☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???

מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15472

זייגערל » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:10 am

· #506260
מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
רבותי כ׳וויל פרעגן א קשיא פין די קליגע לייט דא אויפן שטיבל כ׳האב לעצטענס געכאפט אן אינטעלענגענטן שמועס מיט א תושב דא אין קאווע שטיבל אין בתוך הדברים האב איך איהם אויפגעדעקט אז כ׳בין גאר א 15 יעריגען בחור אין ישיבה וואס טריפט ארום מיט איהם אין מאכט איהם צונאר אוי האט ער זיך גענימען שעלטען שרייבענדיג מיט גאר שארפע לשונות אז איך זאל שוין אוועקלייגען מיין טעלעפאון אין זיך צירוקזעצן אין ישיבה ווייל כ׳בין נאך א קליינע בעיבי וואס נאר טאטי אין מאמי מעיגען מאכען דעסידשינס פאר איהם איז מיין קשיא דא צי די קליגע תושבי השטיבל איז טאקע משוגה אז א 15 יעריגע בחור זיצט אין ליינט קאוע שטיבל אדער איז עס גאר א גוטע זאך אז אזוי אינג קען איך אנזעהן די טופשות פין אינזער פאקראכטען סיסטעם אין זעהן וואס כ׳כקען נאך טוהן אז מיין לעיבען זאל נישט ציגרינד גיין?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:14 am

· #506261
יא דו מעגסט.

זייגערל » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:16 am

· #506262
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
רביה''ק זי''ע
יא דו מעגסט.
שכח כ׳ווייס נישט וואס כ׳וואלט געטוהן אהן דיך

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:17 am

· #506263
איך וואלט געזאגט זאלסט שוין עפענען א נייע ניק אדער ארויסגיין.

ווייל אדער ביסטו 15 יאר, אדער זאגסטו אז ביסט 15, און ביסט נישט. ודי בזה.

העמיר זען וואס די אנדערע חברים האבן צו זאגן...

הבל וריק » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:31 am

· #506264
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
האלאו פארקויף נישט דיין נשמה צום שטן. שרייב עס אראפ אויף די וואנט דארט.

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:42 am

· #506265
שמא גרים, זייגערל ווייל דו זייגסט נאך. ווי דער אלטער בדחן האט געזאגט, זייגערמאכער, אדער זייגט ער אדער מאכט ער.

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 10:43 am

· #506280
דורך זייגערל

איך בין א אינגערמאן ארגענעיל פין סקווירא געווארן אביסל אויפגעקלערט איך די עלטער כ'ליין שוין קאווע שטיבל א שיינע פאר חדשים סא פארוואס נישט קענען רעפלייען ווען כ'האב א געדאנק

פרנס החודש » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 10:53 am

· #506281
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
א פינפצען יעריג בחור איז נישט קיין אינגערמאן? עס איז נישט ממש קיין ליגענט

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 1:46 pm

· #506295
מ'קען ממילא נישט וויסן ווער איז וויפיל יאר, און וועלכע סארט.
אבער טאמער ווייסט מען אז דאס איז א יונגע צוציק, וואס דו וואלסט עהם נישט צוגעלאזט צו דיין שמועס אין שול, און דאס גלייכן. באלאנגט ער דא אויך נישט.

כולל אינגערמאן » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 2:02 pm

· #506301
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
צו זייגער מאכער איז 15 יאר אלט צו נישט, ווייס איך נישט!
אבער אויב עס איז ראנג פאר א 15 יעריגער בחור, וואס איז אנדערש א 25 יעריגער? ווייל ער האט א ווייב? אין אויב ער איז א 25 יעריגער בחור?

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

החוקר » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 2:40 pm

· #506302
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
@כולל אינגערמאן די עצם זאך פון adulthood פארשטייסט יא? לויט דיר איז א 15 יעריגער מענטש אייניג צו א 25 יעריגער?

דערהויבענע איד » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 3:39 pm

· #506308
החוקר
@כולל אינגערמאן די עצם זאך פון adulthood פארשטייסט יא? לויט דיר איז א 15 יעריגער מענטש אייניג צו א 25 יעריגער?
adulthood הייבט זיך נישט אן ביי 25, און כו"ע מודה, עכ''פ אויף ק''ש, אז די חיליק איז נישט אזוי גרויס ווי מ'ממאכט עס ביי אונזער סאסייעטי.

(און עקשעלי ביי אונזער סאסייעטי זענען עדאלטס אויך נישט קיין מענטשן, און אוודאי זענען פרויען אויך נישט ערצויגן.)

תוכו כברו » זונטאג אוגוסט 14, 2022 6:44 pm

· #506370
עס איז נישט ערלויבט צו שפעקולירן וועגן אנדערע ניקס.
מנהל.

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 14, 2022 6:55 pm

· #506371
אויב א minor ליינט דורך קאווע שטיבל קען עם קיינער נישט אפהאלטן.
איך האלט אז אויב אזא איינער האט א ניק און קיינער קען עם נישט עכט אפהאלטן פון שרייבן דא ווילאנג ער שרייבט מיט ריספעקט.
אבער בטלה דעתי לדעת המנהל הנכבד

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 14, 2022 8:15 pm

· #506375
אויב געבט ער אכטונג מ'זאל נישט כאפן אז ער איז א מיינער, דאן לגדול יחשב. אבער וויאזוי וועט מען וויסן אז ער איז א קטן. בלויז אויב נכשל בלשונו

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 14, 2022 9:52 pm

· #506384
הבל וריק
האלאו פארקויף נישט דיין נשמה צום שטן. שרייב עס אראפ אויף די וואנט דארט.
אדער אויפ'ן הארן פון אן אקס...!

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 5:36 pm

· #509765
וואס קען באמת שטערן איינעם דא. איז אז ער קען זיך טענה'ן מיט א צווייטן פאר א משך זמן, און גארנישט וויסן, אז דער צווייטער איז גאר א ראציגער יונגער בחור'ל, וואס איז הערשט נישט לאנג געבוירן, און פירט וויכוחים כזקן ורגיל - והנה הוא גולם

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2022 9:39 pm

· #509771
ער איז זיכער נישט קיין פופצן יעריגער בחור, ס'איז מיר ברור כשמש בלי שום צל של ספק!
און ער האט זיך מיט קיינעם נישט ג'טענה'ט און קיינער האט עם נישט אנגעשאלטן. ער איז מן הסתם א אלטער ניק א טראלער, וואס האט זיכער שוין געטראלט אינטער אנדערע ניקס.

ברוך המנהל שזרקו!

ניקס וואס טראללן האבן זיכער נישט קיין פלאץ דא. אפגעזען וואספארא יארגאנג מ'איז. דא איז נישט קיין חדר לאנטש רום.

באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 1:38 am

· #509778
אויב איך זאג אנדערש ווי דיר, בין איך א טראללללל?