☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וועלכע סאטמאר איז גרעסער

וועלכע סאטמאר איז גרעסער

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15485

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:59 pm

· #506951
וועלכע סאטמאר איז גרעסער
שוין אן אלטע דעבאטע וועלכע סאטמאר איז גרעסער אנגענומען איז אז ר זלמן לייב איז היבש גרעסער אבער די ארוינים צייגן אן אז עפשער זענען די זאלוינים גרעסער מיט מוסדות בתי מדרשים פאליטישע אנפלוס אבער ר אהרן איז א גרעסערע רבי מער א פערצענט פון זיינע חסידים זענען זיינע עכטע שטיצער
לעצטעס איז געווען אסאך טוישערייען אין ביידע סאטמארע פראקציעס קודם ביי די ארוינים איז געווען די בניי ברק פרשה ווי ר אהרן האט פארלוירן אסאך מענטשן ווען ער איז שארף ארויס קעגן הרב מייזליש אזוי אויך ביי די זאלוינים איז געוועהן די קאמען קאר פרשה ווי אסאך פון די עקסטרעמע פרומע זאליס האבן איבערגעלאזט די קהילה נאך דעם וואס ר זלמן לייב האט מיט געארבעט מיט די אגודה
סא בין איך נייגעריק וואס די עולם האלט דא ווער איז למעשה היינט צוטאגס גרעסער

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:01 pm

· #506952
מיין מיינונג איז אז ר זלמן לייב איז גרעסער עפשער וועל איך שפעטער אריינקומען מיט די נומערן

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:17 pm

· #506957
מאנרא יונגערמאן: אז מ'גייט שוין יא אויף דעם נארישן דרך. וואס איך וויל עכט נישט גיין. לאמיר שוין זאגן. ווער פון די 2 רעבעס קען מער און בעסער לערנען?...נו, איך האב זיי נישט פארהערט קיין איינעם פון זיי. אבער די מעלה פון ר' זלמן לייב איז אז ער האט קינדער וועלכע קענען גוט לערנען.

ביי מיר זענען ביידע אדמורי"ם חשוב. נאר ר' אהרון האט א סאך אויפטוען פאר זיין קהילה. און פאר אידישקייט בכלל. אבער מ'געט איהם נישט קיין קרעדיט וועגן די מחלוקת. נאר מ'קומט אריין מיט ליצנות. אויך ר' זלמן לייב האט א סאך אויפטוען. טאקע אין זיין צוזאמענארבעט מיט די אגודה. נו, סשטייט דאך אין פסוק ..."ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם"...אויב צו העלפן און פארשטארקן אידישקייט וואו ס'פעהלט אויס ארבעט ער צוזאמען מיט די אגודה... איז דאך זייער גוט...!

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:32 pm

· #506960
גרעסער מיט וואס. פלייש? געלט? שכל? הצלחה? אמונה? בנינים? בכמות באיכות ? במידה במשקל?

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:33 pm

· #506961
באהעלפער
גרעסער מיט וואס. פלייש? געלט? שכל? הצלחה? אמונה? בנינים? בכמות באיכות ? במידה במשקל?
מענטשן

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:36 pm

· #506962
berlbalaguleh
מאנרא יונגערמאן: אז מ'גייט שוין יא אויף דעם נארישן דרך. וואס איך וויל עכט נישט גיין. לאמיר שוין זאגן. ווער פון די 2 רעבעס קען מער און בעסער לערנען?...נו, איך האב זיי נישט פארהערט קיין איינעם פון זיי. אבער די מעלה פון ר' זלמן לייב איז אז ער האט קינדער וועלכע קענען גוט לערנען.

ביי מיר זענען ביידע אדמורי"ם חשוב. נאר ר' אהרון האט א סאך אויפטוען פאר זיין קהילה. און פאר אידישקייט בכלל. אבער מ'געט איהם נישט קיין קרעדיט וועגן די מחלוקת. נאר מ'קומט אריין מיט ליצנות. אויך ר' זלמן לייב האט א סאך אויפטוען. טאקע אין זיין צוזאמענארבעט מיט די אגודה. נו, סשטייט דאך אין פסוק ..."ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם"...אויב צו העלפן און פארשטארקן אידישקייט וואו ס'פעהלט אויס ארבעט ער צוזאמען מיט די אגודה... איז דאך זייער גוט...!
האסט נישט פארשטאנען איך האב נישט געזאגט אז דאס איז מיין מיינונג נאר אז אין די חסידות איז דא אזא פערצענט וואס האלטן אזוי

שושן פורים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:37 pm

· #506963
אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:46 pm

· #506964
אפשר זאל מען אביסעלע צואווארטן, וועט מען האבן א גרעסערע אויסוואל.......

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:59 pm

· #506966
שושן פורים
אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס קאווע שטיבל איז אזוי פוסט אזעלכע חכמים ווי דיר טראלען אן אשכול

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:27 pm

· #506988
מאנרא יונגערמאן
שושן פורים
אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס קאווע שטיבל איז אזוי פוסט אזעלכע חכמים ווי דיר טראלען אן אשכול
מאנרא יונגערמאן: דער אשכול איז איין שטיק טראלל...! און די משתתפים אויכעט...! איז, באוויין נישט.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:31 pm

· #506990
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. ניין שמייכל איז צו גוט. מ'דארף אויפמאכן א נייע קאטעגאריע. אפשר ...,
שטותים און בויכווייטאג"...!

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:45 pm

· #506993
וועלכע סאטמאר האט א גרעסערע מציבה, דער ברך צו דער ויואל צו גאר דער אוהל פ.

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:41 pm

· #506997
[ציטאט אראפגענומען]
דיזע תגובה דארף אריינגיין אין די אשכול "זאצן וואס האבן מיר ציווארפן פאר געלעכטער"

בעל דרשן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:43 pm

· #506999
סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:34 pm

· #507004
בעל דרשן
סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
אבער ס'גייט קיינעם נישט אן

חב''ד הויזן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:52 pm

· #507006
באהעלפער
בעל דרשן
סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
אבער ס'גייט קיינעם נישט אן
זיינע חסידים זענען שטאלץ מיט אים ביז'ן הימל

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:54 pm

· #507007
חב''ד הויזן
באהעלפער
בעל דרשן
סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
אבער ס'גייט קיינעם נישט אן
זיינע חסידים זענען שטאלץ מיט אים ביז'ן הימל
אבער גלייבן, גלייבן זיי עהם בלויז מיט א מאס

מיליאנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:33 am

· #507009
מאנרא יונגערמאן
מיין מיינונג איז אז ר זלמן לייב איז גרעסער עפשער וועל איך שפעטער אריינקומען מיט די נומערן
מיין מיינונג איז ר' אהרן גרעסער.

מיליאנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:38 am

· #507011
די שאלה איז געפרעגט היבש בלורי.

קלארער וואלט געווען 'ווער איז גרעסער די פרא ר' אהרן אדער די אנטי ר' אהרן'. אויף דעם קען מען אנהייבן שמועסן.

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:39 am

· #507013
מיליאנער
מאנרא יונגערמאן
מיין מיינונג איז אז ר זלמן לייב איז גרעסער עפשער וועל איך שפעטער אריינקומען מיט די נומערן
מיין מיינונג איז ר' אהרן גרעסער.
איך געדענק ווי ר' יואליש האט געפירט, און ר' אהרן פאקט עהם איין זיבן מאל. אבער וואס זאל מען טון, אז ר' יואליש האט אריינגעבאקן אז מ'זאל קיינעם נישט פארגעטערן, נאר עהם.
ממילא, איז געבליבן די חשד ביי אלע, אז אין סאטמאר גלייבט מען קיינעם נישט. און מ'האט דאס פיין איינגעבאקן אין די ילדים ודורות הבאים.

ר' אהרן שרייעט היינט אז ער איז ממשיך דערך החסידות, אבער דער בעל נשתכח שטייט אלע פאר די אויגן ווי א אנזאג. Don't trust anyone.

מיליאנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:47 am

· #507015

סארי, זעט אויס מיין סערוויס איז נישט אזוי גוט דא, קענסט אפשר איבערזאגן אביסל קלארער?

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:54 am

· #507024
בעל דרשן
סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
זייט ווען האט מען אין סאטמאר געגעבן א דעקל פאר תורה?

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:55 am

· #507025
צום קעפל,
ווער ס'מאכט א גרעסערע טראסק איז גרעסער. אמאל איז עס יענער און אמאל דער צווייטער.

מיליאנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:28 am

· #507034
שמעון וואלף
בעל דרשן
סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
זייט ווען האט מען אין סאטמאר געגעבן א דעקל פאר תורה?
כ'בין נישט באקאנט אין די דעקל אינדוסטריע, אבער אלע סאטמארער רבי'ס ביז היינט זענען געווען ריזיגע תלמידי חכמים, און ר' אהרן איז אויך א גאון הגאונים, אין זיינע חסידים שטאלצירן מיט דעם, און די וועלט ווייסט דערפון און קוקן עס ארויף.

די דרך הטבע איז אז איינער וואס לערנט פלייסיג איז א תלמיד חכם. סימפל. איז אז דו זעסט אז א איד איז בקי בכל חדרי התורה מיינט עס אז ער איז געזיצן און געלערנט, און אז דו זעסט אז איינער קען נישט לערנען מיינט עס, אדער אז ער האט פאטעיטא-קאפ אדער אז ער האט נישט געלערנט.

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 11:26 pm

· #507100
די גאנצע סאטמארע שיטה וכו' איז שוין היינט נישט אקטועל, נאר ס'איז א ריזן פאלק וואס איינער קען נישט דעם צווייטן, ס'דא מיליאנע מיינונגען, און בלויז צוויי מענטשן וואס הייסן די 'אפציעלע' פירער פונעם פאלק סאטמאר, קען זיי יעדער אויפ'ן נאמען. ר' אהרן ר' זלמן לייב.

אבער מער גרעסער איז בכלל נישטא קיין אונטערשייד.
חסד און דאס גלייכן האבן ביידע, און אפלאכן פון כל הקדוש האבן ביידע, קען זיין אז צוויי בתי כסאות וואס זענען פונקט אויפגעשטאפט אין ראדני איז נאך אין פאלמטרי פארשטאפט. אבער דאס אלעס...

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:54 am

· #507123
באהעלפער: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. אבער ווען איך האב געליינט די לעצטע שורה האביך געזעהן אז איך קען נישט. דו ביסט אפשר א פלאמבער. אדער א ביהכ"ס פוצער? דו האלטסט חשבון אויפ'ן מצב פון די בתי הכיסאות (בעסקיסע'ס) אין סאטמאר.
נ.ב.: אז דער אשכול האט זיך דערקייקלט צו גרויסע שטותים און נארישקייטן, האלט איך מיט. א ביסל.

דאס איז נישט מיך » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 5:33 am

· #507124
אין מיינע אויגן קוקט מען אן אזא זאך ווער ס'באלאנגט אין די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האלט פין די רבי און פארוואס ער איז דארט און ווי שטארק ער האט פיינט די אנדערע רבי און וויפיל טישען ער גייט וכו' די מציאות איז אז אין אנדערע חסידות'ן איז אויכעט דא אזאלעכע וואס האלטן נישט פונעם רבי'ן און עס איז דא אנדערע סיבות פארוואס זיי זענען דארט עכ''פ אזא זאך רעכענט מען וויפיל ס'געהערט צי די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק מ'האלט וכו'
און ווער ס'איז גרעסער לכאורה ביידע די זעלבע מער ווייניגער

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:07 am

· #507131
berlbalaguleh
באהעלפער: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. אבער ווען איך האב געליינט די לעצטע שורה האביך געזעהן אז איך קען נישט. דו ביסט אפשר א פלאמבער. אדער א ביהכ"ס פוצער? דו האלטסט חשבון אויפ'ן מצב פון די בתי הכיסאות (בעסקיסע'ס) אין סאטמאר.
נ.ב.: אז דער אשכול האט זיך דערקייקלט צו גרויסע שטותים און נארישקייטן, האלט איך מיט. א ביסל.
פארוואס זאל מען נישט קענען טאקע געבן א האלבע לייק, א דרייפערטל לייק...
אוי כ'האב דערלייקט א לייג...

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 1:09 am

· #507221
דאס איז נישט מיך
אין מיינע אויגן קוקט מען אן אזא זאך ווער ס'באלאנגט אין די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האלט פין די רבי און פארוואס ער איז דארט און ווי שטארק ער האט פיינט די אנדערע רבי און וויפיל טישען ער גייט וכו' די מציאות איז אז אין אנדערע חסידות'ן איז אויכעט דא אזאלעכע וואס האלטן נישט פונעם רבי'ן און עס איז דא אנדערע סיבות פארוואס זיי זענען דארט עכ''פ אזא זאך רעכענט מען וויפיל ס'געהערט צי די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק מ'האלט וכו'
און ווער ס'איז גרעסער לכאורה ביידע די זעלבע מער ווייניגער
אודאי, איך ווייס אז די זאליס קוקן דוקא נאר אויף דעם, דארפסט מיר דעיס נישט זאגן, אז נישט זענען זיי דאך נענטער צו קרעטשניף ווי צו מהר''א...

אבער דאס איז נישט קיין ליגעל דאקומענט, דו קענסט רואיג קוקן אויף וואס דו ווילסט, קענסט אויך רעכענען לויט די וואג, לויט די הויזן טראגער אד''ג וויאזוי ס'מאכט דיך פילן בעסער.. די מציאות פון די צוויי קהילות איז אבער אפן. די שאלה דארף ענדערש זיין אויב מהרז''ל איז בכלל א קהילה. דארף מיר זען וויאזוי גוגל דיסקרייבט די ווארט 'קהילה'.

ס'דא א קליינע חילוק פון ''ס'דא אזעלכע וואס האלטן נישט פונעם רבי'ן'' וואס איז טאקע דא אין יעדע קהילה און ''די גאנצע קהילה אינטרעסירט נישט דעם רבי'ן'' וואס איז נאר דא אין איין איינציגע קהילה אין די וועלט.

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 6:29 am

· #507237
כבוד הרב מיליאנער: אז איך וועל דיך אויפווייזן אז און קהילות באבוב איז אויכעט דא א פראצענט וואס האלטן נישט פון די רבי וועט מען רעכענען זייער קהילה לויט וויפיל האלטן באמת פון די רבי ועוד ווי שטארק דארף מען האלטן פון די רבי אז מ'זאל עם רעכענען פאר א חלק פון די קהילה
לפענ''ד אוודאי יעדע קהילה איז אנדערש און סקווירא האלט מען פון די רבי אסאך מער און שטערקער ווי אין באבוב נאר ווען מ'רעכנט א קהילה קוקט מען וויפיל ס'געהערט צי די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק מ'האלט פון די רבי
אז די ווילסט קענסטו פרעגן וולעכע סאטמאר האלטן מער מענטשן פון די רבי און דעמאלטס וועל איך זיין אויף דיין זייט

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:08 am

· #507239
ועוד הרב מיליאנער: איך האב הנאה אז איר קוקט מיך אהן ווי א זאלי ווען און אמת'ן האב איך מיט סאטמאר אזוי ווי די האסט מיט גור (גיי ווייס פארוואס איך בין זיכער אז מיט גור האסטו נישט קיין שייכות)
וואס יא, איך האב חברים און ידידם און ביידע און שרייבן שרייב איך ווי אזוי איך קוק אהן די זאך אמאל אויף די זייט און אמאל פארקערט

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 6:08 pm

· #507266
מיליאנער
דאס איז נישט מיך
אין מיינע אויגן קוקט מען אן אזא זאך ווער ס'באלאנגט אין די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האלט פין די רבי און פארוואס ער איז דארט און ווי שטארק ער האט פיינט די אנדערע רבי און וויפיל טישען ער גייט וכו' די מציאות איז אז אין אנדערע חסידות'ן איז אויכעט דא אזאלעכע וואס האלטן נישט פונעם רבי'ן און עס איז דא אנדערע סיבות פארוואס זיי זענען דארט עכ''פ אזא זאך רעכענט מען וויפיל ס'געהערט צי די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק מ'האלט וכו'
און ווער ס'איז גרעסער לכאורה ביידע די זעלבע מער ווייניגער
ס'דא א קליינע חילוק פון ''ס'דא אזעלכע וואס האלטן נישט פונעם רבי'ן'' וואס איז טאקע דא אין יעדע קהילה און ''די גאנצע קהילה אינטרעסירט נישט דעם רבי'ן'' וואס איז נאר דא אין איין איינציגע קהילה אין די וועלט.
דו ביסט דיך טועה, ווייל ר' זלמן לייב האט גענוג וואס האלטן פון זיין ווארט קדוש. און נעמען ביי עהם ברכות און קוויטלען זיך ביי עהם. מאך נישט אוועק א קהילה מיט איין וויש.

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 6:49 pm

· #507271
באהעלפער
דו ביסט דיך טועה, ווייל ר' זלמן לייב האט גענוג וואס האלטן פון זיין ווארט קדוש. און נעמען ביי עהם ברכות און קוויטלען זיך ביי עהם. מאך נישט אוועק א קהילה מיט איין וויש.
גענוג? איי געסס ער איז א מסתפק במועט..

כולל אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:48 pm

· #507289
עס מוז זיין אז סאטמער איז זייער גרויס, ווייל דאס איז דאס אויסזעהן פין די בית החיים נאך די שלעגעריי מוצאי כ"ו אב.

די שאלה איז נאר וואס די דברי יואל וואלט געהאלטן דערפון וד"ל.

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20220825/816fb3bdac8e4dc506f53e493c7261f7.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:58 pm

· #507291
כולל אינגערמאן
עס מוז זיין אז סאטמער איז זייער גרויס, ווייל דאס איז דאס אויסזעהן פין די בית החיים נאך די שלעגעריי מוצאי כ"ו אב.

די שאלה איז נאר וואס די דברי יואל וואלט געהאלטן דערפון וד"ל.
כ'האב פאר דיר נייעס: "...אזוי איז געווען אין ארשיווא, אזוי איז איז געווען אין קראלי, אזוי איז געווען אין סאטמאר, און איך וועל ענק זאגן אז אזוי איז געווען אין ברוקלין אויך"... עכל"ק.
נו, ממילא קען אזוי זיין אין קרית יואל אויך.

דער בית החיים אין צאנז בשעת דער לוי' פון ר' לייביש מרדכי האט אויסגעזעהן סאך ערגער, ואכמ"ל. בכלל איז אין צאנז געווען א סאך 'פאן' ביים טאג פון יארצייט צוליב אייניקלעך גרויסע רבי'ס ווס קינדער קוים מיט מנין, הקיצור ס'האט זיך געטוהן.

בד"וו אין סיגוט איז אויך געווען דאן א עידן חדוותא ביומא דהילולא פון ייטב לב / קדושת יו"ט ווען דער סאטמאר רב פלעגט קומען צו גיין, ספעציעל אין די יארן וואס ר' זלמן לייב איז געווען דער מרא דאתרא, נאכאמאל ואכמ"ל.
זעהט אויס זכות אבות לא תמה.

סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 10:05 pm

· #507293
אגב איך בין דארט געווען עס איז געווען זייער רואיג, קיינער האט זיך נישט געשלאגן מיט קיינעם, מען האט פלעין זיך געשטופט ארום מהרז"ל, ווען ער איז אדורך איז עס אראפגעפאלן. פאריאר האט מען אראפגעווארפן 3 שטיק. ער האט א מנהג בקודש צו ווארפן מצבות, איך כאפ נישט פארוואס די ארונים לאזן אים בכלל אריין, זאל ער ווארפן מצבות ביי פאלאק...

כולל אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 10:32 pm

· #507298
דולה ומשקה
כולל אינגערמאן
עס מוז זיין אז סאטמער איז זייער גרויס, ווייל דאס איז דאס אויסזעהן פין די בית החיים נאך די שלעגעריי מוצאי כ"ו אב.

די שאלה איז נאר וואס די דברי יואל וואלט געהאלטן דערפון וד"ל.
כ'האב פאר דיר נייעס: "...אזוי איז געווען אין ארשיווא, אזוי איז איז געווען אין קראלי, אזוי איז געווען אין סאטמאר, און איך וועל ענק זאגן אז אזוי איז געווען אין ברוקלין אויך"... עכל"ק.
נו, ממילא קען אזוי זיין אין קרית יואל אויך.

דער בית החיים אין צאנז בשעת דער לוי' פון ר' לייביש מרדכי האט אויסגעזעהן סאך ערגער, ואכמ"ל. בכלל איז אין צאנז געווען א סאך 'פאן' ביים טאג פון יארצייט צוליב אייניקלעך גרויסע רבי'ס ווס קינדער קוים מיט מנין, הקיצור ס'האט זיך געטוהן.

בד"וו אין סיגוט איז אויך געווען דאן א עידן חדוותא ביומא דהילולא פון ייטב לב / קדושת יו"ט ווען דער סאטמאר רב פלעגט קומען צו גיין, ספעציעל אין די יארן וואס ר' זלמן לייב איז געווען דער מרא דאתרא, נאכאמאל ואכמ"ל.
זעהט אויס זכות אבות לא תמה.
איך האב גראדע געמיינט אז עס איז די ווייטע בליק פון די בעלזא רבי וואס האט געזאגט פאר 30 יאר צוריק אז "עס וועט נאך קומען א טאג וואס זיי וועלן זיך שלאגן צווישן זיך" עכ"ל,

אבער פון דיר פארשטיי איך, אז דאס זיך שלאגן - ספעציעל אויף א טאג פון א יארצייט - איז א הייליגע מנהג...

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:17 pm

· #507302
[ציטאט אראפגענומען]
ניין. די סיבה איז ווייל די ארונישע בחורים האבן באשלאסן צו צופיצלען זייער אייגענע צדקה טענט פונקט ווען רז''ל איז אנגעקומען.

די קליפס זענען קלאר. איך גלייב נישט אז רז''ל וועט זיך יעצט אויפשטעלן רעדן ווען די קליפס (סיי גראונד און סיי דראונס) ווייזן קלאר ווער ס'האט איבערגעדרייט.

signout » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:10 pm

· #507738

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:30 pm

· #507758
קליינע בחור'לעך שלעגערייען מאכט נישט קיין טויש אינעם גרויסער בילד. די פראגע איז נאר פארוואס לאזן עס די עלטערע באקעס צו, די עלטערע אקסן מיט די ווייסע פעדזשאמע אנצוגען

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 3:31 am

· #507777
דאס איז נישט מיך
כבוד הרב מיליאנער: אז איך וועל דיך אויפווייזן אז און קהילות באבוב איז אויכעט דא א פראצענט וואס האלטן נישט פון די רבי וועט מען רעכענען זייער קהילה לויט וויפיל האלטן באמת פון די רבי ועוד ווי שטארק דארף מען האלטן פון די רבי אז מ'זאל עם רעכענען פאר א חלק פון די קהילה
לפענ''ד אוודאי יעדע קהילה איז אנדערש און סקווירא האלט מען פון די רבי אסאך מער און שטערקער ווי אין באבוב נאר ווען מ'רעכנט א קהילה קוקט מען וויפיל ס'געהערט צי די קהילה נישט קיין חילוק ווי שטארק מ'האלט פון די רבי
אז די ווילסט קענסטו פרעגן וולעכע סאטמאר האלטן מער מענטשן פון די רבי און דעמאלטס וועל איך זיין אויף דיין זייט
אין סקווירא איז נישט דא קיין אפיקורסים. א יעדער האלט אז די העיליגע רבי איז א מלאך אלוקים. ווער ס'האט נאר אמאל געהאט א מחשבה זרה איז שוין לאנג נישט דארט. זיין הויז איז אונטערגעצינדן. און ער איז שוין

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 4:53 pm

· #507819
מ'זאגט אז דער שפיצער (בחור) [טאטע צו פינעף שעפעלעך] איז געווען איינס פון די בעיביס וואס מ'האט ארויסגעכאפט ווען די ילד שעשועים האט 'מיסטריעיזיש אויפגעפלאקערט. לעילו נשמת דער גרעסטער פונעם דור ר' אלטר פייגא.

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:28 pm

· #507830
באהעלפער
מ'זאגט אז דער שפיצער (בחור) [טאטע צו פינעף שעפעלעך] איז געווען איינס פון די בעיביס וואס מ'האט ארויסגעכאפט ווען די ילד שעשועים האט 'מיסטריעיזיש אויפגעפלאקערט. לעילו נשמת דער גרעסטער פונעם דור ר' אלטר פייגא.
אז מ'רעדט שוין ווער איז טאקע געשטאנען אינטער די פארברענאג פין ילד שעשועים? און פארוואס?

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 8:28 pm

· #507842
דאס איז נישט מיך
באהעלפער
מ'זאגט אז דער שפיצער (בחור) [טאטע צו פינעף שעפעלעך] איז געווען איינס פון די בעיביס וואס מ'האט ארויסגעכאפט ווען די ילד שעשועים האט 'מיסטריעיזיש אויפגעפלאקערט. לעילו נשמת דער גרעסטער פונעם דור ר' אלטר פייגא.
אז מ'רעדט שוין ווער איז טאקע געשטאנען אינטער די פארברענאג פין ילד שעשועים? און פארוואס?
ווייל די רעבעצין פלעגט דארט זיין סנדק

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 2:17 am

· #507870
זיי זענען ביידע זייער גרויס- קיינער פון זייערע זיידעס האבן זיך נישט געחלומט אין וויסטען חלום צי האבן האלב פון איינע פון די היינטיגע סאטמארער פראקציעס. זיי זענען ביידע גרויס און מעכטיג אין די היינטיגער עולם החסידות, וואס איז א חילוק פונקטליך וויפל קיען א יעדער האט אין שטאל איז גאנץ א קליינע נפקא מינה, ווער האט מעהר געלט? מעהר עשירים? הייבטס אן צו ציילן, יאקאבאביטש, לעפקאוויטש, קעסטענבוים, בראך, שווימער, מייזלעס, גאדינגער, ראבינאוויטש, מענדלאוויטש, ריספלער? ווער האט מעהר געלט זופניק אדער יאקאבאביטש? לאמיר ארויסנעמען א קאלקאלעיטאר… ווייסט וואס כמיין?