☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פיתום אדער רעמסס; ווער איז גרעסער?

פיתום אדער רעמסס; ווער איז גרעסער?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15486

תוהו ובוהו » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:06 pm

· #506967
פיתום אדער רעמסס; ווער איז גרעסער?
אין ליכט פונעם נארישן #ווער איז גרעסער טרענד, עפן איך דעם אשכול צו דעבאטירן די קאנטערווערסיאלע שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. שרייבטס אייערע מיינונגען אונטערגעשטיצט מיט באווייזן.

אפשר שפעטער וועל איך אריינקומען מיט פונקטליכע נומערן.

מתבודד » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:18 pm

· #506968
איך האלט אז פיתום איז קלאר גרעסער ווייל רעמסס האט נישט קיין עכטע חסידים און אלע בנינים און מוסדות האט ער געגנבעט, און סתם אזוי איז רעמסס א רשע גנב שייגעץ און צבוע! דאס איז מיין קלארע און שטארקע מיינונג און אויב האלטסטו אנדערש ביסטו א טיפש וגס רוח וואס לייקנט פאקטן און קען נישט קיין היסטאריע!

וסי לו מידע.

אזא פנים האט עס וד”ל

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:40 pm

· #506970
זאגסט גוט. פיתום און רעמסס זענען צוויי ליידיגגייער, עד כדי כך אז זייערע אייגענע חסידים גלייבן נישט אין זיי... דהיינו, די דרויסענדיגע וועלט האלט שוין מער פון ביידע ווי זיינע אייגענע מענטשן.
ס'וואלט ווען מיר איינער געזאגט אז זיי זענען נערסערי טיטשערס, וואלט איך עס זאפארט פארשטאנען.

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:58 pm

· #506977
מען קען דאך אבער נישט עכט וויסן ספעציעל מיט די לעצטע טוישונגען צווישן די ביידע.
גראדע לעצטנס האט די פרעזידענט פון פיתום מיטגעארבעט מיט די פירער פון גושן האבן עטליכע קנאים פון פיתום ארויס פון שטאט.

איך האב געוואלט שרייבן נאך א שורה מיט די נאמען וויאזוי אייוועלט רופט אן די סאטמארע מחלוקה אבער איך האב פארגעסן ואיתכם הסליחה.

שושן פורים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:16 pm

· #506986
[ציטאט אראפגענומען]
קענסט פלאצן ביז אייערנעכטן אבער איזי ענגלענדער האט אויסגעצאלט אלע פיראמידן אין רעמסס, פיתום צאלט נאך יעצט די חובות

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:40 am

· #507018
מרדכי מרדכי
איך האב געוואלט שרייבן נאך א שורה מיט די נאמען וויאזוי אייוועלט רופט אן די סאטמארע מחלוקה אבער איך האב פארגעסן, ואתכם הסליחה.
טעגלאש? 😛

מרדכי מרדכי » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 3:23 am

· #507028
שמעקעדיג
מרדכי מרדכי
איך האב געוואלט שרייבן נאך א שורה מיט די נאמען וויאזוי אייוועלט רופט אן די סאטמארע מחלוקה אבער איך האב פארגעסן, ואתכם הסליחה.
טעגלאש? 😛
יאפ

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:27 am

· #507029
ווענד זיך פון וועלעכע זייט מ'קוקט

חדשים » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:23 am

· #507033
עס איז צוויי נעמען פאר די זעלבע זאך... א גמרא מפורשת אין סוטה יא.
את פיתום ואת רעמסס: רב ושמואל, חד אמר- פיתום שמה, ולמה נקרא שמה רעמסס, שראשון ראשון מתרוסס. וחד אמר- רעמסס שמה, ולמה נקרא שמה פיתום, שראשון ראשון פי תהום בולעו.

מרדכי מרדכי » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:15 pm

· #507045
חדשים
עס איז צוויי נעמען פאר די זעלבע זאך... א גמרא מפורשת אין סוטה יא.
את פיתום ואת רעמסס: רב ושמואל, חד אמר- פיתום שמה, ולמה נקרא שמה רעמסס, שראשון ראשון מתרוסס. וחד אמר- רעמסס שמה, ולמה נקרא שמה פיתום, שראשון ראשון פי תהום בולעו.
עס פלעגט טאקע ארומגיין א גלייכווערטל פון גוטע אידן ווען מען האט זיי געפרעגט ווי זיי דאווענען שבת צי אין פיתום צי אין רעמסס האבן זיי געענטפערט אז עס איז נאר דא 1

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:46 pm

· #507063
עס איז אינטרעסאנט ווי די גמרא האט זיך גארנישט גערעכענט מיט די געפילען פין די מענטשן און אוועק געמאכט די גאנצע נאמען געשפעט.

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:47 pm

· #507064
שראשון ראשון פי תהום בולעו
אז מען קוקט דארט אראפ זעהט טאקע אויס ווי א פי תהום

קהל'ס נער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 6:23 pm

· #507067
א יוד האט אמאל געכאפט א סטראוק אין פיתום, מען האט געקאלט הצלה, האבן זיי געפרעיגט וועלכע פיתום, האט מען גענטפערט אז ס'נאר דא איין, ויצאה נשמתו בפתאום.

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:27 pm

· #507075
קהל'ס נער
א יוד האט אמאל געכאפט א סטראוק אין פיתום, מען האט געקאלט הצלה, האבן זיי געפרעיגט וועלכע פיתום, האט מען גענטפערט אז ס'נאר דא איין, ויצאה נשמתו בפתאום.
איינער? אסאך https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=15328#p501345

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:02 pm

· #507143
יין שרף
קהל'ס נער
א יוד האט אמאל געכאפט א סטראוק אין פיתום, מען האט געקאלט הצלה, האבן זיי געפרעיגט וועלכע פיתום, האט מען גענטפערט אז ס'נאר דא איין, ויצאה נשמתו בפתאום.
איינער? אסאך https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=15328#p501345
דער לינק האט געכאפט א סטראוק ל"ע

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:44 pm

· #507309
כ'וויל נאכאמאל באטאנען, אז ווען מ'וויל שטעלן א שאצונג, דארף מען זען וואס ווער געבט צו פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, נישט נאר פאר זיינע שעפעלעך.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 1:11 am

· #507319
באהעלפער
כ'וויל נאכאמאל באטאנען, אז ווען מ'וויל שטעלן א שאצונג, דארף מען זען וואס ווער געבט צו פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, נישט נאר פאר זיינע שעפעלעך.
דאס באטאנסטו אלס נייע תקנות פון קאווע שטיבל...?
ס'איז א תנאי צו קענען שרייבן?
אז די ווילסט באטאנען, באטאן געזונטערהייט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:46 pm

· #507340
פתאום איז אפשר גרעסער אין נומבערס אבער אויף רעמסס האבן זיך אונזערע זיידעס געלאזט הרגענען און רומס זיין דערויף. אקעי אפשר נישט "געלאזט" אבער אז מען האט זיי למעשה געהארגעט פארדעם, ברויך מען וועהלן פאר רעמסס.

בכלל זאגט מען אז דארט ליגט אסאך געלט, אן אייביג לעבעדיגע רעבע (טאקע א קליינטשיגער און א הונקעדיגער אבער דאס איז פארט אף די פעקעדזש) און א מחנה פון יוצאי משרתים ואשר משרתיו וואס זענען גרייט און האבן זיך געלאזט הרגענען פאר אים.

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:36 pm

· #507372
וואלווי
באהעלפער
כ'וויל נאכאמאל באטאנען, אז ווען מ'וויל שטעלן א שאצונג, דארף מען זען וואס ווער געבט צו פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, נישט נאר פאר זיינע שעפעלעך.
דאס באטאנסטו אלס נייע תקנות פון קאווע שטיבל...?
ס'איז א תנאי צו קענען שרייבן?
אז די ווילסט באטאנען, באטאן געזונטערהייט.
חא חא... איך באטאן אלץ לאגיק

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 2:34 am

· #507384
Re: פיתום אדער רעמסס; ווער איז גרעסער?
קען מען אפשר צושטעלן א ספעציעלע באטאן פארדעם פליז?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk