☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)

קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15499

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 12:08 pm

· #507414
קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)
ברוך השם ס’איז היינט א וועלט ווי יעדע פראבלעם האט א סעלושען, פלוס א ארגעניזאציע מיוחד פאר די פראבלעם, און ס’איז אפי’ דא וואוילע אידן וואס אויב הערט מען נישט פאר צוויי וואכן פון א פראבלעם צרה אדער פירצה ביי כלל ישראל וועלן זיי אליינס פאבריצירן עפעס לטובת הכלל, פרי אף טשארזש. שוין, ב”ה פאר דעם...

איין זאך איז דא אבער וואס כ’האב נאך קיינעם נישט געזען עכט רודערן דערוועגן, און הגם כ’ווייס נישט ווי פארשפרייט ס'איז, און וויפיל ליידן פון דעם, וועט עס דעם וויקטים נעבעך אוועק’הרג’ענען בגוף בנפש ובממון, און וועגן דעם איז איין ליידענדע אויך וועי טו מאטש.

והנה, אין היינטיגן ליידיגן וועלט וועלן אסאך טינעיזשערס מיט א פאון אוועקגעבן שעות ע”ג שעות אויף סאשעל מידיע וואס כשלעצמו איז נישט די בעסטע זאך אפשר, אבער די חורבן געשעט ווען מ’פאלט אריין מיט א סקעממער, וואס אויב האט מען נישט די קאנפידענס און יענער האט די ריכטיגע מאניפולעישן סקילס און טולס - און בדרך כלל האבן זיי - דאן קען דער וויקטים פארלירן געלט צייט און כח און אפי’ זיין איידענטיטי תרתי משמע, בשעת דער מוואקטים דרייט נעבעך מיט אים ווי כפרה אין כף הקלע.

אבער לאמיר גיין צוביסלעך. בחורים וועלן ארומוואנדערן אויף די נעט זוכן אינטערטעימענט, נייעס, פאלטיק, ביזנעס און אויך לאוו. יעצט די רשעות’דיגע פישכאפער דרייען זיך ארום און זיכן א שוואך פישל, און כ’וועל נישט אריינגיין אין די פונקטליכע מהלכים וויאזוי זיי וועלן מאכן דעם וויקטים שיקן זיין ערשטע פעימענט, הרבה דרכים לבהמות אלו, אבער איינמאל דאס געשעט וועלן זיי יענעם אנכאפן ביים קארג און זיכער מאכן אז ער צאלט נאך, און נאך, און נאך ממש אן א סוף, דערביי פייניגנדיג אים מיט שרעקליכע און ביטערע בלעקמעיל וכדומה פון וואס דער וויקטים קען ממש אראפגיין פון זינען אדער זיך גענצליך איזאלירן פון מענטשן, ה”י.

פארשטייט זיך אז אויב דער וויקטים איז אריינגעפאלן אין פירסט פלעיס איז ער געווענליך נישט די גרעסטע פיקח, אדער מאוסט קאנפידענט און מסודר’דיגע מענטש, וואס די פאקטן מאכן סאך שווערער די ארבעט אים ארויסצוזען פון זיין פלאנטער. ער לעבט אין פאראנויע און קען זיך נישט עפענען פאר איינעם אדער ווייסט ער נישט וועם צו טראסטן וכו’.

די סיבה כ’האב מחליט געווען צו שרייבן דערוועגן איז ווייל איך האב מיט געהאלטן אזא קעיס ווי דער בחור איז נעבעך צוגרונד געגאנגן פארנט פון מיינע אויגן.

בקיצור נמרץ, איך קען דעם בחור און כ’האב געהערט פון איינעם פון זיינע קרובים אז כאטש וואס ער ארבעט ווערט עפעס זיין געלט מיסטעריעז נעלם, און אויך זעט מען אים כסדר שיקן גיפט קארטלעך דורכ’ן פאון.. כ’האב תיכף צאמגעשטעלט פון וואס מ’רעדט, לכאורה, און כ’האב אויפגעהויבן א טעלעפאן צו דעם בחור’ס מענטאר/טעראפיסט און דערציילט דברים כהווייתן, ער האט שטייטצעך צוגעזאגט טון עפעס דערוועגן אבל עדיין לא נושענו, גארנישט האט זיך נישט געטוישט. ס’איז אריבער א תקופה אין וואס כ’האב גערעדט צו (מענטשן וואס האלטן זיך פאר) גרויסע מחנכים און פסיכאלאגן און כ’בין געווען שאקירט צו הערן אז מ’רעדט בכלל נישט פון א אייסעלעיטעד קעיס ווי כ’האב געמיינט, נאר ס’איז דא אסאך אזעלכע.

בקיצור זעענדיג אז כ’קום אין ערגעץ נישט אן מיט די אלע אזויגערופענע פסיכאלאגן און עסקנים, (די עלטערן זענען נישט געווען קיין גרויסע הילף דא) האב איך מחליט געווען אליינס צו טון עפעס, כ’ווייס נישט אויב ס’איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון אבער איין טאג האב איך בדרך לא דרך גענומען זיין פאון אן זיין וויסן און געעפנט, זוכנדיג א האלבע מינוט האב איך געטראפן די קאנווערסעישאן מיט זיינע פאנגערס,

וואס זאל איך ענק זאגן. וואס כ’האב געליינט דארט האט צוריסן מיין הארץ!! די רוצחים שפילן ארום מיט זיינע געפילן ווי א אינגעלע מיט די קוגעלעך. אויב געסטו נישט די געלט גיי מיר רופן די פאליציי, האסט נאך א שעה וכו’ וכו’, און ווען ער איז נעבעך דעספערעט און זוכט נאך פון וועלכע חבר ער קען נאכאמאל בארגן א הונדערטער און בעט זיך מ’זאל אים געבן נאך א שעה, טוען זיי אים להכעיס נישט ענטפערן כדי צו אנציען זיינע נערוון.
די אנפאנג פונעם שמועס האב איך נישט געזען, ס’האט אויסגעקוקט ווי ער פארמעקט עס יעדע שטיק צייט, אבער אזויפיל האבעך יא געזען דאס ער איז נישט באגאנגן קיין שום קריים און זיי זענען פשוט'ע סקעממער און באטריגער.

כ’האב דעם בחור גערופן און געטראגן אין א רואיגע פלאץ און גלייך צוגעגאנגן צום פוינט. איך האב אים מסביר געווען בדברים רכים אז זיי קענען און גייען אים גארנישט טון און זיי שפילן סתם ארום מיט אים. איך האב אים נישט געלאזט גיין ביז ער האט קלאר פארשטאנען און אויסגעמעקט די קאנווירסעישן און געבלאקט די נאמבערס.

א תקופה שפעטער האב איך געמאכט מיט אים א פאללאו אפ קאלל און ער’ט געזאגט עז ער איז געענדיגט מיט זיי און שפירט זיך סאך בעסער זינט דאן.

כ’בין נישט נאאיוו און איך ווייס אז ס’קען זיין ער’ט סתם גע'שקרנ'ט כדי צו זיך אפשאקלען פון מיר, אבער היות מיך האט די גאנצע זאך ממש אויסגעדרעינט האב איך אויפגעהערט רעדן מיט אים אויף די נושא. בפרט אז ס’האט מיר באמת אויסגעקוקט אז ער האט זיי טאקע אפגעלאזט.

מיין פוינט איז נישט געווען צו פארציילן די מעשה נאר צו מעורר זיין די ציבור.
טייערע ברודער און שוועסטער, זעסט דיין חבר שכן ברודער קאזין איז עפעס זייער פארמאכט און אנגעצויגן, זיין געלט ווערט אים מיסטעריעז נעלם, ער האלט אין איין בארגן געלט אן זאגן פארוואס ער דארף עס, ער האט א פאראנויע ארויסצוגיין אין גאס, שיקט גיפט קארדס פאר איינעם וכו’ וכו’, קוק אריין אין די מעגליכקייט אז ער איז נעבעך פארכאפט אין א אומשולדיג פעקל. ער קען מעגליך דארפן דיין העלפ דעספערטלי.

נ.ב. יעדער קען אריינפאלן נישט דווקא א בחור, נאר דיבר הכתוב בהווה.

א גאסט אויף א וייל » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 12:53 pm

· #507415
.

פאליטיקאנט » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:16 pm

· #507419
Re: קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)
כ'האב אויך אביסל מיטגעהאלטן אזא פרשה, די בחור איז אריינגעפאלן מיט א מיידל וואס האט אים צוגערעדט 'צוריק צו שיקן' אומאיידעלע בילדער פון זיך, און דערנאך דאס גענוצט פאר בלעקמעיל ער זאל כסדר שיקן געלט.

פרנס החודש » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:30 pm

· #507422
Re: קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)
וכהנה רבות , און בעיקר ברויך מען וויסן אז די חברה זענען דא צו מאכן געלט און נישט צו גיין צו די אויטאריטעטן און אויב מען פייפט זיך אן איז אלץ גוט.

לשם יחוד » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 2:44 pm

· #507428
א דאנק פארן ארויפברענגען די זייער וויכטיגע נושא.

אין די סעקולארע וועלט ווי אינטערנעט איז א חלק פון די לעבנסשטייגער, רעדט מען פון דעם אין סקולס, און די עלטערן האבן שמועסן מיט די קינדער איבער אלדאס בייזן וואס גייט פאר.

ליידער ביי אונז איז די זאך אפגעפרעגט און יונגע חברה, וואס זענען נאך צו אלע צרות אויסגעהונגערט פאר אביסל שמוץ וכו׳, פאלן נעבעך אריין.

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 2:55 pm

· #507429
קליינע און גרויסע ווערען מאנופילירט אין גרויסן. נישט דווקא טפשים, גדולים וטובים ממנו זענען שוין אדורך געפאלען.

עס געשעהט אין די גאס אויך. א כינעיזער (בהווה) פארט אויף א עלעקטריק ביציקל, קראכט אריין בכוונה אין דיין קאר, און פארלאנגט אפאר דאלאר גארנישט צו טוהן. גאר אסאך מענטשן באצאלן.

איינער וואס איז געווארען געסטראשעט אויף דער אינטערנעט האט מיר געזאגט, אז דער איינציגסטער סיבה ער האט נישט באצאלט איז ווייל זיי האבן דוקא געוואלט ביטקאון און האט נישט געוויסט וויאזוי מען קויפט.

די באקאנטע סקעמערס פארלאנגען טאקע קארטלעך פין דראג סטארס. זיי הערן נישט אויף רופען, א געווענליכע מענטש באקומט לכל הפחות אפאר קאלס א טאג פין זיי, יעדעס מאל מיט פנים חדשות. אמאהל פין עמעזאן, אמאהל פין עפעל, אמאהל פין דער באנק.

שולדיג אין דעם איז דער גאווערנמענט, זיי קענען בלאקירן די אלע קאלס אין א אויגן בליק.

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 3:38 pm

· #507432
לכאורה האסט נישט געהאט קיין שום רעכט אויף צו מאכן יענעם'ס פאון אן רשות. ס'איז זיין ספעיס, זיין פלאץ, און זיין פריוואטע בארדער וואס די האסט ווייאלעטעד.

חוץ פון א פאל פון פיקוח נפש האסטו נישט אריין צו קוקען אין יענעמ'ס פריוואטע פלעצער. געלט פיקוח נפש איז נישט לעבן פיקוח נפש בגוף. ס'איז אייביג דא נאך אופנים ארויס צו האבן די אינפא עם צו העלפן, למשל דורך לענגערע שמוסען ביז די פרטים קומען ארויס קלאר סיי פאר עם אליינס און סיי פאר דיר אלס ראטעווער. אז ס'שווער צו טרעפען א מהלך עם צו ראטעווען ווען דיין הארץ ווייטאגט פאר עם, דעמאלטס ברעך דיך קאפ ביז די קומסט אויף מיט א מהלך. אולי דורך גענוג גוט ווערען אז ער זאל דיך אליינס ווייזען זיין פאון.

וואס דו האסט מן הסתם יא אויף געטוהן איז, אז ער וואלט געקענט פארלירן זיין טראסט אין דיר, און סיי אין עניבאדי וואס איז דא עם צוהעלפן. אזוי ווי די אליינס שרייבסט אז קען זיין ער זאגט נאר אזוי אז ס'איז עם בעסער, אבער אינטער דעם קאכט נאך. בכלל די אלע זאכן וואס זענען פראבלעמען וואס זענען מושך, אזוי ווי די פאל, אדער געמבלינג לויפן לכתחילה אין דיניייל און קאווער אפ, ער דארף האבן זייער שטארקע טראסט צו הערן וואס די האסט צו זאגען בכלל, ווי איידער זיך באגראבן טיפער דורך פארענטפערן. ס'קען אויך זיין אז ער האט געהאט א בריטש און טראסט פון זיין עלטערען אליינס, וואס דורך דעם האט ער זיך צוגעכאפט צו די בלינדע טראסט פון זיינע מוואקטימס

כ'מוז דיר געבן פלאץ, ווייל ס'קען זיין די מעשה האט מער פרטים פון וואס איך האב פארשטאנען. אבער אולי האסטו געטוהן זייער א ריסקי זאך, אפילו מיט גוט הארציגקייט און וואוילע אינטענשאנס.

קהל'ס נער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:30 pm

· #507434
שרייב ארויס קלאר מען זאל וויסן וויאזוי די בלעקמעילינג גייט צי, ובכן
מען רעדט צי דעם בחור זאל שיקען קליפס פון זיך אליין, כאדם לפני החטא און בשכר זה וועט א מיידל עים ווייזן וואס זי האט צי פארקויפן, איינמאל דער בחור/יונגערמאן/זיידע שיקט די פיקטשערס קליפ, בלעקמעילען זיי אז זיי גייען שיקן דער פיקטשער צי אלע זיינע קאנטעקטס, אזוי סאקן זיי אויס דעם מענטש ביז ער בלייבט אן קיין געלד און אן קיין טעם אין לעיבן.

וואס קען מען טאקע טוען אויב איינער האלט שוין דארט, כ'האב נישט קיין אנונג, אבער עכ"פ מען זאל וויסן פון וואס זיך צי היטן.

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:48 pm

· #507436
א גאסט אויף א וייל
The more you write, the more I am convinced that you are MAXIMUM 17 years old. Keep it up young man, there is a BIG life ahead of you.
א גאסט אויף א ווייל וואס זעט אויף א אינטש,

ניין. כ’בין נישט קיין בחור’ל. כ’האב ב”ה א לעכטיגע ווייב און קינדער.
ניין. איך געב נישט קיין דעקל פאר וואס די האלסט און שרייבט.
ניין. אויב די קענסט נאר שרייבן עטליכע און צוואנציג תגובות אין צייט אפשניט פון באלד צעהן יאר, זאל אזא תגובה נישט זיין איינס פון זיי.
לאו בעל דברים דידי את. ואידך פירושא זיל חמור.

------
@וואלווי, שכ’ח פארן זיין אויפריכטיג און קלאר אזויווי אייביג.
איך האב קלאר געשריבן אז ס’איז אפשר נישט געווען ריכטיג, אבער צו גיין אויפן דרך ארוכה וקצרה האב איך נישט געהאט די צייט און כח. און קיינער אנדערש האט עס נישט געטון.( לבסוף האט ער זיך באדאנקט פאר מיר)
ואם שגיתי השם הטוב יכפר.

אדרבה כ’בין נייגעריג וואס די וואלסט געטון אויף מיין פלאץ.

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 5:08 pm

· #507445
מתבודד
@וואלווי, שכ’ח פארן זיין אויפריכטיג און קלאר אזויווי אייביג.
איך האב קלאר געשריבן אז ס’איז אפשר נישט געווען ריכטיג, אבער צו גיין אויפן דרך ארוכה וקצרה האב איך נישט געהאט די צייט און כח. און קיינער אנדערש האט עס נישט געטון.( לבסוף האט ער זיך באדאנקט פאר מיר)
ואם שגיתי השם הטוב יכפר.

אדרבה כ’בין נייגעריג וואס די וואלסט געטון אויף מיין פלאץ.
כאמור, בין איך בכלל נישט דא צו אפלערנען, די ביסט דארט, איך הער נאר א מעשה. חוץ מזה דארפסטו פסקנ',ן אויפן פלאץ מפני ההכרח.

לבי אומר לי, אז כ'וואלט פרובירט אלעס אויף דער וועלט חוץ פון ניצן זיין פאון, בעיקר דורך נאנט ווערן באהבה איך שיהי'. פון מיינע עקספעריענס מיט די צייט, נעם איך נאך אלס ארויס אז די זאכן בעקפייערען, ולולא דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז כמעט אייביג טוט דאס בעקפייערען, זעלטן וואס אזא שריט אדער סיי וועלעכע שריט וואס גייט (סיריעסלי) אונטער די רוקן זאל נישט צום סוף אנדרייען שאדן לתועלת הענין. ס'איז שווער זיך איינצוהאלטן ווייל מען וויל ארבעטן און ראטעווען, אבער טראסט איז די עיקר שליסל דורך צו קומען צו איינעם. צו קענען קומען נאנט צו א מענטש דארף זיין שטארקע טראסט, גיב א קוק ביי חברים, די חברים וואס מ'טראסט עכט קען מען איינער דעם צווייטען בייהילפיג זיין מער ווי סיי ווער.

כך נראה לי, אבער מ'קען נישט זאגן כללים.

פרנס החודש » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 6:39 pm

· #507449
Re: קוקט נאך אייערע נאנטע (טינעיזשערס)
קהל'ס נער
שרייב ארויס קלאר מען זאל וויסן וויאזוי די בלעקמעילינג גייט צי, ובכן
מען רעדט צי דעם בחור זאל שיקען קליפס פון זיך אליין, כאדם לפני החטא און בשכר זה וועט א מיידל עים ווייזן וואס זי האט צי פארקויפן, איינמאל דער בחור/יונגערמאן/זיידע שיקט די פיקטשערס קליפ, בלעקמעילען זיי אז זיי גייען שיקן דער פיקטשער צי אלע זיינע קאנטעקטס, אזוי סאקן זיי אויס דעם מענטש ביז ער בלייבט אן קיין געלד און אן קיין טעם אין לעיבן.

וואס קען מען טאקע טוען אויב איינער האלט שוין דארט, כ'האב נישט קיין אנונג, אבער עכ"פ מען זאל וויסן פון וואס זיך צי היטן.
בלעקמעילן איז נישט לעגאל. אויב איז עס נישט קיין גוי פון כינע אדער אינדיע ברויך מען נעמען לעגאלע שריט.

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 6:40 pm

· #507450
עס מוז נישט זיין ער האט געזאגט פאר דער בחור אז ער האט געקוקט אין זיין פאון.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 10:40 pm

· #507456
פאליטיקאנט
כ'האב אויך אביסל מיטגעהאלטן אזא פרשה, די בחור איז אריינגעפאלן מיט א מיידל וואס האט אים צוגערעדט 'צוריק צו שיקן' אומאיידעלע בילדער פון זיך, און דערנאך דאס גענוצט פאר בלעקמעיל ער זאל כסדר שיקן געלט.
זעהסט יענער האט געארבייט אויף דיר אויך. קענסט זיין זיכער די 'מיידל' איז געווען א זכר ערגעץ אין אינדיע אדער נייגיריע.

אהוב את האמת » זונטאג אוגוסט 28, 2022 1:06 am

· #507464

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 28, 2022 5:39 pm

· #507499
פאליטיקאנט
כ'האב אויך אביסל מיטגעהאלטן אזא פרשה, די בחור איז אריינגעפאלן מיט א מיידל וואס האט אים צוגערעדט 'צוריק צו שיקן' אומאיידעלע בילדער פון זיך, און דערנאך דאס גענוצט פאר בלעקמעיל ער זאל כסדר שיקן געלט.
ס'דא ליידער פארקערט אויך. נאר די ..."מי טו"...אדוואקאטן וויללן דאס נישט מודה זיין.

מרדכי מרדכי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:00 pm

· #507622
איך האב אמאל באקומען א סקעם אימעיל איך האב מיך דערשראקן אבער איך האב עס אויסגעמעקט.
דערווייל האב איך נישט צוריקגעהערט.

נ.ב. איך האב נאך אלס אביסל פחד