☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ברוך דיין האמת אליוויע נוטאן דזאן אוועק אין עלטער פון 73 יאר

ברוך דיין האמת אליוויע נוטאן דזאן אוועק אין עלטער פון 73 יאר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15465

דוד שריפטליך » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 1:25 am

· #506031
ברוך דיין האמת אליוויע נוטאן דזאן אוועק אין עלטער פון 73 יאר
גייענדיג צום דריק קומט אריין די ביטערע נייעס אז דו וועלט בארימטע אויסטראלישע קאנטרי זינגערן אליוויע נוטאן דזשאן וואס האט געליטן די לעצטע עטליכע יאר פון בריסט קענסער אוועק אין עלטער פון 73 יאר

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 4:02 pm

· #506065
Re: ברוך דיין האמת אליוויע נוטאן דזאן אוועק אין עלטער פון 73
זי איז געווען א אידישע, איר טאטע א גוי, אבער איר מאמע א איד

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 1:42 am

· #506096
דער גאלדענער אדלער: דאס איז ליידער דער פאל מיט א סאך סעלעבריטיס. בארימטע זינגער און אקטיארן פון האליוואוד. וועלכע זענען האלבע אידן. ( מיט א אידישן טאטן און א גוי'אישע מאמע. אדער פארקערט.).

איך שפעקוליר אויב דער בארימטער זינגער ברוס ספרינגסטיען האט נישט אמאל געהייסן ברוך שפרינגשטיין. אפילו דער בארימטער קארדינאל פון ניו יארק א'קאננאר איז אויכעט געווען א האלבער איד (אפ"י הלכה זיכער.) ווייל זיין מאמע איז געווען א אידישע. א טאכטער פון א שוחט וועלכער האט אימיגרירט קיין אמעריקע. און זי האט (ליידער) חתונה געהאט צו אן איירישן גוי.

אין ניו יארק זענען ליידער דא א סאך פארלוירענע נשמות. קינדער פון געמישטע עלטערן. ספעציעל אין ברוקלין און אין בראנקס. וואו אידן און איטאליענער האבן געוואוינט בשכינות. און די קינדער האבן חתונה געהאט מיט גויים.

דוד שריפטליך » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:39 am

· #506390
גאלדענע אדלער עס איז מיר געווען אינטרעסאנט אז זי איז א אידענע געווען מן הסתם וועגן דעם האב איך געהאט א געפיל צו איר מוזיק

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:48 am

· #506391
דויד שריפטליך: אה. ס'איז אויך מעגליך אז דער בארימטער, פארשטארבענער קאנטרי מיוזיק זינגער, דזשאן דענווער איז אפשר אויך געווען א איד. ווייל איך האב א שטארקע ציאונג צו זיינע סאנגס. ספעציעל צו דעם ניגון/שיר..."קאנטרי ראודס"...וואס , דרך אגב, איך האב געטענה'ט אז מ'דארף פאר-אידישן. ווייל, סוכ"ס וואספארא בענקעניש האט א איד צו די קאנטרי ראודס פון וועסט ווירדזשיניע. אבער צו ירושלים עיה"ק, האט ער יא א בענקעניש...!