא. אבער ער האט זיך דאך פארקויפט (עכ"פ זיינע חסידים) אלס א געטליכער מאן. נאר ס'איז דא א צווייטער ראש ישיבה (שוין בעלמא דקשוט) וועלכער האט אויף די עלטערע יארן אויסגעזעהן זייער בטלנ'יש. און אפילו נאכגעלאזט. מיט א פארקניפטע בארד. אין זיין יוגנט איז ער געווען אנגעטון שארפ און סטייליש. און האט אויסגעזעהן פונקטליך ווי הר' ש"ך אלס יונגער בחור.

נאך א מיינונג » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 7:42 am

· #507780
דאס איז ביי איינעם א חידוש? אזוי האבן אלע ליטווישע בחורים אויסגעקוקט דעמאלס, די עובדי ה' באמת ובתמים, בעלי מוסר ומדות נעלות. די שייכות וואס מאנכע מאכן צווישן בטלנות און ערליכקייט האט נישט עגזיסטירט אין זייערע פלעצער.

אגב, איך האב אמאל געוויזן א בילד פון דער ריי"צ פון ליובאוויטש זצ"ל פאר איינעם, ווי ער זיצט אויפגעלייגט, מיט די לינקע פוס העכער די רעכטע, און ער רוט זיך אפ. האט יענער געזאגט "עס איז מסתמא געווען פאר די פאספורט", ודפח"ח.

עכ"פ די בילד איז נישט קיין נייעם, און אויך נישט קיין חידוש. קוק די בילדער פון הרב לייב מאלין, ר' חיים וויסאקיער, ר' אהרן קוטלר און נאך און נאך.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 11:33 pm

· #507859
קהל'ס נער
c/p
איך המשגיח בישיבה היה אומר..
גם הרב שך לא נולד הרב שך
אבל הוא התנהג כמי שנולד הרב ש"ך. קדוש מרחם אמו.זרק פסול בחסידות בכלל. ובפרט ב'האדמו"ר מליובאוויץ'.אני לא נחשב כאחד מ'חסידיו. בלשון המעטה. אפילו לאחר שהוא נהיה הרב ש"ך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 12:02 am

· #507862
נאך א מיינונג
דאס איז ביי איינעם א חידוש? אזוי האבן אלע ליטווישע בחורים אויסגעקוקט דעמאלס, די עובדי ה' באמת ובתמים, בעלי מוסר ומדות נעלות. די שייכות וואס מאנכע מאכן צווישן בטלנות און ערליכקייט האט נישט עגזיסטירט אין זייערע פלעצער.

אגב, איך האב אמאל געוויזן א בילד פון דער ריי"צ פון ליובאוויטש זצ"ל פאר איינעם, ווי ער זיצט אויפגעלייגט, מיט די לינקע פוס העכער די רעכטע, און ער רוט זיך אפ. האט יענער געזאגט "עס איז מסתמא געווען פאר די פאספורט", ודפח"ח.

עכ"פ די בילד איז נישט קיין נייעם, און אויך נישט קיין חידוש. קוק די בילדער פון הרב לייב מאלין, ר' חיים וויסאקיער, ר' אהרן קוטלר און נאך און נאך.
נאך א מיינונג: ער (מהריי"צ) האט געמעגט. ס'האט נישט געמוזט זיין א פיקטשער פאר א פאספארט (כדברי ליצנותך). ערשטנס. ער איז געווען א בעל מסירות נפש פאר אידישקייט במלוא מובן המילה. (איף יו נאו ווהאט דהעט מיענס.). צווייטנס. ער האט נישט אריינגעווארפן א פסול אין אנדערע מנהיגי ישראל. אזוי ווי דער ..."העיליגער". הרב ש"ך האט געטון...!

נאך א מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 9:14 am

· #507875
berlbalaguleh

ער איז בעלעבאס אויף מסירות נפש. הרב שך האט קיינמאל נישט מוסר נפש געווען.
און ער האט נישט אריינגעווארפן קיין פסול אין אנדערע מנהיגי ישראל.

רבי איד, דו האסט נאך אסאך צו לערנן וועגן די היסטוריא פון כלל ישראל.

טאמער 'אריין ווארפן א פסול אין מנהיגי ישראל' איז די גרעסטע עבירה אין די תורה (איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז בכלל אן עבירה. אמאל איז עס גאר א מצוה אויך. פונקט ווי אלע אנדערע זאכן), האט עס נישט מיט א בילד אן א קאפל. און דער ריי"צ איז נאך אזוי גילטי ווי הרב שך. גיי פארש עס נאך.

באהעלפער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 3:52 pm

· #507926
ער מיינט צו זאגן אז די ערשטע בליק אויפ'ן בילד זעט מען אלעס. דו האסט אזא פרצוף נישט געזען ביי קיין איינע פון די חסידישע גרויסע, זייענדיג א קינד.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 5:27 pm

· #507948
נאך א מיינונג: איך וועיס אז איך דארף נאך א סאך לערנען איבער היסטוריא פון כלל ישראל. אדרבה. אפשר לערנסט דו מיר אויס?

ברצינות: דו ווילסט דיך פארהערן מיט מיר ווער ס'האט מער ידיעות אין אידישע היסטאריע. און בכלליות? יא. איך בין א בעל גאווה. האו דו יו לייק דהעט?

נאך א מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 5:30 pm

· #507949
berlbalaguleh
נאך א מיינונג: איך וועיס אז איך דארף נאך א סאך לערנען איבער היסטוריא פון כלל ישראל. אדרבה. אפשר לערנסט דו מיר אויס?

ברצינות: דו ווילסט דיך פארהערן מיט מיר ווער ס'האט מער ידיעות אין אידישע היסטאריע. און בכלליות? יא. איך בין א בעל גאווה. האו דו יו לייק דהעט?
צוויי שאלות:
א. וויפיל מאל האט ען ארעסטירט הרב שך (וואס האט נישט געהאט קיין אינטערנאציאנאלע באוועגונג צו ארבעטן פאר אים)?
ב. וואס האט דער ריי"צ געשריבן אדער געזאגט אויף ר' חיים בריסקער? הרב מאיר לעהמאן? הרב יעקב רוזנהיים?

בקיצור, האסט אפשר געליינט 'ליכט שטראל', אבער פרטי ההיסטוריה ווארשיינדליך קענסטו בכלל נישט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 5:41 pm

· #507951
איך ווייס אפילו נישט וואס ליכט שטראלן איז. נאר איך האב געליינט ון אנדערע מקורות איבער זיינע אקטיוויטעטן פאר אידישקייט אין קאמוניסטישן רוסלאנד. וואס וועיסט איבער דעם?

ניין. איך וועיס ניש וויפיהל מאל מ'האט ארעסטירט הרב ש"ך. ווען איך בין א ליובאוויטשער וואלט איך אים נאכאמאל ארעסטירט פאר זאגן די געמיינע זאכן וואס
אס ער האט געזאגט איבער א בארימטן (עכטן) מנהיג ישראל...!

נאך א מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 7:10 pm

· #507957
berlbalaguleh
איך ווייס אפילו נישט וואס ליכט שטראלן איז. נאר איך האב געליינט ון אנדערע מקורות איבער זיינע אקטיוויטעטן פאר אידישקייט אין קאמוניסטישן רוסלאנד. וואס וועיסט איבער דעם?

ניין. איך וועיס ניש וויפיהל מאל מ'האט ארעסטירט הרב ש"ך. ווען איך בין א ליובאוויטשער וואלט איך אים נאכאמאל ארעסטירט פאר זאגן די געמיינע זאכן וואס
אס ער האט געזאגט איבער א בארימטן (עכטן) מנהיג ישראל...!
בקיצור, ביסט נאך א גרויסע מויל מאכער, וואס ווען עס קומט למעשה, בלייבסטו מיט די צונג אינדרויסן. נאך א פוסטע עם הארץ וואס טיילט איין דעות וויאזוי די וועלט דארף אויסקוקן. חיים שאולזון זוכט טאקע א שותף.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 7:57 pm

· #507961
אל תען כסיל כאיוולתו...!

סבא דבהתא » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 11:13 pm

· #507985
סאיז דא א באקאנט בילד פונעם ליובאוויטשער "משיח" אין קאלעדזש אן א קאפל (ראביי דויטש פון תורה מיוזיאם האט עס אריינגעלייגט אין א בוך אבער ער פארקויפט עס נישט ווייל די חברה האבן עם געסטראשעט מיט מיתה)
ווי האט הרב הוטנער זצ"ל געזאגט ווען א ליובאוויטשער האט אים פרובירט צו פארקויפן אז דער רבי האט געלערנט רמבם אין קאלעדזש האט ער אים געענטפערט נע איך גלייב עס נישט אויף אזא אדום גדול זאל פילעווען אין רמבם אן א קאפל.....

לעקיש בעער » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 2:46 am

· #508035
סבא דבהתא
סאיז דא א באקאנט בילד פונעם ליובאוויטשער "משיח" אין קאלעדזש אן א קאפל (ראביי דויטש פון תורה מיוזיאם האט עס אריינגעלייגט אין א בוך אבער ער פארקויפט עס נישט ווייל די חברה האבן עם געסטראשעט מיט מיתה)
ווי האט הרב הוטנער זצ"ל געזאגט ווען א ליובאוויטשער האט אים פרובירט צו פארקויפן אז דער רבי האט געלערנט רמבם אין קאלעדזש האט ער אים געענטפערט נע איך גלייב עס נישט אויף אזא אדום גדול זאל פילעווען אין רמבם אן א קאפל.....

א)דויטש פון תורה מוזיאם האט ארויס געגעבן א בוך הנקרא larger than life וואס יעדע שמויגער קען קריגן, דארט האט ער די בילד, אין די מקור פון די בילד, וואס די קאללעדזש האט גענומען אלס סטודנט ID זיין טענה איז נאר אז ווען חב"ד האט אריין געלייגט די בילד אין ימי מלך האבן זיי קאלירט שווארץ ביי די שטערן אויבן סזאל אויסזעין ווי א קאפל זיין טענה איז פארוואס פארדרייסטו גיב ארויס די אמת, ומכאן בא להוכיח אז חב"ד טרייט מען צו באהאלטן קאלידזש איו די ימי נעוריו וכו’ אבער די טענה איז זייער אויבער פלעכליך יעדער פארשטייט אז מגיט ארויס א בוך פאר די המון עם איז עס אויף א וועג ווי ספאסט ואכמ"ל אין די בוך הנ"ל ימי מלך איז דא א בילד פון ר' לויק ליובאוויטשע רבי פאטער וואס די ארגינעלע בילד איז אויך פון א פאספארט אויך אן א קאפל אבער מהאט קאלירט אויבן שווארץ סזאל אויסזען ווי קאפל דארט האט ער נישט קיין טענות ווייל ער פארשטייט אזוי פאסט בכלל די גאנצע טענה אז מפרובירט צו בהאלטן שנות הראשונים אין לך שקר גדול מזה אין חב"ד ווייסט יערער וואס ס’דא צו וויסן
ב) בנוגע אז אין קאלידזש איז ער געזיצן אין געלערנט הער וואס ר יאשע בער תלמודים דערציילן בשם רבם ווי ער איז געדיצן אין געלערנט אגאנצע צייט אפי ביים שיעור פון די פראפעסאר do )(your research
ג) דויטש פון תורה מוזיאם אינו נאמן לשום דבר דו”ק ותשכח בויעט אויף שקר וגאווה דמיונות הער אויס אביסל זיינע שיעורים פון קריעת ים סוף הר סיני ואכמ"ל

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 4:10 am

· #508043
איך וויל נישט אז דער אשכול זאל זיך דערקייקלען צו זייטיגע וויכוחים און פערזענליכע אטאקעס. אבער אויף דעם בילד פון הרב מ"מ שניאורסאן דער צוקונפטיגער ליובאוויטשער רבי איז דא וואס טענה'ן אז ער האט אנגעהאט א ..."שייטל"...א טופעי.

איה"נ. ס'זענען פארהאן א סאך קושיות און פליאות אויף זיין התנהגות אין יענע תקופה. בכלל זיין גיין שטודירן אין אוניווערסיטעט אין בערלין. און שפטער אין סארבאן. און אפילו אויף די עצם אופן פון איבערנעמען די הנהגה פון זיין שווער. וואס זיין שוואגער ר' שמריהו גורארי' איז שוין געווען א שטיקל מנהיג ביי די חסידים. ס'זענען דא צדדים לכאן ולכאן. שאין מקומם פה.

נאר, אן אריינגיין אין די פרטים, איז דא נאך א שטארקע פליאה. איבער וואספארא סיבה האט זיין גרויסער שווער ארויסגעוויזן א ספעציעלע הערכה צו איהם (רמ"מ).

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 2:17 pm

· #509493
אויף די צוויי קען מען זאגן, ריכטיגע מנהיגי הדור, וואס יעדע פון זיי צוויי האבן מיט רעכט דעם טיטול; רשכבה''ג 📎 Screenshot 2022-09-20 141443.png

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

· #509509
אדער ווייסטו נישט די טייטש פון ראש אדער פון כל..

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:42 pm

· #509510
ליובאוויטש און די בני ישיבות זענען די גרעסטע חלקים פון אשכנזישע יודנטום. און אלע איבריגע זענען בתר ראשי' גרירי.
איז ווער ווייסט נישט די טייטש פון כל?

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:42 pm

· #509530
באהעלפער
אויף די צוויי קען מען זאגן, ריכטיגע מנהיגי הדור, וואס יעדע פון זיי צוויי האבן מיט רעכט דעם טיטול; רשכבה''ג 📎 Screenshot 2022-09-20 141443.pngScreenshot 2022-09-20 141443.png
די באגעגעניש האט געמוזט זיין ווען הרב ש"ך איז געקומען צו דעם ליובאוויטשער רבי. ווייל ער (רמ"מ) איז קיינמאל נישט געפארן אין ערגעץ. איבער די עכטע טעמים זענען דא תילי תילים של מעשיות. אבער דער ריכטיגער טעם איז קיינמאל נישט אויסגעשמועסט געווארן...!

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 10:39 am

· #509790
באהעלפער
אויף די צוויי קען מען זאגן, ריכטיגע מנהיגי הדור, וואס יעדע פון זיי צוויי האבן מיט רעכט דעם טיטול; רשכבה''ג 📎 Screenshot 2022-09-20 141443.pngScreenshot 2022-09-20 141443.png
א זאך וואס איך האב יעצט געכאפט איז אז ביידע פלעגן גיין מיט'ן שניפסל קרום (דער ליובאוויטשער רבי פלעגט גיין מיט א פארמאכטע "סורדוק" אבער מ'קען עס זעהן אין געוויסע בילדער פון עיהם ווען דער קאפ איז אויפגעהויבען)

היסטאריע » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 1:34 pm

· #509792
berlbalaguleh
באהעלפער
אויף די צוויי קען מען זאגן, ריכטיגע מנהיגי הדור, וואס יעדע פון זיי צוויי האבן מיט רעכט דעם טיטול; רשכבה''ג 📎 Screenshot 2022-09-20 141443.pngScreenshot 2022-09-20 141443.png
די באגעגעניש האט געמוזט זיין ווען הרב ש"ך איז געקומען צו דעם ליובאוויטשער רבי. ווייל ער (רמ"מ) איז קיינמאל נישט געפארן אין ערגעץ. איבער די עכטע טעמים זענען דא תילי תילים של מעשיות. אבער דער ריכטיגער טעם איז קיינמאל נישט אויסגעשמועסט געווארן...!
דער בילד איז לכאורה פאלש, געמאכט מיט פאטאשאפ.