☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וויליאמסבורג, ברוקלין - תשל"ט

וויליאמסבורג, ברוקלין - תשל"ט

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15497

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:12 pm

· #507368
וויליאמסבורג, ברוקלין - תשל"ט
אויב איז עס נאכנישט דא די קליפ, איז עס ווערד א טעמע פאר זיך.

https://www.youtube.com/watch?v=y5d03WkXwWY&t=59s

וועמען דערקענט מען דא אלץ?

חמלה גדולה » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:10 pm

· #507376

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:28 am

· #507389
באהעלפער
אויב איז עס נאכנישט דא די קליפ, איז עס ווערד א טעמע פאר זיך.

https://www.youtube.com/watch?v=y5d03WkXwWY&t=59s

וועמען דערקענט מען דא אלץ?
באהעלפער: דו ווייסט ווער ס'האט געדרייווט דעם ווינער באס #3? וואס איז געווען געפארקט פארנט פון די ווינער ת"ת? נאר א ביסל פריער ווי יארע 1979...! אויך. דער בר נש מיט דעם ציגארעטל אין מויל. וועלכער גייט צו צו די קופקע שמועסערס. ער איז געהאט פריש אנטלאפן פון מדינת ישראל. היינט איז ער א גרויסער גביר און ...,"נדבן". ער האט אן אימפעריע אויף רעדלעך. ס'דא נאך עטליכע מענטשן וועם איך דערקען. ייש"כ

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 8:31 am

· #507400
נו שרייבטס נעמען

פרנס החודש » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:20 pm

· #507421
Re: וויליאמסבורג, ברוקלין - תשל"ט
איך האב געראדע געטראפן מיין עלטער פעטער שפעטער אין די ווידעא ער׳ט געוואוינט נעבן ביהמ״ד אויף ראדני

אמר אביי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:11 pm

· #507594
google drive ביטע

מר. קלונימוס » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:44 pm

· #507601
[ציטאט אראפגענומען]
נאך נישט געווען דעמאלטס אזויפיל תורה ווי היינט מיט סיום מסכתות כהנה וכהנה, האט מען ווייניגער געגעסן. אדרבה אכשר דרא

דערוועקט » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:32 pm

· #507607
[ציטאט אראפגענומען]
ס'געווען וויייניגער אויטאס אויפן שטראז. דר'עולם האט זיך מייסטנס באנוצט מיט'ן 11'ער באס (אגב איז געווען אויך מער שוסטערס אויף ליע עוו.) אחוץ ווען מען איז געפארן 6 שעה קיין בעל הארבער וואס דאן איז מען מאגער געווארן פון שטופעניש און לאנגווייליגקייט.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:53 pm

· #507610
[ציטאט אראפגענומען]
נוח: וואס ווילסטו? די סאך רבי'שע טישן, קידושים און צדקה פארטיעס וואו מ'עסט זיך אן (ב"ה) לשובע מיט הערינג, גאלע, טשולנט און אלערליי קוגלען. ווער רעדט נאך פון די ליל ששי פארברענגענס. דאס אלעס איז זיך מצטרף איבערצו וועגן דעם כף המאזניים...!

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:18 pm

· #507615
יעך זאג, אז דו מיינסט נאר אזוי, ווייל מ'פלעגט גיין מיט די הויזן ביז'ן גארגל, קוקט דיר עס אויס דאר...

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:39 pm

· #507631
[ציטאט אראפגענומען]
אייראפע מאדעס

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:48 pm

· #507634
נוח ו'קאצקע: נו, הסתכלות בנשים...?!

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:16 pm

· #507741
אויב איינער קען אריין קומען מיט נעמען ווער איז ווער, וואלט עס געוועהן א שיינע זאך

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:23 pm

· #507742
סמבטיון: ס'א חילוק? קיין בעלזער חסידים זעהט מען דארט נישט....א.ל., און יאקאוב מ. ער האט דאמאלס געהאט פריש אנטלאפן פון מדינת ישראל. די ציונים, שר"י האבן איהם געזוכט ווייל ער האט געלערנט זייער שטארק בהתמדה.

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:27 pm

· #507743
עס איז מיר פשוט אינטרעסאנט, איך בין טאקע א בעלזע חסיד, אבער מיין לעבן דרייט זיך נישט נאר ארום בעלזא , שכוח

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:25 pm

· #507757
מיר חידוש'ט אז מ'האט זיי געלאזט אזוי פריי אפכאפען אלעס, און נישט פארטריבן. בימים ההם איז נאך הענט געווען א גוטע געצייג במקום שאין קעמרעס

yesiknow » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:30 pm

· #507759
דיין קשיא איז די תירוץ ודוק ותשכח

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:32 pm

· #507760
yesiknow
דיין קשיא איז די תירוץ ודוק ותשכח
ניין, בימים ההם איז נאכנישט געווען קיין גאסן סיסי טיווי, און מ'האט למעשה געווענליך מסדר געווען פרעמדע געסט. וואס איז דא עפעס אזא הכנסת אורחים? אפשר האט מען זיי ספעציעל גערופען? אום תשל''ט איז געווען היבש היסטאריע בנוגע קלויזענבורג און סענדער דייטש.

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:17 pm

· #507766
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]
נוח: וואס ווילסטו? די סאך רבי'שע טישן, קידושים און צדקה פארטיעס וואו מ'עסט זיך אן (ב"ה) לשובע מיט הערינג, גאלע, טשולנט און אלערליי קוגלען. ווער רעדט נאך פון די ליל ששי פארברענגענס. דאס אלעס איז זיך מצטרף איבערצו וועגן דעם כף המאזניים...!
פון ג' אייר האסטי פארגעסן? דעמאלטס איז נאך געווען פאר די גאנצע ר' שייע בן ר' משה עפאכע. די דרך החסידות פון קערעסטיר איז נאך נישט געווען פארשפרייט בימים ההם

כלבאשבוע » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 1:08 am

· #507771
[ציטאט אראפגענומען]
גימנאזיום און בעסקעט באלל קומט דאך פון די יוונים
📎 A05940CE-611C-41FB-A1A2-EED3CD0D4F6B.jpeg

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 2:44 am

· #507774
2 מענטשן פון די וואס מ'זעהט אויפ'ן קליפ זענען נאך היינט אויך נישט איבערוואגיג. די זעלבע ווי אין תשל"ט.

אמר אביי » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 7:34 pm

· #507835
google drive ביטע