☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זיי/Be

זיי/Be

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15463

אמת45 » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 11:30 am

· #505971
זיי/Be
גארנישט דארף זיין,
אויסער דיך,
און וואס דו ביסט - איז,
וואס עקזיסטירט - מוז,
און דאס בין איך און וויל,

גאט באשאפט זינד,
טונקעלקייט,
ליידיגע טעג,
און ליידיגקייט,
גארנישט מוז זיין,

וואס איז יא איז אויך גארנישט,
וואס איז נישט איז יא,
ציונים בויען א דריטע הויז,
צדיקים פארברענען די צווייטע,

"מ'דארף זיין ערליך"
ווען מ'איז ערליך,
און ווען מען זינדיגט,
איז זינד ווערד,

"כ'וויל שפּירן",
דאן שפּיר,
אז דו ווילסט,
"כ'וויל לערנען"
איז גענוג,
ווען דו לערנסט,
ווילסטו נישט,

וואס וויל איך יעצט?
פאלן און שטייגן,
פרייליך זיין,
דערהויבן בלייבן,
דאס בין איך,

מונטסורי » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 9:54 pm

· #506012
מיי גאש! יעצט זיך אנגעקלאפט צום ערשטען מאל מיט @אמת45׳ס פראפיל, אן אצור בלום פון ריין אַרט, טאטעלי אנדעררעיטעד לענ״ד

קיפּ ׳עם קאמינג!!!