וועמענס לעגעסי איז נצחיות?
לכבוד יום המר והנמהר כוא''ב, קומט ארויף די פראגע אטאמאטיש. וואס האבן מיר היינט בירושה פון אמאל.
דער נפטר האט געהאט דערקלערט בימיו, נשתכחה תורת הבעל שם הקדוש... און וואס איז מיט תורת החתם סופר? און תורת האר''י? און תורת ר' אלימלך? און תורת מהריט''ב?
אפילו מ'זאל זאגן אז די רביים זענען נישט וואס אמאל, וואס דאס אליינס איז אויך נישט מוכח. אבער איז דען נישטא היינט קיין חסידות?...
ומאידך גיסא, איז דען דא היינט עפעס וואס איז געבליבן פון יענע מחאות און הפגנות וואס רבינו הקדוש והנורא האט לוחם געווען מלחמת מצוה, קעגן די כלל?
אזוי לאנג וואס סאטמאר שלאגט איז נישט נתבטל געווארען תורת מהר"י ט"ב.
סאטמאר רב האט איבערגעלאזט א אימפעריע פון חסד פון וואס טויזענטע אידן האבן שוין נהנה געווען איין וועג אדער א צווייטע. אויב די לייקנסט דאס ביסטו בלינד.
איך בין נישט קיין סאטמערע און ווער אויך נישט אנציקט פון זייערע קנאישע שיטות, מילד גערעדט. אבער אז די פרעגסט וואס איז געבליבן פון סאטמאר איז אין חסד געבליבן, און נאך ווי.
----
למעשה גערעדט, יעדער כאפט שוין די מעסעזש אז די האסט פיינט סאטמאר בתכלית השנאה און ס’פעלט נישט אויס צו עפענען פריש יעדן טאג נייע אשכולות דאס צו ווייזן.
צימעס איז שוין פארמאכט געווארן אין 2020.
בתקוה להבנה.
מתבודדסאטמאר רב האט איבערגעלאזט א אימפעריע פון חסד פון וואס טויזענטע אידן האבן שוין נהנה געווען איין וועג אדער א צווייטע. אויב די לייקנסט דאס ביסטו בלינד.
איך בין נישט קיין סאטמערע און ווער אויך נישט אנציקט פון זייערע קנאישע שיטות, מילד גערעדט. אבער אז די פרעגסט וואס איז געבליבן פון סאטמאר איז אין חסד געבליבן, און נאך ווי.
----
למעשה גערעדט, יעדער כאפט שוין די מעסעזש אז די האסט פיינט סאטמאר בתכלית השנאה און ס’פעלט נישט אויס צו עפענען פריש יעדן טאג נייע אשכולות דאס צו ווייזן.
צימעס איז שוין פארמאכט געווארן אין 2020.
בתקוה להבנה.
רעכן מיר אויס דריי חסד אינסטיטוט פון סאטמאר, וואס איז נישטא ביי אנדערע חסידות אין כלל ישראל
באהעלפער: אויב ס'איז דא די זעלבע אדער ענליכע חסד ארגאניזאציעס (און סתם חסד) ביי אנדערע חסידות'ן פארמינערט עס נאכנישט די פעולות הצדקה והחסד פון סאטמאר. וואס דער סאטמאר'ע רבי זצוק"ל האט איינגעפלאנצט אין זיינע תלמידים וחסידים. איך בין (כמעט) אויף איין דיעה מיט מתבודד...!
בוני עולם, עמודים, עורה.
איך זאג נישט אז באהעלפער איז גערעכט, אבער דו טרייב אויך נישט איבער ווי גרויס סאטמער ''אימפעריע'' פון חסד איז.
Re: וועמענס לעגעסי איז נצחיות?
דערהויבענע אידבוני עולם, עמודים, עורה.
איך זאג נישט אז באהעלפער איז גערעכט, אבער דו טרייב אויך נישט איבער ווי גרויס סאטמער ''אימפעריע'' פון חסד איז.
עס דערמאנט מיר די באקאנטע מעשה,
אמאל איז א ליטווישער איד געוועהן פארמישט אין א שווערע עקסידענט, נאכן ליגן אפאר וואכן אין שפיטאל אן קיין שום באזוכער איז א סאטמארע איד עם געקומען באזוכן....
עס איז געוועהן זיין לענדלארד...ער האט זיך געוואלט אינטערסירן וואס וועט זיין מיט די רענט...
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
דערהויבענע אידבוני עולם, עמודים, עורה.
איך זאג באהעלפער איז גערעכט, דו טרייב נישט איבער ווי גרויס סאטמער ''אימפעריע'' פון חסד איז.
געגרינדעט האט ווער
בוני עולם
ביקור חולים
הצלה
ערבים
ערכים
היימישע באסעס
חסד 24\7
גמ''ח מיסקי
אגודה
דור ישרים
שלוחי חב''ד
חסד לאברהם
שומרים
חברים
און די ליסטע איז גרויס.
יא, סאטמאר האט געמאכט שבת פאר זיך, און געעפענט יעדע זאך ''א אייגענע''...
[ציטאט אראפגענומען]
ר' מאניס פרידמאן האט פארציילט דינסטיג, פון א איד ער זאגט זיין נאמען איך געדענק נישט יעצט, אז ער האט געארבייט צוזאמען מיט א פאפע חסיד ער פלעגט אלס בארעדן די ליובאוויטשער זצ''ל איין טאג זעט ער עפעס אז דיר איד איז עפעס צוגעלייגט אויף א שטארקע פארנעם עס איז אריבער עטליכע טעג האט ער עם געפרעגט צו עס האט עפעס פאסירט צו ער קיין עם העלפען
פארציילט ער עם:
איינער פון די ראשי אגודה אין ארץ ישראל נויטיגט זיך אין געלד פאר אן אפעראציע די סכום פון $5000 בימים ההם האט מען געקליבן עטליכע זאלן ארומגעגאנען שאפן דאס געלד, למעשה איינער האט פארגעשלאגן אז מען זאל אריינגיין צו די חבדסקער רבי ער איז באקאנט מיט זיין אהבת ישראל און חסד שוין זיי האבן אפגעשמועסט אז זיי גייען אינאיינעם אריינגיין די רבי זצ''ל האט זיי נישט געפרעגט וויפיל עס פעלט נאך, נאר באלד דערלאנגט קעש דאפעלט די סכום....
און דאס לאזט מיר נישט קיין מנוחה אויף אזא איד רעדט איך?
Re: וועמענס לעגעסי איז נצחיות?
berlbalagulehבאהעלפער: אויב ס'איז דא די זעלבע אדער ענליכע חסד ארגאניזאציעס (און סתם חסד) ביי אנדערע חסידות'ן פארמינערט עס נאכנישט די פעולות הצדקה והחסד פון סאטמאר. וואס דער סאטמאר'ע רבי זצוק"ל האט איינגעפלאנצט אין זיינע תלמידים וחסידים. איך בין (כמעט) אויף איין דיעה מיט מתבודד...!
לייק פאר בערל׳ען און מתמודד.
א פינטעלע גראדע שכל, טראכטן גראד פאר א רגע וואס איז ריכטיג, און נישט טרייבן די שנאה אגענדע קאפ און וואנט
Sent from my iPhone using Tapatalk
באהעלפער[ציטאט אראפגענומען]
ר' מאניס פרידמאן האט פארציילט דינסטיג, פון א איד ער זאגט זיין נאמען איך געדענק נישט יעצט, אז ער האט געארבייט צוזאמען מיט א פאפע חסיד ער פלעגט אלס בארעדן די ליובאוויטשער זצ''ל איין טאג זעט ער עפעס אז דיר איד איז עפעס צוגעלייגט אויף א שטארקע פארנעם עס איז אריבער עטליכע טעג האט ער עם געפרעגט צו עס האט עפעס פאסירט צו ער קיין עם העלפען
פארציילט ער עם:
איינער פון די ראשי אגודה אין ארץ ישראל נויטיגט זיך אין געלד פאר אן אפעראציע די סכום פון $5000 בימים ההם האט מען געקליבן עטליכע זאלן ארומגעגאנען שאפן דאס געלד, למעשה איינער האט פארגעשלאגן אז מען זאל אריינגיין צו די חבדסקער רבי ער איז באקאנט מיט זיין אהבת ישראל און חסד שוין זיי האבן אפגעשמועסט אז זיי גייען אינאיינעם אריינגיין די רבי זצ''ל האט זיי נישט געפרעגט וויפיל עס פעלט נאך, נאר באלד דערלאנגט קעש דאפעלט די סכום....
און דאס לאזט מיר נישט קיין מנוחה אויף אזא איד רעדט איך?
באהעלפער: איך האב באמת רחמנות אויף דיר. דו ארבעטסט אזוי שווער אויפצו ווייזן אז סאטמאר איז גארנישט. סאטמאר'ע רבי איז גארנישט. ס'איז אלעס כולו בלאף און פראפאגאנדע. נאר דיין שווערע ארבעט האט זיך נישט אויסגעצאלט. ווייל די שיינע מעשה וואס די רבי (סיי וועלכער רבי) האט געטון די מעשי צדקה וחסד פאסט טאקע אויף ליובאוויטשער רבי אויך. ער האט אויך געטון אויסערגעוויינליכע מעשי צדקה וחסד צו א יעדן איד. מיין טאטע איז געווען ביי ליובאוויטשער רבי נ"ע פאר מיין שוועסטער'ס חתונה. די רבי האט אנגעווינטשן. און אויך געגעבן א טשעק פון $500.00 דאללער פאר א פרעמדן איד. וואס איז נישט קיין ליובאוויטשער חסיד. אין יאר 1967 למספ'. וואס איז געווען א גאר גרויסער סכום...!
איך האלט פאר דיין אייגן געזינט זאלסטו אויפגעבן דעם פייט אויפצו ווייזן אז סאטמאר איז גארנישט. און סאטמאר'ע רב איז געווען א פשוט'ער איד. דו גייסט אקעגן פאקטן. דו מאכסט נאר איין טעות. מיט דעם וואס מ'איז מודה אין די אויפטוען פון סאטמאר ווערסטו אזער דיין רבי און חסידות נאכנישט קלענער. ביטע זיך בארואיגן. (א ביסל)
די שאלה ׳וועמענס לעגעסי איז נצחיות?׳ קענסטו נישט פרעגן ווען די רעדע איז פון הרה״ק מ׳סאטמאר זי״ע, ווייל ער האט קלאר געמאכט אז ער איז נישט דא אוועקצושטעלן עפעס אן אייגענארטיגן מציאות וואס זאל דוגל זיין בשמו.... ווער ס׳איז דבוק אינעם אמת׳ן דרך וואס ער האט מגלה געווען, האט אן אמת׳ן דרך אין עבודת השם באופן וויאזוי ס׳איז די רצון השם אז מ׳זאל אים דינען בימינו אלה, עיקבתא דמשיחא...
איך גיי נישט אריינגיין מבאר צו זיין דעם דרך, ווייל פאר ווער ס׳נישט באקאנט און אויסגעקאכט אין דעם וועט עס ארויסרופן בייז בלוט, נאך מער ווי עס שטעכט זיי די קנאות...
אקעי, ס'צייט מגלה צוזיין מיין אמת'ע שטאנד.
איך האב היינט געטראכט אז כ'דארף עפענען א אשכול און פארציילן, אז איך בין באמת א סאטמארער, אבער נישט פון היינט נאר פון יארן צוריק.
אבער ס'גוט דא אויך.
איז לאמיר אייך סאטמארע ברודער עפעס מגלה זיין. איך האלט זייער פונעם רבי'ן זי''ע, אבער נישט וואס איר ווילט עהם מאכן.
און דאס שטערט מיר אויך נישט.
נאר לאמיר מאכן דעם טשעלענטש; שטעל דיך פאר אז מיינע שורות זענען אויף ר' מעכעלע פון נתניה, דאן וואלט איר אויך געזידט פאר קנאת השם צבקות?
עה... ר' מעכעלע איז נישט דער רבי זי''ע...
טאקע דאס איז די פראבלעם, אז מ'מאכט זיך גרעסער, מיט'ן ניצן דעם רבי'ן אלץ שטעקן, אויב ס'נישט גענוג געווען לאנגע יארן פון טרעטן, לאמיר כאטש יעצט זיין א נארמאלע יוד.
איך וויל דא בתוך הענין צייגן א ביישפיל. אויב די קליפ וואס כ'האב פריער געזען ווי ר' זלמן לייב קומט צום ציון מיט בזיונות, איז א מציאות, דאן פארוואס בין איך ראנג? הזאת נעמי? איז דאס דער מקום קדוש פון אייער\אונזער רבי?
כ'ווייס נישט וויפיל פון אייך האבן געזען דעם רבי'ן זי''ע, אבער איך יא. און ער איז נישט געווען קיין מלאך, נאר א גרויסע יוד. א ערליכער און היבש פריינדליך.
צו כעס'ן ווען מ'צונעמט איין רבי, און היבש פאטשקענען ביים אפיר נעמען אפילו א היינטיגער קליינע רעבעלע, איז אבסורד. און דאס מוז זיך שטעלן אין פראפארציע.
אני לעצמי האב געקענט דעם פאפא'ר רב דעם צעלימער רב און דעם לאנצוטער רב און דעם גארליצער רב און דעם קלאזענבורגער און דעם סקווערר און דעם ווישניצער. איך זע נישט וואס איז די בלינדקייט אז אונזער רבי איז געווען 'איבער אלע'...
אנטשולדיגט, ועמך כולם צדיקים.
טאקע באקאנט געווען די שטוב מענטשן פון הרב ש''ך ז''ל וואס ס'באקאנט זיי האבן אים צוריקהאלטן פון האלטן הספדים אויפן לאנצוטער און צעלימער און וויזניץ זכרונם לברכה.
מיינע סאטמערע חברים וויצלען זיך אמאל אז ליבאוויטש איז די נענטסטע רעליגיע צו אידן. און איך שטוין ווי בלינד זיי זענען אויף די אייגענע שיטה. וויאזוי זיי כאפן נישט אז דאס איז נאך אזוי ווייט פון כלל ישראל ווי ליבאוויטש.
סאטמאר רבי האט געזאגט נשתכחה תורות הבעל שם. און ער האט אנגעפאנגען א נייע אידישקייט פונקט ווי די בעל שם טוב.
יאסל ראקאווער: איך פרעג נאר איין שאלה. איז סאטמאר רב געשטאנען מיט א ביקס אדער א שטעקן און געהייסן א יעדן גיין אין זיין דרך/שיטה ?! דו ווייסט (אדער וועיסט) דאך אויך דעם ענטפער. אדער האט ער אמאל ביי שלושסעודות טוירעה געזאגט אז די אלע רעבעס זענען גארנישט מיט נישט. נאר עך בין א יש?! צי ווען ער האט געהייסן פאר זייינע מענטשן אז זיי זאללן גיין נאך געלט פאר צדקה האט ער געזאגט ווייל אונז זעמיר די איינציגע ערליכע אידן. אונזער באהעלפער טראכט און זאגט אזוי...!
berlbalagulehיאסל ראקאווער: איך פרעג נאר איין שאלה. איז סאטמאר רב געשטאנען מיט א ביקס אדער א שטעקן און געהייסן א יעדן גיין אין זיין דרך/שיטה ?! דו ווייסט (אדער וועיסט) דאך אויך דעם ענטפער. אדער האט ער אמאל ביי שלושסעודות טוירעה געזאגט אז די אלע רעבעס זענען גארנישט מיט נישט. נאר עך בין א יש?! צי ווען ער האט געהייסן פאר זייינע מענטשן אז זיי זאללן גיין נאך געלט פאר צדקה האט ער געזאגט ווייל אונז זעמיר די איינציגע ערליכע אידן. אונזער באהעלפער טראכט און זאגט אזוי...!
ביי אונז האט מען געניצט די אין כוחנו אלא בפה ביקס. און אוי האט מען דאס געניצט. אוי יו יו, יו יו יו ,יו יו.
און האב זיך נישט געדרייט ביין רבין ז"ל אבער אויב פארקויפט די היינטיגע רבי זיין שיטה איז די ענטפער יא אויף דיינע פראגעס.
berlbalagulehיאסל ראקאווער: איך פרעג נאר איין שאלה. איז סאטמאר רב געשטאנען מיט א ביקס אדער א שטעקן און געהייסן א יעדן גיין אין זיין דרך/שיטה ?! דו ווייסט (אדער וועיסט) דאך אויך דעם ענטפער. אדער האט ער אמאל ביי שלושסעודות טוירעה געזאגט אז די אלע רעבעס זענען גארנישט מיט נישט. נאר עך בין א יש?! צי ווען ער האט געהייסן פאר זייינע מענטשן אז זיי זאללן גיין נאך געלט פאר צדקה האט ער געזאגט ווייל אונז זעמיר די איינציגע ערליכע אידן. אונזער באהעלפער טראכט און זאגט אזוי...!
די אלע קהילות וואס מ'באקלאגט זיך אז זיי זענען א קולט, זיי זענען דיקטאטוריש וכו'. זעע איך נישט אז זיי זענען ערגער ווי דאס? מיט א ביקס דארף מען שטיין? קענסט נישט דעם ווערטל פון סענדער דייטש [גארנישט קיין ווערטל] ס'גייט פארקומען א מסיבת הסברה, און ווער ס'וועט נישט פארשטיין וועט מען עם מאכן פארשטיין...