☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א מאדנע בירור אין מאמענט איבער די אייז קריעם טראקס

א מאדנע בירור אין מאמענט איבער די אייז קריעם טראקס

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15461

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 7, 2022 10:55 pm

· #505936
א מאדנע בירור אין מאמענט איבער די אייז קריעם טראקס
אונעם לבלר אפטיילונג פונעם מאמענט, איז די וואך ערשינען א מאדנע שאלה ותשובה, ביים "פרעג דעם משגיח" אפטיילונג אויף עמוד 25.

די שואל פרעגט זייער א פשוטע שאלה, וואס מאכט זיך זייער אסאך אין די זומער טעג. עס קומט צו פארן א אייז קריעם טראק, מיט א היימישע השגחה (פארשטייט זיך אז די מוכר איז א איד) צו מעג מען קויפן פונעם אייז קריעם און זיך סומך זיין דערויף?

דער משגיח הייבט אהן צו דרייען מיטן גראבן פינגער, און הייבט אהן אויסצורעכענען כל מיני מכשולות וואס קען נאר ארויסקומען דערפון. און פראבלעמען וואס האבן שוין פאקטיש פאסירט!

1) קודם כל האט זיך שוין אסאך מאל אויסגעשטעלט אז די כשרות סטעמפל איז פשוט געווען מזיוף.

2) אזוי אויך האט זיך שוין געמאכט אז אפילו די טראק האט באמת געהאט א גוטע פארלעסליכע הכשר, האט אבער די בעל הבית שפעטער שטילערהייט געגאנגען און איינגעקויפט נישט כשר'ע אייז קריעם און דאס פארקויפט אלטס כשר.

3) ובפרט אז די טראק איז נכסי דניידי, עס פארט ארום פון פלאץ צו פלאץ, איז אפילו מיט א טרעקינג דעווייס שווער צו וויסן צו די בעל הבית קויפט נישט קיין טריפענע אייז קריעם.

4) אזוי אויך קען זיין אז די אייז קריעם אליין איז טאקע כשר, אבער געוויסע קאונס מיט פלעיווערס קענען פארקויפט ווערן אהן קיין השגחה בכלל.

ביז אהער קען זיך דאכטן אז עס איז ממש נישט שייך צו קויפן קיין אייז קריעם פון א טראק, מען קען ממש נישט טרעפן קיין היתר על פי הלכה...

פירט אבער די משגיח אויס אזוי... אבער למעשה קען מען "יא" קויפן אייז קריעם פון די טראקס, מען דארף נאר פעסטשטעלן צוויי זאכן, און דאן איז בכלל נישט דא קיין פראבלעם!!!

1. די טראק דארף טאקע האבן א עקסטערע השגחה אויף זיך, אפילו אויב אויפן טראק שטייט אז די אייז קריעם קומט פון כשר'ע פירמעס.

2. די השגחה מוז זיין "וואליד" די דאטום טאר נישט זיין אפגעלאפן.

אויב האט עס די צוויי תנאים ביסטו מסודר!!! און ער פירט נאך אויס...יאכלו ענוים וישבעו!!!

איך רייב מיך די אויגן.. וואס??? וויאזוי פליען אוועק אלע חששות ווען עס האט די סטעמפלעך? איך האב געמיינט אז מען קען זיי פעלטשן? און בכלל קען די בעל הבית קויפן נישט כשר'ע אייז קריעם אפילו מיט א סטעמפל?

און אויב זענען די אלע חששות נישט קיין פראבלעם, ווייל א איד האט א חזקות כשרות און מען דארף נישט טראכטן אז ער איז א ליגענער און איז מכשיל אידן מיט נישט כשר'ס, דאן פארוואס ברענגסטו די אלע מעשיות מיט חששות פריער??
סתם אנצושרעקן די עולם? מען פרעגט דא א הלכה שאלה פארן המון עם, וואס הייבסטו אהן די פארקויפן באבקעס מיט איבערגעטריבענע חששות?

אויב עפעס קענסטו זיין קלארער און שרייבן אז יש מקום למנוע בכלל וועגן די חששות, אבער להלכה מעג מען יא קויפן, ווייל יעדע איד האט א חזקות כשרות. וואס פארדרייט ער א קאפ מיט חששות, און פירט דערנאך אויס אז ווען עס האט א וואלידע הכשר איז די זאך גענצליך מסודר? כאילו די השגחה סטעמפל נעמט קער פון די פריערדיגע חששות.

עס שטייט דארטן אז "דער דאזיגער ווינקל ווערט איבערגעקוקט דורך רבנים און מומחים לעניני כשרות". אינטערסאנט אז קיינער פון די רבנים האט נישט באמערקט די מאדנע קיען אפפאל וואס די שרייבער פארקויפט דא.

גיבט א קוק אויפן בירור, קען איינער דא זאגן פשט?
📎 Screenshot_20220807-230202_Gallery.jpg

יין שרף » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:02 pm

· #505939

יאסל ראקאווער » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:22 pm

· #505941
איך האב זיך אויך געווינדערט אויף די אויספיר אבער ווען איך האב געליינט אין די זעלבע בלעטעל אז די יושב ראש פון OK דער בעל מכשיר פון סנעפעל הרב דן יואל ליווי ז"ל האט געפסקנט פאר אימיצער פון לעיקוואד אז וויבאלד ער זעעט ער רופט פון א 732 נומבער מיז זיין אז ער איז א בן תורה מילא ראט ער אים נישט צו טרינקען קיין סנעפעל ווייל די געטראנק איז נישט פאר קיין בני תורה האב איך זיך שוין אויף גארנישט געווינדערט.

א חרדי מאגאזין. נישט אלעס דארף שטימען.

איזה נשמה » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:31 pm

· #505942
Not the first nonsense i see in that column

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:42 pm

· #505945
איזה נשמה
Not the first nonsense i see in that column
עס איז די ערשטע מאל איך בליק אריין אונעם לבלר. ווילסט מיר זאגן אז יעדע וואך פארקויפן זיי אזאליכע שטותים, ואין פוצה פה?

איזה נשמה » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:45 pm

· #505946
i dont buy this magazine but someone sent me that column once
, sounds like he likes to discuss big topics but with very little common sense or research

איזה נשמה » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:45 pm

· #505947
כפול

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:56 pm

· #505948
לעצטע מאל איז ער געקימען מיט א בירור אז די סנעפלל געטראנק איז נישט כשר

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 2:05 am

· #505953
פארוואס ברענגסטו די אלע מעשיות מיט חששות פריער??
סתם אנצושרעקן די עולם?

פשוט. שלא להשאיר הנייר חלק.
און אז אין די נעקסטע לבלר זאל מען אים אויך לאזן פירקלען...

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 5:25 am

· #505954
ווער איז דער משגיח פונעם ארטיקעל?

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 6:10 am

· #505956
למען האמת, (נישט אז מאמענט איז מקור האמת...) אז מ'קוקט אריין אין ארטיקל גופא, זעהט מען אז האסט עס ארויס גענומען פון קאנטעקסט. דער "משגיח" פאטשקעט ארום אביסל, אבער בעסיקלי זאגט ער אז ס'דא צוויי פראבלעמען (לכאורה שטותים, אבער אזוי זאגט ער), איינס אז ס'דארף זיין א השגחה אויף די ביזנעס ענטיירלי, און צוויי אז מ'קען פעלטשען א כתב כשרות. די דיטעילס פון די חששות וואס ער רעכענט אויס, איז נאר דאס. יעצט, מ'קען עם פארהאלטן אז א פרומע יוד האט חזקת כשרות, אז ער טרייבט סתם איבער און מאכט אויף נארישע חומרות, אבער דאס זאגט ער. ער זעהט אזוי די פראבלעם, אז ס'דא א לאך אויף די ביזנעס גופא אפגעזעהן אז די מאכלים פון אייזקרים זענען בעצם כשר.

אויף דעם האט ער צוויי עצות (נאכאמאל, לשיטתו..). אלס פעלטשען א כתב הכשר, וויל ער מוסיף זיין אז מ'זאל סך הכל בודק זיין די דאטום אויפן כתב הכשר (גאנץ פשוט). און בנוגע די אנדערע גרופ פון חששות ווען א ביזנעס גופא האט נישט הכשר (וואס לשיטתו דארף מען יא) איז כדי צו האבן א הכשר אויף כל הביזנעס כולו, און נישט נאר אויף פראדוקטן.

יעצט לייען נאכאמאל איבער דיינע דראמאטישע ווערטער:
עצי שטים
ביז אהער קען זיך דאכטן אז עס איז ממש נישט שייך צו קויפן קיין אייז קריעם פון א טראק, מען קען ממש נישט טרעפן קיין היתר על פי הלכה...
פירט אבער די משגיח אויס אזוי... אבער למעשה קען מען "יא" קויפן אייז קריעם פון די טראקס, מען דארף נאר פעסטשטעלן צוויי זאכן, און דאן איז בכלל נישט דא קיין פראבלעם!!!
דיינע הוספות בנוגע די תירוץ, פארשטייט זיך זענען נאר נאכדעם וואס די האסט שוין דראמאטייזד די שאלה אויך, וזה לשונך,
עצי שטים
די שואל פרעגט זייער א פשוטע שאלה, וואס מאכט זיך זייער אסאך אין די זומער טעג. עס קומט צו פארן א אייז קריעם טראק, מיט א היימישע השגחה (פארשטייט זיך אז די מוכר איז א איד) צו מעג מען קויפן פונעם אייז קריעם און זיך סומך זיין דערויף?

דער משגיח הייבט אהן צו דרייען מיטן גראבן פינגער, און הייבט אהן אויסצורעכענען כל מיני מכשולות
וואס קען נאר ארויסקומען דערפון. און פראבלעמען וואס האבן שוין פאקטיש פאסירט!
וואס די שניידסט אזוי שיינערהייט אוועק פון די משגיח'ס ווערטער אין מאמענט איז דאס:
זייער א גוטע פראגע, בעיקר ווייל טאקע ביי אייז קריעם טראקס האט זיך שוין מערערע מאל געמאכט געמאכט פראבלעמען און מכשולות, אבער ס'דא אן עצה צו וויסען אויב מ'קען זיך פארלאזן און קויפן אייז קריעם פונעם טראק אדער נישט
דאס איז ער מקדים נאך פאר ער גייט אריין אין די חששות.

יעצט פון זיין אייגענע לשון ס'דא אן עצה צו וויסען אויב מ'קען זיך פארלאזן, ביז דיינע פרישע געבאקענע ווערטער עס איז ממש נישט שייך צו קויפן קיין אייז קריעם פון א טראק, מען קען ממש נישט טרעפן קיין היתר על פי הלכה איז שני כתובים המכחישים זה את זה.

מוזט נישט מסכים זיין מיט זיינע חששות, אדער מיט די מאמענט'ס קרוקעד מארקעטינג טעקטיקס, אבער ער האט עס נישט געשריבן מיט אזא ליצנות ווי די מאכסט עס. נעם ארויס דיין צוגעלייגטע אויסדריקן, וועסטו זעהן א נארמאלע שקלא וטריא, אפי' אז ס'איז עפעס וואס שטימט נישט מיט די פשוטע שכל פון די ברייטע וועלט, דאך האט ער נישט געשריבן א פורים ארטיקעל, אויב די נעמסט די ווערטער אן קיין צו געלייגטע טעם עליון'ס.

יאסל ראקאווער » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 9:06 am

· #505960
וואלווי

אויף דעם האט ער צוויי עצות (נאכאמאל, לשיטתו..). אלס פעלטשען א כתב הכשר, וויל ער מוסיף זיין אז מ'זאל סך הכל בודק זיין די דאטום אויפן כתב הכשר (גאנץ פשוט).
אפשר איז דא אַ הלכה אז א זייפן איז ווייניגער מזייף דאקומענטן מיט א דאטום. וואלט ער עס געדארפט אויסשמועסן. אויב נישט פארשטיי איך נישט די וואס די זעסט פאר גאנץ פשוט. פארוואס דארף מען קוקען אויף די דאטום?

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 9:11 am

· #505961
יאסל ראקאווער
וואלווי

אויף דעם האט ער צוויי עצות (נאכאמאל, לשיטתו..). אלס פעלטשען א כתב הכשר, וויל ער מוסיף זיין אז מ'זאל סך הכל בודק זיין די דאטום אויפן כתב הכשר (גאנץ פשוט).
אפשר איז דא אַ הלכה אז א זייפן איז ווייניגער מזייף דאקומענטן מיט א דאטום. וואלט ער עס געדארפט אויסשמועסן. אויב נישט פארשטיי איך נישט די וואס די זעסט פאר גאנץ פשוט. פארוואס דארף מען קוקען אויף די דאטום?
צו זעהן אז די הכשר איז בתוקפו.

מיין פאונט איז נישט אז ס'איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג אדער נישט, די גאנצע ארטיקל איז דאך נאר informational.

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 11:45 am

· #505973
וואלווי
למען האמת, (נישט אז מאמענט איז מקור האמת...) אז מ'קוקט אריין אין ארטיקל גופא, זעהט מען אז האסט עס ארויס גענומען פון קאנטעקסט. דער "משגיח" פאטשקעט ארום אביסל, אבער בעסיקלי זאגט ער אז ס'דא צוויי פראבלעמען (לכאורה שטותים, אבער אזוי זאגט ער), איינס אז ס'דארף זיין א השגחה אויף די ביזנעס ענטיירלי, און צוויי אז מ'קען פעלטשען א כתב כשרות. די דיטעילס פון די חששות וואס ער רעכענט אויס, איז נאר דאס. יעצט, מ'קען עם פארהאלטן אז א פרומע יוד האט חזקת כשרות, אז ער טרייבט סתם איבער און מאכט אויף נארישע חומרות, אבער דאס זאגט ער. ער זעהט אזוי די פראבלעם, אז ס'דא א לאך אויף די ביזנעס גופא אפגעזעהן אז די מאכלים פון אייזקרים זענען בעצם כשר.

אויף דעם האט ער צוויי עצות (נאכאמאל, לשיטתו..). אלס פעלטשען א כתב הכשר, וויל ער מוסיף זיין אז מ'זאל סך הכל בודק זיין די דאטום אויפן כתב הכשר (גאנץ פשוט). און בנוגע די אנדערע גרופ פון חששות ווען א ביזנעס גופא האט נישט הכשר (וואס לשיטתו דארף מען יא) איז כדי צו האבן א הכשר אויף כל הביזנעס כולו, און נישט נאר אויף פראדוקטן.

יעצט לייען נאכאמאל איבער דיינע דראמאטישע ווערטער:
עצי שטים
ביז אהער קען זיך דאכטן אז עס איז ממש נישט שייך צו קויפן קיין אייז קריעם פון א טראק, מען קען ממש נישט טרעפן קיין היתר על פי הלכה...
פירט אבער די משגיח אויס אזוי... אבער למעשה קען מען "יא" קויפן אייז קריעם פון די טראקס, מען דארף נאר פעסטשטעלן צוויי זאכן, און דאן איז בכלל נישט דא קיין פראבלעם!!!
דיינע הוספות בנוגע די תירוץ, פארשטייט זיך זענען נאר נאכדעם וואס די האסט שוין דראמאטייזד די שאלה אויך, וזה לשונך,
עצי שטים
די שואל פרעגט זייער א פשוטע שאלה, וואס מאכט זיך זייער אסאך אין די זומער טעג. עס קומט צו פארן א אייז קריעם טראק, מיט א היימישע השגחה (פארשטייט זיך אז די מוכר איז א איד) צו מעג מען קויפן פונעם אייז קריעם און זיך סומך זיין דערויף?

דער משגיח הייבט אהן צו דרייען מיטן גראבן פינגער, און הייבט אהן אויסצורעכענען כל מיני מכשולות
וואס קען נאר ארויסקומען דערפון. און פראבלעמען וואס האבן שוין פאקטיש פאסירט!
וואס די שניידסט אזוי שיינערהייט אוועק פון די משגיח'ס ווערטער אין מאמענט איז דאס:
זייער א גוטע פראגע, בעיקר ווייל טאקע ביי אייז קריעם טראקס האט זיך שוין מערערע מאל געמאכט געמאכט פראבלעמען און מכשולות, אבער ס'דא אן עצה צו וויסען אויב מ'קען זיך פארלאזן און קויפן אייז קריעם פונעם טראק אדער נישט
דאס איז ער מקדים נאך פאר ער גייט אריין אין די חששות.

יעצט פון זיין אייגענע לשון ס'דא אן עצה צו וויסען אויב מ'קען זיך פארלאזן, ביז דיינע פרישע געבאקענע ווערטער עס איז ממש נישט שייך צו קויפן קיין אייז קריעם פון א טראק, מען קען ממש נישט טרעפן קיין היתר על פי הלכה איז שני כתובים המכחישים זה את זה.

מוזט נישט מסכים זיין מיט זיינע חששות, אדער מיט די מאמענט'ס קרוקעד מארקעטינג טעקטיקס, אבער ער האט עס נישט געשריבן מיט אזא ליצנות ווי די מאכסט עס. נעם ארויס דיין צוגעלייגטע אויסדריקן, וועסטו זעהן א נארמאלע שקלא וטריא, אפי' אז ס'איז עפעס וואס שטימט נישט מיט די פשוטע שכל פון די ברייטע וועלט, דאך האט ער נישט געשריבן א פורים ארטיקעל, אויב די נעמסט די ווערטער אן קיין צו געלייגטע טעם עליון'ס.
איך האב גארנישט ארויסגענומען פון קאנטעקסט, נאר בעסער מסביר געווען דאס וואס ער אליין זאגט. און איך האב פשוט ארויסגעברענג ווי אבסודר די תשובה וואס ער זאגט איז. לויט ווי די ביסט מסביר, האט ער צוויי פראבלעמען.
1. די ביזנעס גופא דארף א הכשר, דהיינו די בעל הטראק האט נישט קיין חזקת כשרת אז ער פארקויפט כשר'ע אייז קריעם, נאר זיין טראק גופא דארף אן השגחה
2. אפילו מיט א השגחה קען עס זיין געפעלטשט

יעצט אויב זענען די צוויי פראבלעמען ריכטיגע הלכה'דיגע חששות, דאן טאר מען לכאורה נישט קויפן דארטן קיין אייז קריעם ווילאנג די חששות זענען נישט אויסגעקלארט, נישט אזוי? בפשטות יא! הגם ער זאגט דאס טאקע נישט קלאר, אבער אזוי קומט אויס פון זיינע ווערטער, ווייל אויב נישט דאן פארוואס ברענגט ער סתם חששות וואס מען דארף נישט אויף זיי חושש זיין.

פירט ער אויס, אז מען קען זיך טאקע באווארענען פון די חששות,
1. עס זאל טאקע האבן א השגחה אויפן טראק גופא.
2. עס זאל האבן א גוטע דאטום.

אבער למען השם פארוואס זאל איינער פעלטשן א השגחה מיט א פאלטשע דאטום? ווי ראקעווער האט שוין אנגעמערקט... וואס האט די דאטום ציטון מיט די ראיה אז עס איז נישט געפעלטשט? די גאנצע השגחה אויפן טראק קען זיין געפעלטשט מיט א גוטע דאטום? נו זענען די צוויי חששות צירוק צום אלטן? טא וואס איז די היתר פון קויפן אייז קריעם פון א טראק?

איך האב גארנישט דראמאטאזירט, נאר פשוט בעסער מסביר געווען זיינע ווערטער.

יא, ביסט גערעכט אז ער הייבט אהן מיט דעם אז "ס'דא אן עצה צו וויסען אויב מ'קען זיך פארלאזן און קויפן אייז קריעם פונעם טראק אדער נישט"
איך האב עס טאקע אויסגעשניטן ווייל ער פירט עס ממילא אויס צום סוף, און עס לייגט פאקטיש גארנישט צו, אויסער דעם אז די זאלסט געדענקען לאורך הדרך אז 'למעשה' גייט זיין א היתר ביים סוף פונעם ארטיקל.
וואלווי

יעצט פון זיין אייגענע לשון ס'דא אן עצה צו וויסען אויב מ'קען זיך פארלאזן, ביז דיינע פרישע געבאקענע ווערטער עס איז ממש נישט שייך צו קויפן קיין אייז קריעם פון א טראק, מען קען ממש נישט טרעפן קיין היתר על פי הלכה איז שני כתובים המכחישים זה את זה.
ביסט גערעכט אז די ווערטער וואס איך שרייב, ניצט ער נישט ממש... אזוי פיל שכל האט ער נאך. אבער די שני כתובים המכחישים זה את זה איז נישט צעווישן מיר און אים, נאר ציווישן זיינע אייגענע שיטות און סברות. איך ברענג נאר שטערקער ארויס דאס וואס ער אליין זאגט.
אויב זענען די פראבלעמען גענוג שטארק אז ער דארף זיי ברענגען, און נאכדערצו ברענגען א סעלושן דערפאר, איז פשט אז זיי זענען ערנסטע חששות, און מען טאר נישט קויפן ווילאנג עס איז נישט מסודר. אבער דאן פירט ער אויס מיט א נערישע סברה אז "אויב די דאטום איז גוט, דאן איז אלעס און ארדענונג" ווי צו זאגן, אויב האסטו א חשש אז איינער וויל דיר פארקויפן א פאלטשע פראדוקט, דיין קוק גוט וואס ער אליין שרייבט בנוגע די פראדוקט מיט די דאטום. אויך מיר אן עצה... א ליצנות!
לדעתי איז עס א ריכטיגע פורים ארטיקל.

מרדכי מרדכי » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 3:54 pm

· #505992
עס איז טאקע א באקאנטע זאך אז א דאטום קען מען נישט פעלשן
אויך אויב איינער זעהט א דאטום יולי דעם 45 2022 זאל מען וויסן אז עס איז פאלש

קהל'ס נער » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 7:29 pm

· #505999
ווייל אויב די בעל האייסקרים טראק באצאלט נישט פארן רינאwען די הכשר, פארלירט ער זיין חזקת כשרות, א אפענע גמ', ההוא דקרימא דקרחונא דלא שלים לבעל מכשיריה לא קא סמכינן עלייה.

וואס שטימט נישט איז אזוי.
אויב האט דער יוד א חזקת כשרות, פארוואס דארף מען א הכשר?
אויב האט ער נישט קיין חזקת כשרות, וואס העלפט א הכשר? ס'דאך נישטא קיין משגיח תמידי אין טראק.