☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו א אידישע פעסטיוואל

מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו א אידישע פעסטיוואל

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15498

דוד שריפטליך » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 9:47 am

· #507408
מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו א אידישע פעסטיוואל
דריי מאל איז חזקה שוין די דריטע מוזיק ווידאו אין די לעצטע עטליכע מאנאטן פון מענדל ראטה נאכפאלגענדיג איך וויל ליב האבן א מיידעלע און לך לך

Chasidishmashpia » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 12:55 pm

· #507416
לך לך האב איך נישט געזעהן
פעסטיוואל האב איך מער הנאה ווי די אנדערע ניגון

Chasidishmashpia » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 12:57 pm

· #507417

יאסל ראקאווער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:17 pm

· #507420
ממש א בעל שם טוב. די הייליגע בעל שם האט געברענגט אידישקייט צו די אידישע פארמערס אין אייראפע און דער רבי מענדעלע ברענגט אידישקייט צו די היימישע אינגע פעסטיוואל גענעראציע

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 2:19 pm

· #507426
כ'מיין אז ער גייט נישט גוט ענדיגן.
ער גייט אויף זייער א עקסטרים לינקע וועג, און ס'שמעקט פון השחתה.

יאסל ראקאווער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 3:21 pm

· #507431
מיינסט צו זאגען בגשמיות אדער ברחניות אדער ביידע?

אפשר פארציילט אונז וויאזוי גוטע גשמיות און/אדער רוחניות זעט אויס ביי דיר אז די ווילסט אונז זאל מיר אנערקענען דיינע נביאות וואס די מיינסט בכלל צו זאגען פארגעס שוין צו אונז האלט מיר ווי דיר

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:52 pm

· #507437
ווען ער מאכט אזא מאוומענט מיט די היימישע לבוש, און שטעלט זיך ארויס ווי אלטרע ארטאדאקס, גייט עס בעק קלעשן פון די היימישע קהילות, א שטייגער קאנטער רעוואלוציע.
ס'וועט ווערן א אפציעלע מלחמה קעגן עהם. אויב די קליפ פון די פעסטיוואל איז זיין ציל.
ס'וועט בקרוב אנצינדן רויטע לעמפלן ביי היציגע עסקנים, וואס וועלן איהם וועלן מעביר זיין. בכל דרך שהוא.

דוד שריפטליך » זונטאג אוגוסט 28, 2022 2:23 am

· #507467
באהעלפער
כ'מיין אז ער גייט נישט גוט ענדיגן.
ער גייט אויף זייער א עקסטרים לינקע וועג, און ס'שמעקט פון השחתה.
פון דיינע לעצטע ווערטער זעט אויס אז דו ביסט נאך אין די סיסטעם

דוד שריפטליך » זונטאג אוגוסט 28, 2022 2:25 am

· #507468
באהעלפער
ווען ער מאכט אזא מאוומענט מיט די היימישע לבוש, און שטעלט זיך ארויס ווי אלטרע ארטאדאקס, גייט עס בעק קלעשן פון די היימישע קהילות, א שטייגער קאנטער רעוואלוציע.
ס'וועט ווערן א אפציעלע מלחמה קעגן עהם. אויב די קליפ פון די פעסטיוואל איז זיין ציל.
ס'וועט בקרוב אנצינדן רויטע לעמפלן ביי היציגע עסקנים, וואס וועלן איהם וועלן מעביר זיין. בכל דרך שהוא.
קוק ווי מיר זעען אויס מיט די אזוי גערופענע עסקנים אז מיר ברויכן קאמיוניקירן אויף קאווע שטיבל מיט ניקס

דוד שריפטליך » זונטאג אוגוסט 28, 2022 2:30 am

· #507469
אינמיטן די ווידאו פון לך לך זעט מען שוין אביסל פון די פעסטיוואל איך האף אז דאס וועט האבן א המשך מיט נאך סיזענס עפיזאדן און פאדקעסטס

וואלווי » זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:06 am

· #507477
באהעלפער
כ'מיין אז ער גייט נישט גוט ענדיגן.
ער גייט אויף זייער א עקסטרים לינקע וועג, און ס'שמעקט פון השחתה.
אז די שמעקסט אן השחתה (די גיהנום האסטו די חוצפה צו זיך משתמש זיין מיט'ן כח פון והריחו אויף א צווייטען יוד...!), זיי וויסען חבר, אז דאס קומט נאר פון די עקסטרעמע רעכטע חרדסיזם ווי ער איז אויפגעוואקסן. די נושרים קומען נישט פון לינקע אהבה, נאר פון רעכטע יראה.

דאס איז די פאקט: פרייע ווערען פרום, פרומע ווערען פריי.

היסטאריע » זונטאג אוגוסט 28, 2022 1:42 pm

· #507490
באהעלפער
ווען ער מאכט אזא מאוומענט מיט די היימישע לבוש, און שטעלט זיך ארויס ווי אלטרע ארטאדאקס, גייט עס בעק קלעשן פון די היימישע קהילות, א שטייגער קאנטער רעוואלוציע.
ס'וועט ווערן א אפציעלע מלחמה קעגן עהם. אויב די קליפ פון די פעסטיוואל איז זיין ציל.
ס'וועט בקרוב אנצינדן רויטע לעמפלן ביי היציגע עסקנים, וואס וועלן איהם וועלן מעביר זיין. בכל דרך שהוא.
די עסקנים זענען ביזי מיט בעסערע פישלעך.

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:25 pm

· #507510
כ'בין נישטא פאר קיין אקציע, נאר א פאראויס כמו נבואה. אז ער וועט זיין א שלאג ברעט מער ווי אנדערע צילן.
הלוואי בין איך מיר טועה.

לאמיר זאגן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 1:30 pm

· #507543
דא קומט א רעוואלוציע. די סיסטעם גייט אים נישט געווינען, אויף קיין פאל. די יוגנט וועט גיין דערפאר. אויב איז ער גרייט צו זיין דער פאן טרעגער פון די יונגע נשמות וועלכע האבן נישט באקומען אידישקייט אויפ'ן ריכטיגן אופן, און ער וועט זיך נישט דערשרעקן פון די אטאקעס קעגן אים. דאן וועט ער מצליח זיין אויפבויען א ריזן באזע פון דעם יוגנט פון קומענדיגן דור.

די עצה: יעדער קען מאכן א אידישן פעסטיוואל ביי זיך אינדערהיים: "אן א מוסדות אן א בנין, מען איז קיינעם נישט מחזיר בתשובה, און יעדע קשיא האט זיין תשובה".

כלבאשבוע » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 7:15 am

· #508058
לאמיר זאגן
דא קומט א רעוואלוציע. די סיסטעם גייט אים נישט געווינען, אויף קיין פאל. די יוגנט וועט גיין דערפאר. אויב איז ער גרייט צו זיין דער פאן טרעגער פון די יונגע נשמות וועלכע האבן נישט באקומען אידישקייט אויפ'ן ריכטיגן אופן, און ער וועט זיך נישט דערשרעקן פון די אטאקעס קעגן אים. דאן וועט ער מצליח זיין אויפבויען א ריזן באזע פון דעם יוגנט פון קומענדיגן דור.

די עצה: יעדער קען מאכן א אידישן פעסטיוואל ביי זיך אינדערהיים: "אן א מוסדות אן א בנין, מען איז קיינעם נישט מחזיר בתשובה, און יעדע קשיא האט זיין תשובה".
ליידער קומט נישט קיין שום רעוואלוציע, די סיסטעם גייט אים נישט געווינען (כשפעקוליר צו ממאכט זיך בכלל וויסענדיג פון אים) אבער ער גייט אוודאי נישט געווינען דעם סיסטעם

די סיסטעם איז הער טו סטעי און וועט ווערן נאר מער רעכט און עקסטרעם, אפילו ווען די לינקע מערן זיך (בפרט ביי די יונגווארג, ווי ערווענט) אין בכוחן להכריע, דאס איז די ריעליטי עד שיבוא גואל

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2022 9:46 am

· #508064
אויב וועט ער מיט זיין ביז יעצטיגע מהלך מאכן פראוואקאציעס, און ס'וועט אריין אין די היימישע קרייזן, [נישט נאר אין די וועלדער פון שבתונים] וועט ווערן א מערכה קעגן.
אבער כ'בין מודה, אז סתם פאר זיך, אז ער שפילט בלויז אויף אינטערנעט, וועט קיינער נישט האבן קיין שליטה.