☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אדמו''ר מלעלוב ניקאלשבורג שליט''א

אדמו''ר מלעלוב ניקאלשבורג שליט''א

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15495

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:52 am

· #507243
אדמו''ר מלעלוב ניקאלשבורג שליט''א
איך ווייס נישט ווי באקאנט עס איז אין אמעריקע און אין די גאנצע וועלט אבער דא אין ירושלים וואוינט א יוד א צדיק וואס מ'רופט די לעלוב ניקאלשבורגע רבי
ער איז א זוהן פון הרה''ק ר' משה מרדכי מלעלוב זי''ע
און א פעטער פין די וועלט בארימטע מגיד ר' אלימלך בידערמאן שליט''א
איך האב שוין זוכה געווען כמה פעמים זיך מסתוסף זיין בצילו ער זעהט אויס צי זיין גאר א דערהויבענע יוד
אויב איינער האט מער פרטים איבער דעם צדיק און אביסל פון זיין היסטאריע (לפי החשבן דארף ער זיין היפש אלט) עבודת וספירים וכו' וכדומה איז מכובד צי ארויפקומען

דאנקבאר » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:17 am

· #507248
דאס איז נישט מיך

יא באקאנט! ווערט שטענדיג געזעהן מיטן פיפקע אין מויל

דאנקבאר » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:18 am

· #507249
דאס איז נישט מיך
איך ווייס נישט ווי באקאנט עס איז אין אמעריקע און אין די גאנצע וועלט אבער דא אין ירושלים וואוינט א יוד א צדיק וואס מ'רופט די לעלוב ניקאלשבורגע רבי
ער איז א זוהן פון הרה''ק ר' משה מרדכי מלעלוב זי''ע
און א פעטער פין די וועלט בארימטע מגיד ר' אלימלך בידערמאן שליט''א
איך האב שוין זוכה געווען כמה פעמים זיך מסתוסף זיין בצילו ער זעהט אויס צי זיין גאר א דערהויבענע יוד
אויב איינער האט מער פרטים איבער דעם צדיק און אביסל פון זיין היסטאריע (לפי החשבן דארף ער זיין היפש אלט) עבודת וספירים וכו' וכדומה איז מכובד צי ארויפקומען
דאכט זיך זיין איידעם איז הרב לייפער מנאדבורנא בני ברק

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 1:41 pm

· #507260
לעלוב-ניקלשבורגע רבי איז לדעתי פון די ארגינעלסטע רבי’ס אויפן כדור העולם וואס לעבן נאך מיט אונז היינט.
כ’וועל פרובירן שרייבן עטליכע שטריכן מפי השמועה והראי’.

יעדע פרייטאג צונאכטס פירט ער א טיש פאר ארום א מנין אידן, האלב פון זיי דרימלען דורך דעם גאנצן טיש. ער קומט אריין ווען ער איז גרייט און ס’איז נישטא קיין באשטומטע צייט. רוב מאל צווישן 1 און 4 ע"י עם... שלעפט מיט א הויפן חסידישע ספרים וואס ער לערנט פאר שנעל און שטיל, צומאל טייטשנדיג די ווערטער און צומאל איז ער מוסיף אביסל מדליה.
דורכ’ן טאג ווייס איך נישט וואס ער טוט, אבער איך קען א איד א ת”ח עצום וואס פלעגט יארן לאנג לערנען בחברותא מיט אים דורכאויסן נאכט.
ער איז ווייט פון ”פורמאל” אזוי ווייט ווי אונז זענען פון מארס. אנדערש ווי זיין ברודער מפיעטריקוב מאכט ער זיך נישט משוגע לשם משוגע מאכן, נאר ער איז ריין ריין ארגינעל. פארשטייט זיך אז אלס לעלוב קינד זענען די תוצאות פון זייערע התנהגות ענליך...
ער פירט א רבי’סטיווע ממש ווי די אמאליגע רבי’ס. ער קען נישט דערליידן די גבאים און מצב וכו’. (כ’געדענק אמאל כשהיה באמעריקא האט ער זיך מתמרמר געווען אז מ’האט געמאכט בילדער פון אים ביי א חתונה. פארשלאגנדיג אז מ’זאל צוריק אנפאנגען חתונה מאכן שבת אזויווי אמאליגע צייטן...)

נאך דא אסאך צו שרייבן אבער דאס איז זיכער אז ער לעבט מיט אמת און עבודת השם. אויב איינער זוכט צו כאפן א בליק אויף א (אמת’ן) גוטן איד איז ער די אדרעס.

(אחיו מפיעטריקוב, וב”א מצפני’ פארדינען א באזונדערע באשרייבונג....)

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:20 pm

· #507277
מתבודד: ייש"כ. זייער שיין אראפגעלייגט. נאר אויב די רבי שליט"א קען נישט דערליידן אז מ'נעמט פיקטשערס פון איהם. און ער איז מציע אז מ'זאלל נאכאמאל אנהייבן מאכן חתונות אום שב"ק. וועט דאס נישט העלפן. ווייל וואס טוען (דען) די היינטיגע רבי'ס?! זיי געבן זיך אן עצה. מ'דינגט א גוי. מ'צאלט איהם בהבלעה. און שלא בידיעתו פונ'ם רעבי'ן שליט"א. ועוד. מ'הייסט נישט פאר דעם גוי ער זאלל נעמען פיקטשערס פון די רבי. און ווען. נאר ער פארשטייט שוין אליינס וואס ער האט צו טון...!

תרמב » זונטאג אוגוסט 28, 2022 7:21 pm

· #507504
איך בין שוין עטליכע מאל געווען ביי זיינע טישן, עס איז דא דארט זייער א געשמאקע מצב, איך האב געהערט אמאל א זיסע מעשה'לע פון אים וואס ווייזט אויף זיין פשטות און נישט מאכן קיין וועזן פון זיך, א איד וואס פארמאגט א מאשין - קאר האט אים אנגעטראפן אין זכרון משה שטיבלאך און ער האט אים געפרעגט צו ער קען אים געבן א היטש אהיים, האט דער לעלוב ניקלשבורגע רבי געזאגט אז ער דארף נאך צוגיין אין א געשעפט, האט אים דער איד געזאגט גוט, איך וועל דיר צוטראגן צו געשעפט פארן אהיימטראגן, ער האט אים צוגעפירט ער איז אריין און ארויסגעקומען מיט ליידיגע הענט, האט אים דער איד געפרעגט וואס האט פאסירט? האט די רבי געענטפערט אז ער האט בויך ווייטאג צו עפעס אנדערע ווייטאג, און איינער האט אים גע'עצה'ט צו טרונקען אראנזש זשוס, איז ער געגאנגען קויפן אראנזש זשוס, למעשה האט ער געזעהן אז ס'איז צו טייער האט ער זיך בארעכנט אז ער וועט שוין אויסקוועטשן מאראנצן אינדערהיים.....

צוזאמגעדרייט » זונטאג אוגוסט 28, 2022 8:01 pm

· #507505
Re: אדמו''ר מלעלוב ניקאלשבורג שליט''א
כ'וועל ווארפן מיינע צוויי סענט

איך פערזענליך גלייב נישט אין מענטשן בכלל, כ'בין קאלט צו יעדע סארט ספיריטואלע אנשויאונג ספעציעל צו ספיריטואלע פיגורן, אפילו צו די גאר פריעדיגע, אז די וועסט מיר זאגן אז משה רבינו מיט יעקב אבינו גייען זיך באלד באווייזן אין שטאט, וואלט עס מיר גאנץ קנאפ אנגעגאנגען, דאס בין איך, "טווענטי טווענטי טו" הקיצור מיט דעם לעלובער איז א צווייטע מעשה אינגאנצן, איך ווייס נישט אויב דער האט העכערע כוחות, איך ווייס נישט אויב ער קען זעהן זאכן וואס איך קען נישט, "דעטס נאַט דע פוינט". וואס יא? ווען איך זעה אים כאפט מיר אן אזא מין פחד אזש איך דארף זיך צווינגען צו בלייבן שטיין און קוקן, ווער רעדט נאך אויב ער קוקט אויף מיר, זיינע בליקן זענען ווי הייס פייער, איך שפיר אומאדענטיפעצירטע געפילן וואס מ'קען נישט מסביר זיין.
ס'איז עפעס דא אין דעם איד, וואס פונקטליך? כ'האב נישט קיין אהנונג און כ'וועל מן הסתם קיינמאל נישט וויסן.

תרמב » זונטאג אוגוסט 28, 2022 9:01 pm

· #507508
ס'קען גאר זיין אז יעקב אבינו און משה רבינו האבן אויך אזא כוח ווי דער ניקלשבורגע רבי אפשר גאר א שטערקערע כוח....

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:46 pm

· #507514
כ'ווייס נישט זיין תוכן, ווייל יתכן אז ער שפילט א געים. אבער פון דרויסן קוקט ער מיר אויס ווי א צעריסענע זעקל וועש.

yesiknow » זונטאג אוגוסט 28, 2022 11:59 pm

· #507516
ווייל ער האט נישט קעדי אין א עסקארט?
כבין נייגעריג וויפיל מאל די האסט אהים געזעהן פאר די מאכסט אזא סטעיטמענט...

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:41 am

· #507524
yesiknow
ווייל ער האט נישט קעדי אין א עסקארט?
כבין נייגעריג וויפיל מאל די האסט אהים געזעהן פאר די מאכסט אזא סטעיטמענט...
מיין נקודה איז טאקע דאס. אז נישט יעדער נזיר איז א צדיק, און יעדער שלאך א בעל מופת.
כ'זאג נישט אז ער איז א שפילער, אבער יתכן ער איז א לא יוצלח און דער מיט'ן קעדי איז דווקא יא א בר הכי.
טאקע דעם איינגערעדטע זאך, אז צו זיין א צדיק מוז מען גיין מיט א הויקער און נישט וויסן וואס טוהט זיך...
די גרעסטע ביי כלל ישראל לדורותם זענען דווקא געווען אסאך מער אויפגעקלערט ווי די המון, און דאך געווען דער בר הכי.

yesiknow » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 10:58 am

· #507532
באהעלפער
כ'ווייס נישט זיין תוכן, קעיס קלאזט!

ווייל יתכן אז ער שפילט א געים. שטייצעך בעיסט אן וואט?

אבער פון דרויסן קוקט ער מיר אויס ווי א צעריסענע זעקל וועש.וויפיל מאל האסטו אהים געזעהן?
נא גיט גיימיר דאווענען

.

chosen people » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:40 pm

· #507582
זיין אינגסטער ברידער ר' ר' שמעלקא איז גאר גאר פיין.

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:42 pm

· #507585
באמת אמרו; ס'דא א עובד השם, און ס'דא א רבי.
אז ער איז א צדיק'ל פאר זיך, איז ער א גוטע קמיעה. איז ער א רבי צו מנהיג, דארף מען וויסן צו ער קומט צוניץ דעם ציבור, און וויפיל און מיט וואס.
סתם א גוטע יוד איז דא ביי גאט אסאך.

נחום הסופר » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:37 pm

· #507608
chosen people
זיין אינגסטער ברידער ר' ר' שמעלקא איז גאר גאר פיין.
ר' בערל איז אויך נישט אוועקצואמאכן

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:17 pm

· #507614
און פון בערל שמעלקא און מיילעך צוזאמען, קען איך דעקן די באנק?
זענען אלע נישט ווערד פאר א גוטע טרונק...

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:35 pm

· #507620
באהעלפער
און פון בערל שמעלקא און מיילעך צוזאמען, קען איך דעקן די באנק?
זענען אלע נישט ווערד פאר א גוטע טרונק...
עפעס באדערט דיר? קום אריין קלאר פליז די עולם זאל קענען מיטפילן.

chosen people » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:42 pm

· #507621
באהעלפער
און פון בערל שמעלקא און מיילעך צוזאמען, קען איך דעקן די באנק?
זענען אלע נישט ווערד פאר א גוטע טרונק...
מיט ר' שמעלקע קענסטו דעקן דיין באנק און כאפן א גיטן טרינק

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:55 pm

· #507636
איך כאפ א טרינק מיט ר' בערל (כמעט) א יעדע נאכט...! 😂

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 10:19 pm

· #507643
berlbalaguleh
איך כאפ א טרינק מיט ר' בערל (כמעט) א יעדע נאכט...! 😂
איז ער טאקע א ליידיגייער... כ'מיין א צדיק בכל דרכיו

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 12:16 am

· #507863
באהעלפער: ר' בערל און איך זענען זיך נוהג. אריינצוקוקן אין א ספר פון סיפורי צדיקים א יעדע נאכט ווען אונז כאפן א טרינק. פון בערך צוויי און א האלב רביעית'ן (7 אונסעס) משקה. רוב מאל (לעצטנס איז עס טשעכישע שליוואוויץ, 100 פרוף). אמאל איז עס בוירבאן. אזוי ווי וויילד טויר'קי. אדער די אלמנה חנה... (Widow Jane)...!